וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זיו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ

שליחה דורך זיו »

ביי די הגדה זאגט מען "וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ". דער אויבערשטער האט געזען די פיין וואס די מצרים מאכן פאר די אידן מיט'ן זיי נישט לאזן וואוינען געהעריג מיט זייערע ווייבער.

יאפ, וואוינען מיט א פרוי, איז א מענטשליכע געברויך אזוי ווי עסן און טרינקען. טאמער א מענטש האט דאס נישט ווערט זיין נפש צערידערט. דאס קען שאפן מורא'דיגע עגמת נפש פאר א מענטש, עס קען אים מאכן שפירן ווי ער איז אין א שטייג.

זאגענדיג די ווערטער פסח אויף דער נאכט, אנגעטון אין דעם ווייסן קיטל, האט עס מיר געגעבן א ציפ ביים הארץ. סיי מיין אייגן פיין פון פרישות דרך ארץ, און סיי וואס איך האב געהערט פון אנדערע.

קודם די בחור'שע יארן. ביי אונז אלע ווערט געבוירן א געברויך פאר 'דרך ארץ', ערגעץ צווישן די ניין יאר אלט און אכצן. ביי איינעם פריער, און ביי א צווייטן שפעטער. ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, ווען עס קומט אן, האבן מיר נישט קיין פלאץ און וועג ווי אזוי צופרידן צו שטעלן דעם געברויך. עפעס א פייער ברענט אין קישקע, אבער רעדן דערפון? נא! עס פילט נישט ריכטיג. מען וועט מיך נאך באשייגעצן דערפאר. אזוי דרייט זיך דער בחור ארום, צו וועם צו רעדן האט ער נישט. פארקערט גאר, מען האלט אים אין איין אריינהאקן אין קאפ אריין, אז מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש. מען טאר נישט טראכטן פון תאוות, עס איז גאר הארב. זיך אויסרייבןנאיז פון די ערגסטע עבירות, וואס אפילו תשובה העלפט נישט.

סך הכל, דער בחור איז געהעריג אין גלות מצרים. זיין גוף דארף דרך ארץ און מען לאזט אים ניטאמאל רעדן דערפון. ער מוז האלטן דאס גאנצע פיין, ווייטאג, און צומישעניש ביי זיך אין בויך, ביז ער האט חתונה בשעה טובה ומוצלחת.

ביי אסאך בחורים ענדיגט זיך דא די מעשה. זיין דרך ארץ מיטן אשת חיל ווערט צופרידן געשטעלט אויפ'ן בעסטן פארנעם. פאר אנדערע אבער, הייבט זיך דא אן א גאנצע ניי טוץ פון פראבלעמען.

דער יצר פאר'ן נייעם יונגערמאן פלאקערט אויף אלע באקן. ער ברויך אפצאלן פאר די בחור'שע יארן. אבער דאס נייע ווייבל שפילט נישט מיט. צו ווייל דער יונגערמאן ווייסט נישט ווי אזוי צו בעטן, צו, ער קען יא, נאר זי האלט פשוט נישט דערביי. דאס קען אויסקלאפן אויף ווי אפט צו וואוינען צוזאמען, ביז אלע מיני משוגעת'ן וואס מענטשן האבן צו בארייכערן און מאכן דאס וואױנען צוזאמען מער אינטערעסאנט און געשמאק. עס איז גארנישט אנדעש ווי ספייסעס צום עסן. מען קען לעבן אן דעם, אבער דאס עסן איז פיל מער געשמאק מיט ספייסעס, עס בארייכערט דאס לעבן.

ביי אנדערע איז דאס פראבלעמען פונקט קאפויער. דער ווייב ציט אים בכלל נישט. ער וויל אזוי האבן דרך ארץ מיר איר, אזוי ווי מיט א מויז אדער ראט. דער תאוה ברענט, אבער דעם אשת חיל גלייכט ער נישט. עס איז ווי האבן א דייעט פון די פאלגנדע מאכלים: פארשטוקענע פיש, פארדארבענע פלייש, און זויערע מילך. איינער אויף אזא דייעט וויל נישט עסן, ביז דער מאגן נאגט און דער מענטש האלט מער נישט אויס, איז ענדליך עסט ער. אבער דאס עסן איז פיינפול, און דער מענטש עקלט זיך. ער עסט נישט גענוג, ממילא בלייבט ער הונגעריג. און די עסן וואס ער האט שוין יא געגעסן, לאזט אים איבער מיט א שווערע פאראיבל.

סך הכל מיינע טייערע חברים דא אין שטיבל, איז מיין שאלה אזוי. איז די גזירת מצרים פון פרישות דרך ארץ אויך אויף אונז נגזר געווארן? מוזן מיר דאס אננעמען באהבה, און ח"ו נישט האבן קיין טענות אויפ'ן בורא? זאגט אויף דעם דער בורא, "גזירה הוא מלפני, ואין אתה רשאי להרהר אחריה"? אדער, ניין, עס איז דא עצות ווי אזוי ארויסצוגיין פון די גלות מצרים.

איך זאג אזוי, דער גרעסטער חלק פון דעם פראבלעם איז, אז מען רעדט נישט דערפון. עס איז אזא מין באגי מאנסטער, פון וואס מען שעמט זיך און מען האט מורא צו רעדן. אונז ווילן נישט אז דער פראבלעם זאל זיין, אבער אז מען רעדט נישט דערפון, שפירט זיך עס, און אונז רעד מיר זיך פיין איין, אז אלעס איז פיין און וואויל, ממש א מחיה! בעסער קען גארנישט זיין. אזוי ווי דער בת היענה וואס באגראבט איר קאפ אין זאמד אריין.

דער אמת איז אבער נישט אזוי, נאר דער ערשטער טריט און ריכטונג פון א לייזונג, איז צו רעדן פונעם פראבלעם, אים אנטקעגן צו קומען פנים אל פנים.

ממילא וועל איך ענדיגן מיט די פאלגענדע ברכה, "כל המרבה לספר ביציאת מצרים, הרי זה משובח". רבותי, קומט'ס אריין קלאר, סיי דער פראבלעם, און סיי ווי אזוי ארויסצוקריכן פון איר. אסאך אויגן לעכצן דערפאר. געגאנגען!!!

דער אשכול פארמאגט 122 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר