זורע על הקוצים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זעקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

זורע על הקוצים

שליחה דורך זעקעל »

ניסן תשמ״ה

‎היינט איז מאטל גאר שטארק אויפגעלייגט אין איז פיל מיט הרגשים, א קלייניקייט? ״ליל טבילה״!!! וואס קען זיך דען מיט דעם פארמעסטן, די פיל פיינפולע אפגעשיידענע וואכן זענען זיך שוין ענדליך פארגאנגען, אין אט אט איז שוין זמן חירותינו!

וואודערבאר ביי שיינדל אבער, איז די מצב גאר אנדערש, כאטש וואס פון איינוועגס איז זי טאקע פיל מער אויפגעלייגט ווי מאטלע׳ן, איז זי אבער צו דעם זעלבן מאס אויך גאר שטארק אנגעצויגען, איר אנגצויגנקייט אין ריאליטעט איז אן עפעקט פון אירע פילע צווייפלונגען וואס נאגען איר שוין פונעם פרימארגן, ווייל ווי נאר זי איז אויפגעשטאנען דעים היינטיגען אינדערפרי נאך פארן זיך גיסן פונעם נעגל וואסער שיסל, האבן אירע צווייפלען שוין אנגעהויבן מיט דעם טיפן מוח שפין שפיל, פילע שאלות גג על גג פרעגן זיך און פארענטפערן זיך פאר שיינדלען צוזאמען, אבער ווי פארשטייטצעך נישט בעפאר א פרישע רונדע צווייפלונגן איז גרייט איבערצונעמען אירע נארוואס פארענטפערטע צווייפלונגען, הקיצור ממש ווי ביי די סנעיל׳ס מיט די שעל׳ס, הייבען הייבט זיך עס אן פון גאר פשוטע פחדים, צום ביישפיל צו וועט נישט פונקט איצט אפירקריכן עפעס א קסמ׳ל אויפן דעקע אדער גאר אויפן מאטראץ ציך א שטייגער ווי די פריעדיגקע עטליכע איבערלעבונגן, ווייל דאס איז בככל קיין חידוש נישט ביי די ברוין׳ס אין אויב עפעס גאנץ אן אפטער ערשיינונג, און ציבעסליך פראגרעסירט זיך שיינדל׳ס צווייפלען טיפער און ברייטער ביז צום חוזר הגלגל ומתגלגל

צו מאטלען׳ס גוטער מזל אבער, איז שיינדל ווי איעדער קען איר, ליידער באשאנקען געווארן מיט א ספעציעלער מאס ווארעמקייט צו איעדן וועם עס זאל נאר נישט זיין זאל דאס זיין א דומם צומח חי אדער א מדבר צוגלייך, ווידעראום צו איר מאטל׳ען אבער, איר באליבטער צו אים קומט קיינער צו, און טאקע מחמת איר גרויס איבערגעגעבנקייט צו אים, טרויעט זי זיך נישט צו אים אויפצוברענגן אירע עגבערנישען און צוטומעלטן מצב, טא צו וואס פעלט עס דען איר אויס צו שאפן פאר איר מאטל׳ען פונקט די דאזיגקע שווערע עגמת נפש׳ן, שיינדל איז ב״ה באשאנקען מיט א גרויסן דאזע חכמת נשים און א בינה יתירה שטייט-זיך אויכעט, און ווייסט צו גוט ווי האקעל דאס עניין שטייט ביי מאטלען, און איז ליבערשט מסכים צו איינשלונגען אירע צווייפלען, און זיך באשעפטיגן מיט וואס עס איז נאר שייך צו בלייבען באשעפטיגט, גענוי די זעלבע מיטל זי געדענקט ליינען אינעם אידישן ליכט א קנאפע צייט צוריק ביים עצות ווינקל, ‎

(פארזעצונג אי״ה)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 13 אום זעקעל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר