ווען מ'הויבט אן 'שפירן' ביי די הדלקות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

ווען מ'הויבט אן 'שפירן' ביי די הדלקות

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

יאפ! אומגלויבליך אבער א פאקט!

מער און מער חצרות הקודש הויבן אן איינצופירן הדלקות צווישן זייערע חסידים, אידן שטייען און דערהייבן זיך ביים אשריכם ישראל, מען טאנצט פארן פייער מען מען ברענט "לכבוד התנא האלוקי...", אך, ווי הייליג און טייער איז דאס.

אסאך פון די חצרות, זענען אזעלכע וואס מיט עטליכע יאר צוריק וואלט איר זיך נישט גע'חלומ'ט אין אייער ווילדסטע חלום אז פונקט דער חצר וועט מאכן א הדלקה. מ'רעדט פון חצרות ווי די רבי אליין האט אפגע'חוזק'ט דערפון מיט יארן פריער, אדער אזעלכע פלעצער וואו די קפידות זענען אזוי שטארק, ביז מען וועט נישט געבן קיין ריר צו טון א זאך וואס ביים פריעדיגן רבי'ן איז דאס נישט געווען איינגעפירט, און סתם פלעצער וואו דארט איז דאס קיינמאל נישט געווען, און קיינער האט נישט געטראכט אז דער ארטיגער רבי וועט זיך אראפלאזן אזוי נידעריג, פשוט נאכצומאכן אנדערע און טון אזעלכע זאכן, וואס ביי זיי האט מען נישט געהערט דערפון.

נו גוט. אז מ'פירט איין נייע מנהגים, מהיכא תיתא, זאל זיין אזוי... געווענליך גייט עס צו, אז עסקנים קומען צום רבי'ן, און מען זאגט פארן רבי'ן אז דער עולם לויפט ארום אין פארשידענע פלעצער, צומאל אויף מקומות שאין רוח חכמים נוחה הימנה. די קינדער טרעפן זיך צוזאמען מיט אנדערע קינדער און ס'געשעט מכשולות, מ'קען נישט אזוי אנגיין. אדער קומט מען ארויס מיט א שארפער איסור אז מ'טאר נישט גיין צו די הדלקות, אדער מאכט מען אן אייגענע הדלקה... אנדערש קען מען נישט.

דער רבי הערט אויס בכובד ראש, און נאכן מעיין זיין אין די זאך באשליסט ער, אז טאקע... עס איז נישט געווען איינגעפירט, און באמת ביי אונז האט מען נישט געהאלטן דערפון און מען האט נישט געשפירט קיין קדושה דערין, אבער ההכרח לא יגונה, מ'מוז מאכן א הדלקה... נישט אז מ'האלט דערפון, נאר פשוט צו אינטערטעינען דעם עולם, מ'זאל קומען דא און נישט גיין פאשען אין מקומות זרים.

(אין א זייטיגן נאטיץ: מ'מיינט דאך חס-ושלום נישט קיין פראפעגאנדע מיט שטותים, ס'איז פשוט געמאכט אפצוהיטן די יונגווארג, זיי זאלן זיך נישט דרייען אין פרעמדע פלעצער און זיך צוזאמענטרעפן מיט אנדערע אומגעוואונטשענע עלעמענטן... נו גוט, וואס מיינסטו טוט זיך אפ ביי דיין אייגענע הדלקה? - דארט ווערט דאך אויך א חינגא מיט א גרויסער עולם, און די מכשול דארט איז פונקט אזוי שטארק און גרויס ווי ביים רבי'ן דיין חבר? - וואס האסטו אויפגעטון? - אבער אזוי קוקט דאס אויס ווען די אייגענע נגיעות טרייבן, און מען רעדט זיך איין אז מ'מיינט לשם-שמים...)

קומט דער רבי אריין דעם ערשטן מאל, צום ערשטן יאר, צום הדלקה וואס די גבאים און עסקנים האבן צוגעגרייט, ער ווייסט ביי זיך אז דאס אלעס איז גארנישט. ביי אונז האט מען נישט געהאלטן דערפון, אבער וואס זאל מען טון, מ'מוז דאך... שפאנט ער ארויף דעם גרויסן פלאטפארמע וואס די עסקנים האבן שווער געשוויצט דערויף. יא, דאס איז אויך לשם-שמים, די יונגווארג זאלן האבן וואס צו טון. ער כאפט אן דעם גרויסן פאקל, לייגט עס צו צום מדורא, און יאללא... די קאפעליע הויבט אן פלאקערן, לכבוד התנא האלוקי.... די צעירי הצאן, די בחורים און יונגעלייט, האפקענען אויף די פארענטשעס, און דער רבי קוקט זיך צו, זיין הארץ ווערט אויך אנגעווארעמט, ער הויבט שוין אן שפירן עפעס... עה, ס'איז סתם געפילן, קלערט ער צו זיך, אין אמת'ן האט מען נישט געוואוסט ביי אונז פון דעם, ס'איז בלויז צורך השעה...

אבער אראפקוקנדיג ווי די בחורים און יונגעלייט טאנצן אזוי פייערדיג פארן רבי'ן... הופס... פאר רבי שמעון, יא פאר רבי שמעון טאנצן זיי, קעגן דעם פייער... כאפט אים אן א רגש דקדושה, ער זינגט מיט די ניגונים, ער שפירט אז רבי שמעון איז לכל, ל"ג בעומר איז נישט סתם א יום-טוב, ס'איז העכער, ער זינגט מיט און ווייזט מיט די הענט אז די עולם זאל זיך הייבן... טיף אין הארץ ווייסט ער אז ס'איז סתם אז מען זאל נישט גיין חלילה פאשען אין פרעמדע פעלדער...

קומענדיגע יאר פאר ל"ג בעומר, רעדט ער שוין מיט זיינע מקורבים פון פריער, ער זאגט זיי אז ס'איז טאקע א ווארעמע מצב, און ער האט אפילו געהערט פון א איד וואס האט אריינגעווארפן זיין סעלפאן אין פייער, אבער ס'איז נישט אונזער דרך... ס'איז נישט קיין ענין צו מאכן א פייער, ס'איז בלויז צורך השעה... אגב, איז דאס טאקע זייער ווארעם געווען פאריגע יאר...

אצינד שפאנט ער שוין מיט מער קאנפעדענט אויפן גרויסן פלאטפארמע, דריי שטאק הויך, להגדיל שמו הגדול הגיבור והנורא... ער זעט דעם ריזן ציבור וואס האבן זיך צוזאמענגענומען פון אלע שטעט, ער שפירט דעם 'עיני עמך בם תלויות ועיניהם לך מיחלות...' די צעירי הצאן וואס זענען 'כבכרת רועה עדרו מעביר צאנו תחת שבטו', די הארץ גייט איבער אלע גרעניצן... ס'איז דאך ל"ג בעומר, רבי שמעון... מ'קען דא פועל'ן ישועות... נישט ווייניגער... ער פארמאכט זיך די אויגן און הויבט אן די ניגון הכנה, וואס מ'זינגט געווענליך פאר מצוה טאנץ... ביים ציבור גיסן זיך טייכן טרערן, בעטנדיג דעם רבי'ן זאל פועל'ן א ישועה. די פאקל ברענט שוין און דער עולם זינגט דעם רבינ'ס הכנה ניגון...

און אט ווערט דאס פאקל אנגעכאפט אינעם פייער, און דער עולם לאזט זיך ארויס מיט פייערדיגע ריקודין... אויך דער רבי קען זיך נישט באהערשן, ער שפרינגט לכבוד רבי שמעון מיטן גאנצן עקסטאז... יא, עפעס העכערס ליגט דא, בלי ספק... מ'קען דאס נישט אוועקמאכן... ס'איז הייליג... קוק נאר צי ווי אזוי א ריזן ציבור פון טויזנטע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון, מען בעט זיך תורתו מגן לנו... אך ווי הייליג ס'איז...

נאך ל"ג בעומר מאכט זיך דער רבי דעם שנעלן חשבון הנפש, און ער קומט צו די מסקנא, אז עפעס ליגט דא אינעם פייער, און נאכמער אין זיך אליין... ריכטיג, די פריעדיגע רבי'ס האבן נישט געהאלטן דערפון, אבער קוקט אויס אז זיין נשמה איז מקושר מיט רבי שמעון... ס'קען נישט זיין אנדערש... אויב נישט, דאן פארוואס הערשט דא אזא התעוררות ביי די הדלקה? - ס'איז קלאר נישט פון זיך, ווייל ער ווייסט דאך אז ביים זיידן איז דאס קיין עסק נישט געווען... ס'מוז זיין אז עפעס ליגט דא דערין, ער קען טאקע פועל'ן ישועות און רפואות ביים הדלקה. ער איז באמת מקושר מיט רבי שמעון, און ביי די הדלקה ווערט אפגעטון גרויסע אורות וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן.

צום דריטן יאר, גרייט זיך שוין דער רבי צו ווי א מענטש! ער לייגט אוועק די שווערע קוויטלעך אויף די הדלקה, דארט וועט ער זיי אינזינען האבן, זיכער קען מען פועל'ן דארט א ישועה. ער זאגט פאר די בחורים, אז ווער עס וועט לערנען שעות רציפות, וועט האבן די זכיה צוצוגרייטן צום הדלקה, ס'איז בלי ספק א זכות, און ער זאגט צו אז מ'וועט ווערן חתנים דאס יאר!!!

פארן הדלקה גייט שוין דער רבי אין מקוה, שפאנט שוין ארויף מיט זיכערקייט אויפן באלעמער, דער עולם זינגט דעם ניגון הכנה און ער ליינט קוויטלעך, שאקלט זיך אריין. ער האט זיך אפילו צוגעגרייט דיברות קודש פאר דעם געהויבענעם מעמד און צום סוף קומט קבלת עול מלכות שמים...

אין די אינדערווייניגסטע רינגען גייט פייער, עלטערע אידן אינאיינעם מיט יונגערע טאנצן לכבוד ההילולא מיט גאנצן ערנסטקייט, חסידים קומען צו פארן פון אלע שטעט און שטעטלעך, און בקצה המחנה טוט זיך אפ די זעלבע פירצות אויף וואס די עסקנים האבן אים מעורר געווען אז דאס איז די סיבה פארוואס מען דארף האבן די הדלקה... און איר ווילט הערן א סוד? - דער רבי ווייסט דערפון! - אבער ווי קען מען אוועקנעמען די הדלקה? - דו ווייסט וויפיל אידן ווערן נתעורר דא? - דו ווייסט וויפיל ישועות מען פועל'ט אויס ביי דער דאזיגער מעמד? - איי, די זעלבע התעוררות האבן דיינע מענטשן געהאט דריי יאר צוריק ביים אנדערן רבי'נס הדלקה?! - אויך דארט האט מען געטאנצן און זיך מדבק געווען מיט רבי שמעון?! - עה, וואספארא פארגלייך, דארט איז אלעס ריין פראפעגאנדע מיט נארישקייטן, דא איז מען באמת מקושר מיט רבי שמעון... שפירסט עס נישט?

אזוי אנטוויקלט זיך דער רבי מיט זיין פייער, פון א בדיעבד'דיגע זאך וואס מען מוז טון פאר די יוגנט, פאר א הייליגע פייערדיגע מאמענט, וואס דער רבי אליין שפירט די קדושה, און פועל'ט ישועות... ער אליין גלויבט שוין דערין און פארקוקט שוין אויף אלע פירצות הדור, אבי זיין הדלקה זאל קענען אנגיין אומגעשטערט.

שכינתא בגלותא!

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר