אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עקפערימענטירער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2015 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן

שליחה דורך עקפערימענטירער »

אין דער צייט וואס די קינדער זענען כלוא בבית, און די מוסדות שמידן זיי צו צו די טעלעפאן אפאראטן עטליכע שעה א טאג אן די מעגליכקייט צו קענען זען און אינטערעקטן מיט זייערע מלמדים און מחנכים, האט "ר' ישעי'לע'ס קאך" באוויזן דאס אומגלויבליכע, צו מאכן א לייוו שאו פאר טויזענטער חסידישע קינדער און זיי האלטען אינטערטעינד פאר עטליכע שעה אין א צי.

אין די ערשטע מינוטן פון דעם שאו האט מען געקענט זעהן וויפיל עס האבן מיטגעהאלטן, און עס האט געהאלטן אין איין וואקסען, ביז זיי האבן אוועקגענומען די מעגליכקייט צו זעהן דעם נומער. פאר זיי האבן עס אוועקגענומען האט מען געקענט זעהן אז עס האבן מיטגעהאלטען די קאלאסאלע סכום פון 2,900 דעווייסעס! נעמענדיג אין באטראכט אז ס'האט געקאסט 20 דאללער מיטצוהאלטען, איז גאנץ זיכער אז מיט כמעט יעדע דעווייס האבן מיטגעהאלטען א גאנצע משפחה. דאס מיינט אז ס'איז נישט אונטערגעשאצט צו זאגן אז בלויז אין די ערשטע מינוטן זענען שוין געווען צעהן טויזענט חסידישע אידן אויף די אנליין שאו!! און דער נומער איז גאנץ זיכער געוואקסן העכער.

דאס ווייזט דעם פשוט'ן אמת אז די היימישע חסידישע אידענטום לעכעצט פאר אידישע און ערליכע ענטערטעינמענט אויף דעם אינטערנעט און אז ס'איז דא די ציבור וואס איז אפען פאר דעם – אפילו די מוסדות מאכן זיך כאילו ס'עקזיסטירט נישט.

אבער דאס שטרייכט נאך מער אונטער די ערענסטקייט מיט וואס מ'דארף נעמען אזא שאו, און ווי מ'דארף זיין חכמים וואס זענען נזהר אין די ווערטער, סיי נישט צו פארדארבן די קינדער ח"ו, און סיי נישט צו מאכן א חילול ה'.

אבער נעכטען איז פארגעקומען א שרעקליכע מכשול וואס טאר נישט פארשוויגען ווערן. ווי ס'איז ליידער איינגעווארצעלט ביי טייל פון אונז, האט מען אין זיך א שרעקליכע שנאה צו יעדע מענטש שלא מעמינו. יא, די זעלבע אידן וואס ווערן אויפגעשוידערט ווען א גוי זאגט עפעס נעגאטיוו וועגן אונז, קענען רעדן די מושחת'דיגסטע ווערטער קעגן אלע גוים, צומאל מיט שלעכטיקייט און רשעות ממש.

איך האב דאס דעמאנסטרירט אין מיין ארטיקל אינעם פאריגן וועקער אינעם ארטיקל "יעקב שונא לעשו", אז די זעלבע ווערטער וואס אונז זאגן אויף גוים, אויב אן אנטיסעמיט וואלט דאס געזאגט אויף א איד, וואלטן מיר געווארן שרעקליך אויפגעשוידערט. און מיט רעכט.

אוודאי וואלטן מיר געווארן אויפגעשוידערט אויב מיר זעען א קליפ פון א גוי, ווי ער זאגט אז ער קען באשטיין אז קאראנא זאל בלייבן אויף די וועלט אויב נאר די אידן באקומען עס, און ענדיגט צו מיט א "ברכה": "איך ווינטש יעדן איד, שטארב שטארב שטארב" ר"ל.
נאר אין אונזער פאל איז געווען פארקערט, ווען לאנגזאם האט געזאגט "איך ווינטש יעדן גוי, שטארב שטארב שטארב" ר"ל.

פון ווי נעמט זיך די רשעות צו טראכטן אזעלכע זאכן, און נאך דערצו דאס זאגן אויף א פראגראם פאר טויזענטער און אפשר צענדליגער טויזענטער אידן? שוין אפגערעדט פון דעם שרעקליכן חילול ה' וואס דאס קען ברענגען.

פעלדמאן, לאנגזאם, היתכן??

כ'קען ענק נישט אינגאנצן באשולדיגן, ווייל אפשר זענט עטץ קרבנות שנשבו, אויפוואקסנדיג מיט צייטונגען וואס רעדן א ענדליכע שפראך און מלמדים אין חדר וואס האבן פיינט 99 פראצענט מענטשן פון די וועלט וואס האבן זיי קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטוהן.

איך האב גארנישט קעגן שעלטן שונאי ישראל, נאציס, און אנטיסעמיטן, אבער וואס ווילסטו פון די גאנצע וועלט? וואס האט דיך אן ארעמער גוי אין אפריקע געטוהן? וואס האט דיך דיין קלינינג לעידי געטוהן? וואס האט דיך דיין גראסערי דעליווערי בוי געטוהן? וואס האט דיך דיין דאקטאר געטוהן? און אויב גלייכסטו טראמפ, וואס האט ער דיר שלעכטס געטוהן?

דער אנטיסעמיט דארף נאר אנווייזן אויף דיין שנאה, און זיין שנאה איז בארעכטיגט. פארוואס זאל א אידן-פיינט נישט פיינט האבן א איד ווען די שרייסט אפן אז די ווינטשסט יעדן מענטש וואס איז נישט א איד זאל שטארבן פון קאראנע??

לשבחם פון די ארגאניזירער דארף מען זאגן אז זיי האבן געכאפט אז דאס איז געוועהן גאר א מיאוס'ע זאך, און האבן עס אראפגענומען פון די רעקארדינג. אבער פעלדמאן און לאנגזאם, היתכן??

די קליפ קען מען זעהן אויף די טעלעגראם טשענעל פונעם וועקער, דא.


אחינו בני ישראל, דריקט אויס אייער פארדאמונג אויף אזעלכע ווערטער. אויב אייערע קינדער האבן געזעהן די שענדליכע דיבורים, זייט זיי מחנך אז לא זו הדרך, מיר זענען אן עם הנבחר ווייל מיר זענען גוט און הייליג, און מיר דארפען נישט דערנידערן און שעלטן אלע אנדערע מענטשן פון די וועלט זיך צו הייבן. מיר ניצן נישט די טאקטיקן פון ראסיסטן און אנטיסעמיטן כדי זיך צו בויען. מיר האבן א תורה הק' און מיר זענען שטאלץ מיט ווער מיר זענען!!

דער אשכול פארמאגט 110 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר