"וְנִשְׁמַרְתֶּם" לְנַפְשֹׁתֵיכֶם - Preventative Helathcare

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

"וְנִשְׁמַרְתֶּם" לְנַפְשֹׁתֵיכֶם - Preventative Helathcare

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אין די ברייטע מעדיצינישע וועלט איז Preventative Helathcare פון די וויכטיגסטע זאכן, גרויסע קאמיטעען פון מומחים זענען געשטעלט כסדר צו איבערגיין דאטא, און זוכן ווי מען קען פארמיידן טראגעדיעס און קרענק, ווי אויך וויאזוי מען קען פארבעסערן די רעספאנס און היילונגס מיטלען. נאך יעדע טראגעדיע פארשט מען אויס ווי די 'שוואכע פונקטן' זענען, און מ'לייגט צו אדער מ'טוישט דעם פראטאקאל צו פאררעכטן אז קומענדיגע מאל זאל זיין בעסער, דאס איז וויאזוי ערשטע הילף (Prehospital care) בפרט, און מעדעצין בכלל ווערט ערפינדען און פארבעסערט.

Preventative Healthcare
איז מער ווייניגער צוטיילט אין צוויי.
1) primary prevention;
מיטלען וויאזוי מען קען אינגאנצן פארמיידן א מעגליכע טראגעדיע, למשל וואקסינירן א באפעלקערונג כדי צו פארמיידן פאנדעמיעס, אדער פשוט וְעָשִׂיתָ מַעֲקֶה לְגַגֶּךָ, צוריקצוהאלטן איינעם פון ח"ו פאלן.
2) secondary prevention;
טראגעדיעס וואס בדרך הטבע איז נישט מעגליך אינגאנצן אפצוהאלטן, אבער מען קען פרובירן צו מינימיזירן די שאדן, א גוטע משל איז קאר עקסידענטן, מען קען נישט אינגאנצן פארמיידן טעותים און וועטער אומשטענדן, אבער מען קען יא צולייגן "סיעט בעלטס" "עיר בעגס" און roadside railing אז ווען אן עקסידענט פאסירט ח"ו זאל די שאנסן צו איבערלעבן און זיך ראטעווען זיין פיל העכער.
אין דעם איז אויך אריינגערעכנט Education, ד.ה. אויסלערנען דעם ציבור זיך צו היטן פון סכנות, און איינשטעלן כללים וויאזוי זיך צו באגיין אין פעלער פון נויט א שטייגער ווי CPR און Heimlich maneuver.
אלע זיכערהייט רעגולאציעס און פראטאקאלן זענען געבויט מיט די צוויי רעיונות אין געדאנק, און גענומען פון פאקטישע פאסירונגען וואס מ'האט אנאליזירט, אדער פון חשבונות וואס מ'קען פשוט פארזען.

***

שמועסנדיג מיט א חשוב'ע עלטערע עסקן עטליכע יאר צוריק, האט ער מיר פארציילט אז ער האט געבויעט א געוויסע מוסדות געביידע א דריי-צענדליג יאר צוריק, און האט זיכער געמאכט אז מ'זאל נאכקומען יעדע זיכערהייט רעגולאציע ביזן סוף אפי' עס קאסט אסאך מער. אלס משל זאגט ער מיר, טוען רוב היימישע אינסטיטוציעס איגנארירן די פייער דעפארטמענטס פארלאנגן אויף וויאזוי 'אלע' ווענט מוזן זיין געבויעט, עטוואס צו פארמיידן אדער פארשטייטערן די צושפרייטונג פון פייער, לויט די רעגולאציעס פארלאנגט זיך געוויסע סארט מאטריאל און דיקקייט, אבער אסאך טוען עס איגנארירן און בױען אנדערש ווייל עס איז "ביליגער" "פראקטישער" און שפארט מער "פלאץ". ביי מיין געביידע אבער איז מען פארגעקומען יעדע פארשריפט אויף אזוי ווייט אז ווען די פייער אינספעקטאר איז אראפגעקומען האט ער נישט געפונען קיין איין 'וויאלעישן' אחוץ אז די פאמפ איז געווען קעגנאיבער די טיר....
"איך וויל קענען שלאפן רואיג ביינאכט וויסנדיג אז איך האב געטוען אלס מעגליך צו פארמיידן א טראגעדיע. איך פארשטיי נישט וויאזוי אנדערע נעמען נישט די זאכן ערנסט? ווי איז זייער אחריות?" האט ער צוגעלייגט מיט א זויערע מינע.

***

ליידער איז די נושא פון Prevention זייער נישט נפוץ במחנינו, און אסאך מינימאלע זיכערהייט פארלאנגען איז שטארק פארנאכלעסיגט, עס פארלאנגט זיך ארבעט און אויפוואכונג פון די ראשי הציבור כלפי די ציבור צו פארמיידן די קומענדיגע טראגעדיע, און איינשפארן אומנויטיגע עגמת נפש.

נאכן טוהן דערין א שטיק צייט האב איך אראפגעשריבן עטליכע זיכערהייטס פונקטן וואס דארפן דרינגענד אדרעסירט ווערן:

1) פייער זיכערהייט.
אין אסאך פון אונזערע שולן און חדרים (און אויך פריוואטע היימען און אפיסעס) פעלן די מינימאלע געצייג זיך צו ספראווען מיט א פייער, "פייער עקסטינגווישערס", "ספרינקלערס" און "סמאוק דעטעקטארס" זענען גלאטיג נישטא, אדער פארעלטערט און נישט פונקציאנירנד.
[אויך פעלט אין כמעט אלע בנינים דעטעקטארס פאר שעדליכע סובסטאנצן ווי געז - אבער דאס איז שוין נישט פארלאנגט דורכשניטלעך].


2) עוואקואציע פלענער.
דאס איז א גאר וויכטיגע חלק פון Prevention planning, ח"ו אויב א פייער, אויפרייס (פון געז אדער וואס), טעראר אטאקע, אדער סתם קולות טוט פאסירן אין א געשטאפטע בית מדרש למשל ביי א גרויסע חסידות ראש השנה אדער ימים טובים, קען די צומישעניש און בהלה אלס תוצאה אומברענגען און פארוואונדן פי כמה פון די עצם אומגליק, אן קיין געהעריגע עוואקואציע פלאן, איז די שאנסן פאר א Stampede גאר הויעך!

יעדע בית המדרש און חדר דארף א פראפעסיאנאלע עוואקואציע פלאן, פלאנירט דורך עקספערטן. עס דארף ווערן אויסגעלערנט פאר אינג און אלט, און אחראים דארפן זיין געשטעלט דערויף (דהיינו אז אויב ח"ו דארף מען אקטיוויזירן די פלאן, זענען דא א גרופע אינגעלייט ממונה צוצוהעלפן די ציבור און דירעקטירן). אין חדרים וואלט נישט געווען שלעכט צו פראקטיצירן א סעיפטי "דרילל" יעדע שטיק צייט [לשבח פון באבוב 48 בית המדרש, האב איך טאקע געזען דארט גרויסע פלאקאטן מיט א פונקטליכע מסודר'דיגע פלאן - קודאס, ומהם ילמדו].


3) סעיפטי פערסאנאל.
דאס אז טעראר און האס איז פארשפרייט איבער די וועלט איז קיינעם קיין נייעס, צו גאנס פארמערן אדער פארמינערן געוואלדטאטן און פאטאליטעטן וועל איך לאזן פאר די "פאליטיקאנטן" זיך צו שלאגן.

#למעשה לעבן מיר אין אמעריקא ווי גאנס איז גאנץ צוטריטלעך אין עטליכע סטעיטס און מאסן שיסערייען זענען מער אפט, דעריבער - ובפרט אונז אלס אידן וואס זענען מער אויסגעשטעלט צו שנאה און אטאקעס - דארפן מיר מער באשיצונג (וכבר היה לעולמים, עצי חיים פיטסבורג / פאוועי חב"ד).
יעצט צו אויפנעמען סעיפטי גארדס פאר יעדע מוסד באזונדער איז נישט פראקטיש משום כמה סיבות, פארוואס זאלן נישט זיין טרענירטע אינגעלייט מיט געווער (עכ"פ אין חדרים וישיבות און שבת ויו"ט אין בתי מדרשים) פונקט ווי מיר פארשטייען אז מיר דארפן הצלה אינגעלייט אין יעדע מצב, און מיר פארלאזן זיך נישט אויף EMS ווייל יעדע רגע מאכט אויס, די זעלביגע איז מיט זיכערהייט.
עס קען זיין די שומרים /שמירה אינגעלייט און אין חדרים קען עס זיין די קעכער אדער מענעדשער.
[עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז אין א"י ווערן רוב טעראר אטאקעס אפגעשטעלט דורך פשוט'ע אזרחים מיט גאנס]


4) קעמפס.
מיט קעמפס מיין איך נישט צוצולייגן נאך א זיכערהייטס שוואכקייט, נאר די אויבנדערמאנטע פארזיכערונג מיטלען זענען אויסטערליש וויכטיג אין קעמפס מער ווי אין שטאט צוליב וואס עס נעמט פיל לענגער פאר זיכערהייטס אגענטורן צו רעאגירן.
ח"ו א גייסטיש צורידערטע יוגענטליכע אנטיסעמיט פון וועסט ווירזשיניע, מעין, אדער ווערמאנט קען פשוט אריינגיין אין א גאן געשעפט איינקויפן געווער, און פינעף שעה שפעטער איז ער אין מונקאטש קעמפ מיט 400 קינדער אין די 'סווימינג פול'...... פין רופן 911 ביז פאליציי קומט אן קען נעמען 5 מינוט.
נאכאמאל, פונקט ווי יעדע קעמפ (און באנגעלוי קאלאני - איך רעד פון קעמפס ווייל דארט האנדלט זיך מיט קינדער...) פארשטייט אז מען דארף אלס האבן הצלה "אָן סייט", אזוי אויך דארף מען האבן פארזיכערונג קרעפטן אָן סייט.

בכלל זענען דא קעמפס וואס נעמען פשוט'ע אחריות פאר לייכט, ביודעי ווייס איך פון עטליכע קלענערע קעמפס וואס האבן EMTs גע'חתמ'עט אויף זייער פאפירן אפי' זיי דרייען זיך בכלל נישט אין קעמפ, און מ'רופט זיי אריבער ווען עס איז דא אן 'אינספעקשען'.

אויך איז די שווימען אפט גענומען פאר לייכט און אסאך קעמפס האבן נישט גענוג לייף גארדס וויפיל עס פארלאנגט זיך (די באקאנטע פאראמעדיק משה העניג האט מיך פארציילט אז 6 יאר צוריק ווען ער איז געווארן לייף גארד אין קעמפ סטאלין האט ער די ערשטע טאג געזען אז די פּול איז זייער שמוציג, האט ער געהייסן איינעם אראפשווימען און היות ער האט עם נישט געקענט קלאר זען, האט ער פארשפארט די פּול און נישט געלאזט גיין שווימען, די סטעף האט זיך פרובירט טענה'ן אז "אלע יארן איז עס אזוי" אבער ער האט זיך גע'עקשנ'ט, נאך אפאר טעג האט מען אויפגערייניגט און ער האט געעפענט, צוויי וואכן שפעטער האט זיך א קינד דערטראנקן און משה האט עם געראטעוועט, ווען עס איז שמוציג, וואלט ער יענעם נישט באמערקט!).

***

מורי רבותי, מיר האבן שוין באמת געטרייע אגענטורן וואס געבן זיך אפ בלב ונפש פאר אונזער געזונט און זיכערהייט, מען דארף נאר אז זיי זאלן אנערקענען און ארבעטן אויף Prevention בעפאר עפעס פאסירט. לאמיר פארמיידן טראגעדיעס.

-זאל הצלה זיין פארנומען צו פארזיכערן אז יעדע מוסד איז מסודר מיט פייער קאנטראל, א גוט פלאנירטע עוואקואציע פלאן, און די נויטיגע עקוויפמענט פאר ערשטע הילף.
-זאל שומרים ארבעטן אויף די פערמיטס און טרענירונג און זיכער מאכן אז אונזערע חדרים, שולן, ישיבות, און קעמפס זענען [עטוואס] מער פארזיכערט.

***

פאר צוויי יאר צוריק האב איך אנגעהויבן טוהן דערין און פרובירט צו רעדן מיט עסקנים און אישי ציבור. אויך האב איך דאן געעפנט מיין טוויטער קאנטע ווי איך האב פרובירט ברענגען אויפמערקזאמקייט דערצו, אבער אנגעשטויסן האב איך זיך אין א וואנט פון תירוצים אדער גלאטיגע איגנארירונג.
איך וועל דא אראפברענגען עטליכע פון די [פוילע] תירוצים און עס אויסשמועסן:

עס איז אין לדבר סוף / למעשה דארף מען זיך ממילא פארלאזן אויפן באשעפער.
- פון השתדלות האט איר אמאל געהערט? איז פארוואס הצלה בכלל?

מ'קען נישט לעבן אין פאראנויע און פחד.
- דאס איז א נקודה, אבער נישט ריכטיג אנגעקוקט. אודאי דארף מען נישט לעבן אין פחד און זוכן פראבלעמען אונטער די ערד, אבער דאס מיינט נישט אז מ'מעג זיין פאסיוו צו אמת'ע געפארן.
בכלל איז אין די וועלט אנגענומען א סיסטעם פון שטאפלען (אין די אמעריקאנער מיליטער איז עס "דעפקאן 1-5") וואס דאס טוט אנדייטן די שטארקייט פון א געפאר, און לויט דעם טוען די זיכערהייטס כוחות ארבעטן. איך זע נישט פארוואס עס נישט איינפירן בערך, ד.ה. אז ווען די געפאר איז העכער דהיינו אז אידן זענען יעצט די ציל און אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען מער שכיח, דאן איז מען מער וואכזאם ווי געווענליך.
(נאך א שיסעריי האט מיר איין עסקן אפי' געענטפערט אז 'ס'גארנישט, מ'ווארט אפאר חדשים און די עולם בארואיגט זיך און מ'פארגעסט')

די פאליציי איז שולדיג.
- דאס הערט מען זייער אפט נאך א טראגעדיע, נאך די פיטסבורג שיסעריי, האבן מאנכע געטייטלט מיטן פינגער אויף די עף בי איי אז זיי האבן עפעס געוויסט, יעצט נאך מירון באשולדיגן שוין געוויסע די פאליציי אין אלעס. עס קען זיין ריכטיג אבער עס טוישט נישט אונזער התחייבות, אויב עפעס פארשטארקט עס נאר די פארלאנג דערפאר..... איראניש טוט די מענטאליטעט פון פשוט באשולדיגן א צווייטן בארואיגן די געוויסן און לאזט אנגיין ווייטער אן עפעס טוהן....

***

טייערע אידן זיצט נישט שטיל, רעדט צו אייערע עסקנים, רעדט צו די ממונים על הציבור, פרובירט צו ברענגען פאזיטיווע טויש, כי "בנפשינו" הדבר!

דער הִנֵּה לֹא יָנוּם וְלֹא יִישָׁן שׁוֹמֵר יִשְׂרָאֵל זאל ווייטער האלטן זיין רעכטע האנט אויף כלל ישראל, ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו. זאלן מיר זוכה זיין צו די גאולה בקרוב בביאת גואל צדק בב"א.

---------------------------------------------------------
האמת אגיד, רוב פונעם ארטיקל האב איך שוין געשריבן א שטיק צייט צוריק און עס איז געליגן אין מיין דרעפטס אינאיינעם מיט א טוץ אנדערע אומפארענדיגטע ארטיקלען אויף פארשידענס, געפלאנט האב איך עס ארויסצוגעבן אלס מיין טויזענסטע תגובה, אבער ווי אלס, האט זיך עס פארשלעפט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר