איז שוין געקומען די צייט פאר די רעוואלוציע?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מבקש אמת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 18, 2016 6:48 pm
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

איז שוין געקומען די צייט פאר די רעוואלוציע?

שליחה דורך מבקש אמת »

איך בין גאר מחשיב וואס קאווע שטיבל און דער וועקער טוען פאר אונז חסידים וואס ווילן מער אפנקייט און השכלה. אבער די מציאות איז אז עס איז די פאנאטישע רבנים וואס האלטן די לייצעס פון אונזערע קהילות און מוסדות. בשעת אונז האבן הנאה פון גיין אויפן "טריפה'נעם" אינטערנעט און פון ליינען און הערן וואס די חכמי אומות העולם האבן אונז צו זאגן, שיקן אונז אונזערע קינדער און מוסדות וואס וואלטן זיי ארויסגעווארפן אויב וואלטן זיי געוואוסט וואס אונז טוען און ווי מ'ברענגט זיי אויף צו זיין פאנאטיש, פארמאכט און אומוויסנד. בשעת אונז באוויינען דאס וואס מ'האט אונז נישט געגעבן א באלאנצירטן חינוך אדער די געלעגנהייט צו שטודירן און צו אנעמען א בכבוד'יגע פראפעסיע, טוען אונז די זעלבע עוולה פאר אונזערע קינדער.

אבער אונז האבן נישט קיין ברירה. למעשה ווילן אונז אז אונזערע קינדער זאלן קענען טון שידוכים און זיין א געזונטע טייל פון געזעלשאפט. בנוסף צו דעם האבן אונז מורא צו ארויסקומען אפן קעגן דעם סיסטעם, וויבאלד מ'טוט אונז אנשרעקן מיט חרמות און מיט ארויסווארפן קינדער פון די מוסדות. איז וואספארא אפציעס האבן מיר? אדער קענען מיר לעבן א דאפלטן לעבן, זייענדיג א חסיד אין גאס און א משכיל אינדערהיים, אדער קענען אונז אינגאצן איבערלאזן דאס חסידישן לעבנס שטייגער און זיך אוועקציען פון אונזערע קהילה.

אבער פארוואס זאלן מיר צוזען ווי אונזער קהילה און קולטור וואס אונז האבן ליב גייט צוגרינד און זינקט אונטער וואס הארבערער חומרות און וואס אויסערוועלטליכערע אבערגלויבונגען? פארוואס זאלן מיר איבערלאזן די זינקענדע שיף איידער מיר האבן פרובירט צו פארשטאפן די לעכער? אונז זענען נישט קיין איינצלענע קולות; טויזענטער חסידים שפירן דערשטיקט און ווילן מער אפנקייט. נאר יעדער איינער האט מורא צו רעדן און ארויסקומען אפן אויס פחד פון די קנאים. דערפאר דארפן מיר א רעוואלוציע. מיר דארפן א פאר קוראזשפולע גיבורים צו ארויסקומען אפן און אראפווארפן דאס יאך פון די רבנים און דאס עסטעבלישמענט. אויב אונז קומען ארויס אפן צוזאמען, בפה אחד קענען זייער חרמות אונז נישט שרעקן. מ'וועט ארויסווארפן אונזערע קינדער פון די מוסדות? נו, וועלן אונז אוועקשטעלן אייגענע מוסדות! מ'וועט זיך נישט משדך זיין מיט אונז? וועלן אונז האבן גענוג ציווישן זיך מיט וועמען זיך משדך צו זיין.

און אזא רעוואלוציע איז נישט פרעצעדענטלאז. דאס איז געשען אין שפעט אכצנטן יאר הונדערט מיט די השכלה באוועגונג און דאס קען געשען אין פרי איין-און-צוואנציגסטן יאר הונדערט מיטן "צווייטן השכלה באוועגונג". און דאסמאל וועט דאס זיין פיל גרינגער וויבאלד מיר וועלן האבן די הילף און שטיצע פון אונזערע מאדערן-ארטאדאקסישע געשוויסטער! אונזער באוועגונג וועט באשאפן א נייעם "מאדערנע חסיד", וואס איז באקוועם אין די וועלט, מחונך און אפן. מיר וועלן זיין אינגאנצן אומאפהעניג פון די חרדיש-חסידיש ממסד, מיט אונזערע אייגענע מוסדות, שולן, צייטונגען, ביכער, קאנפערענצן און פירער. אונז וועלן זיין שטאלצע מאדערנע חסידים - נישט ווי היינט וואס אונז דארפן זיך באהאלטן אין בית הכסא אויף צו קענען לייענען עפעס געשריבן ביי א נישט-איד.

איז וואס האלט איר, זענען מיר נאנט צום רעוואלוציע? אפשר זאלן מיר - אלץ ערשטע שריט - צוזאמרופן א קאנפערענץ און גרינדען אן אפיציעלע באוועגונג? אז מיר וועלן האבן אן אפיציעלע באוועגונג וועלן מיר האבן כח און געלט און מאנסשאפט אויף צו קענען אויספירן די רעוואלוציע און ברענגען א ראדיקאלע ענדערונג צו די חשכות פון חרדיש-חסידיזם.

(אויב וואלט איך נאך היינט געווען אין די קהילה וואלט איך אליין געטון די ערשטע שריט צו באשאפן די באוועגונג. אבער איך האב פארלאזט די קהילה פינף יאר צוריק, נישט ווייל איך האב געוואלט נאר וויבאלד מען האט מיך ארויסגעשטויסן. די רעוואלוציע מוז קומען פון אינערווייניג, מענטשן ווי מיך קענען נאר צוקוקן און צוהעלפן, אבער נישט פירן.)

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר