מיר געדענקען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

מיר געדענקען

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע געדענקט היינט צום גוטן, אירע זון און טעכטער וועלכע זענען געפאלן אין שלאכטן אין אלע פיר עקן פון די וועלט. די מארינען, די ארמיי, די נעווי, און די עיר פארס, אלע ווערן היינט דערמאנט צום גוטן.

די געפאלענע העלדן וואס האבן געקעמפט מיט בראווקייט אין די גאסן פון מאסאטשוסעטס און פילאדעלפיע, אין די טיפע וועלדער פון ניו יארק, פאר פרייהייט קעגן טיראניע. אויף די ברעגעס פון טריפּאָלי צו באקעמפן די אייווערי פיראטן וועלכע האבן באדראהט פרייע האנדל אויף די וועלטס-אקעאנען. אויף די פעלדער פון געטיסבורג און שאַרפּסבורג, פאר ציווילע רעכטן און פאר גלייכבארעכטונג. אין די טיפע נאסע שוץ-גריבער לענגאויס אייראפע, צו ראטעווען אייראפע פון דעסטרוקציע און אונטערגאנגג. אויף די ברעגעס פון נארמאנדי, אין די טיפע געדעכטע וועלדער פון די ארדענען בערג, אין די אש און לאווא פון די מעכטיגע וואלקאונישע בערג אין איווא זשימא און סייפאן, צו ראטעווען די וועלט פון נאציזם און בארבאריזם. אין די שרעקליכע קעלטן פון קארעא, און אין די טיפע זשאנגלען פון וויעטנאם, צו ראטעווען די וועלט פון קאמוניסטישע איינפלוס. אויף די הויכע פארשנייטע בערג אין טורא בארא אין אפגאניסטאן, און אין די גאסן פון פלודזשע אין איראק, צו ראטעווען די וועלט פון איסלאמישע טעראר, און נאך.

זאלן די אלע בראווע געפאלענע און פארלוירענע וואס האבן אוועקגעגעבן זייער לעבן פאר אונזער פרייהייט און פאר אונזערע ווירדן, היינט געדענקט ווערן צום גוטן.

מקדש עמו ישראל ויום הזכרון...[/justify]
רעאגיר