מידיע שווייגענישן אין צייט פון קאראנע.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 684 מאל

מידיע שווייגענישן אין צייט פון קאראנע.

שליחה דורך היכי דמי »

היינט ביים דעילי ניוז קאנפערענס האט מעיאר דעבלאזיע אדרעסירט די אישו וואס גייט זיין שב״ק אויב ח״ו טרעפן זיי א איד פארלעצן די געזעץ, און אלס כבוד השבת האט ער נישט קיין איי די מיט זיך, קען מען אים לעגאל ארעסטירן. די מעיאר האט געזאגט אז זיי גייען זיך נישט צוריקהאלטן פון שטראפן די פארלעצער, די בעסטע זאך וועט זיין אז עטס זאלסט נישט גיין צו קיין שום צוזאמקום דורכאויס גאנץ שבת כדאי נישט אריינצופאלן אין פראבלעמען.

נאכ׳ן דאס הערן היינט צופרי בין איך געווען זיכער אז די היימישע מידיע נעצן גייען זיין פארנומען מיט דעם א גאנצע טאג, קול מבשר וועט עס מעלדן מיט די גרעסטע דראמאטישקייט פונקט אזויווי ער מעלדט די רעבישע לויות, אינטערוויאס מיט עסקנים און רבנים וויאזוי מען זאל זיך באגיין אין פאל מען ווערט אפגעשטעלט דורך א פאליציאנט אין שב״ק, צו מעג מען טראגן די איי די אין טאש.
די אפיציעל סאשועל מידיע נעצן וועלן ברענגן די גענויע לשון פונעם מעיאר, און די געזעצן וואס מען דארף וויסן, מעסעדזשעס פון הצלה און מתעסקים, אבער אלעס איז שטיל.

מען רעדט דאך דא פון א נייעס וואס איז נוגע נאר פאר אונז אידן.
מען רעדט פון א אישו וואס די מעיאר האט אדראסירט עקסלוסיוו צום היימישן ציבור.
מען רעדט פון פאליציישע אינפארסירונגען וואס זיי זאגן פאר אויף דעם שב״ק, אז זיי גייען ארומגיין אינפארסירן די געזעץ.

רוף איך אריין קול מבשר הער איך די מעין מעניו א פשוטע אדווערטייזמענט. (געמיינט אז אזא וויכטיגע נייעס באלאנגט אויף די מעין מעניו)
גיי איך אריין צום בולעטען אפטיילונג הער איך גאר וויכטיגע נייעס קרישקעלעך פון צפון קארעא, א נייעס׳ל איבער ׳רעמדעסיוויר׳ מעדיקעישען, אן אנקעטע איבער טראמפ און ביידען.

ענדליך קום איך אן צו א באריכט פון די ניו יארק סיטי מעיאר וואס ער האט גערעדט היינט פרייטאג, וואס איך הער (נישט) איז צום שטוינען!

א דערמאנונג פונעם מעיאר אז פערי שיפן זענען נאר פאר דער וואס דארף רייזן דערויף. - פיין גאר וויכטיג אבער נישט אינטערעסאנט פאר אונז אידעלעך.

אפאלירט צו ניו יארקער אז מען זאל נישט נאכלאזן פון סאשעל דיסטינסינג, ספעציעל איצט ווען עס קומען ווארימע טעג - פיין ישר כח פאר׳ן עס מעלדן.

זה הו! נישט קיין ווארט איבער וואס די מעיאר האט געמאלדן פאר ״כלל ישראל״ די מעלדונגען וואס זענען קריטיש וויכטיג פאר אונזערע ברודער וועלכע האבן נישט קיין אינטערנעט און די איינציגסטע פלאץ ווי זיי הערן די נייעס איז אויף קול מבשר, ווערט פשוט איגנארירט!

וויכטיגע אינפארמאציע וואס דארף אנקומען צו יעדע איד אין ניו יארק סיטי, איז פשוט אויסגעלאזט געווארן ווי כאילו מען מיינט נישט אונז.

איז דאס אונזער מידיע? איז דאס אונזער מקור האינפארמאציע?

ווארשיינליך נישט!
רעאגיר