בתי מדרשים וגראסעריס לגזירה שוה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

בתי מדרשים וגראסעריס לגזירה שוה

שליחה דורך העניך »

"פארוואס רודערסטו נישט קעגן גראסעריס פונקט ווי מ'רודערט קעגן בתי מדרשים? דאס איז נאר ווייל דו ביסט א קל, און דו קעירסט נאר אז אידן זאגן אמן יהא שמיה רבא."

א. זייט פורים טרעט איך נישט אריין אין א ביהמ"ד, און אויך נישט אין קיין גראסערי.

ב. תפילה בציבור ווערט בטל וועגן פיקוח נפש, אבער קויפן עסן פאר א משפחה ווערט נישט בטל.

ג. אז דו האסט געטראפן איין היפאקריט וואס גייט נישט אין ביהמ"ד, אבער דרייט זיך אין גראסערי ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, מיינט דאס נישט אז יעדער איז אזוי. פארקערט, די וואס דרייען זיך אין גראסערי זענען אין אלגעמיין די זעלבע וואס דרייען זיך אין ביהמ"ד.

ד. דער גראסערי-מאן איז א יחיד, און ס'איז שווער צו האבן טענות אויף יחידים ווען די מנהיגים זענען נישט קיין סעמפל וויאזוי זיך אויפצופירן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר