ממהרים לבא - מאכן שבת פרי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

ממהרים לבא - מאכן שבת פרי

שליחה דורך אישתישבי »

ביי די מער מאדערענער פרומע עולם, איז מאכן שבת פרי דער נארמע, ביי אונז חסידים איז דא אסאך מנינים צו מאכן שבת פרי. אבער זעהנדיג א אינטרעסאנטע אבזערוואציע איז כדי דאס אויסצושמועסן.

אין הלכה ווערט די זאך ברייט אויסגעשמועסט אין הל' שבת אין מג"א, ווי ער זאגט התירים צו דאווענען פרי ערב שבת, אפילו מען דאווענט נישט פרי אגאנצע וואך. אין בית יוסף קען מען זעהן גדולים פין די חכמי אשכנז וואס האבן מקבל שבת געוועהן פרי, און דערנאך שפאצירט ביים וואסער ווען עס איז נאך געוועהן לעכטיג. דער צאנזער רב דער דברי חיים האט מקבל געוועהן פרי שבת חנוכה, אז מען האט געזאגט גוזמאות אז ווען ער האט קידוש געמאכט האט דער זון געשיינט אויף דער בעכער (זעהט אויס דער בעכער איז דעמאלסט נישט געוועהן פארמשכון'ט), און דער זאך איז א אנגענומענע ביתר אז מען "קען" דאס טוהן.

בשם דער גר"א ווערט געברענגט אז מאכן שבת פרי איז א גרויסע מצוה און א קליינע עבירה, און מקבל זיין שפעט בזמנה איז א קליינע מצוה און א גרויסע עבירה, נעמליך אז די הלכה'דיגע פראבלעם פין מאכן פרי מאכט עס א קליינע עבירה, אבער שפעט האט דער חסרון אז מען איז נישט אזוי בשמחה.

מיט דעם אלעם איז היינט געווארען א שלעכטע בליק אויף דער "ערלי שבת", מען טוט עס אזוי סטעריאטייפען אלס א מאדערנע פויערישע זאך, גרויסע רבי'ס וועלען קיינמאל נישט דאווענען פרי, און אפילו קליינע רבי'ס וואס האפן צו זיין גרויס וועלען אויך דאווענען שפעט, אפילו אין זייערע בתי מדרשים איז דא א ערלי מנין.

אין בעלזא האט דער רב מתיר געוועהן צו מאכן ערלי מנינים אין די שטיבלעך, אבער ער איז א יוצא מן הכלל, כמעט נישט דא קיין גרויסע חסידישע בתי מדרשים וואס וועלען האבן ערלי מנינים אין זייער בית המדרש.

און דו איז דא שאלה פארוואס?

וואס האבן דא בעסערע עליטישע שוואנצאנישע קעגען דער ערלי שבת? וואס האט עס געזינדיגט?

איך קען זעהן אז אין די נאנטע עתיד וועט איינער פין די רבי'ס לאזן פאלען ווערטער קעגן דער ערלי שבת, אז דאס איז נישט קיין משנת חסידים, צוביסלעך וועט מען עס אסר'ן, צוביסלעך וועט מען טראסקענען קינדער פין מוסדות ווען דער טאטע דאווענט ערלי. איינער פין די שאלות אויף די אינטערנעט פאפיר וועט זיין, ווי דאווענט איר פרייטאג מנחה מעריב?

קען דאס איינער מסביר זיין?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 59 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר