אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

שבחי האר״י (תולדות האר״י) ברענגט אן אינטרעסאנטע מעשה (און דער חיד״א ברענגט עס אויך) :

דער בית יוסף מיט זיין בית דין האבן געוואלט ארויסגעבן אן איסור פאר פרויען אונטער פערציג, נישט צו פאָרן קיין מירון צו ר׳ שמעון, און אפילו פרויען העכער פערציג זאלן נישט מעגן איבערנעכטיגן דארט.
דער אריז״ל איז געזעסן אין זיין בית המדרש און געזאגט א ער זעהט א גזירת כליה הענגט אויף אידן פון צפת, וויבאלד ס׳קומט ארויס אן איסור צו באגרעניצן דאס פאָרן קיין מירון. האט זיין תלמיד ר׳חיים וויטאל געפרעגט: פארוואס גייט מען נישט צו בית דין דערציילן וועגן דעם- כדי צו ראטעוווען די שטאָט?
האט דער אריז״ל געענטפערט: מיך וועלן זיי נישט גלייבן!
איז ר׳ חיים וויטאל געגאנגען צום בית דין זיי ווארענען...
דער בית דין האט עס אנגענומען ערנסט, אבער זיי האבן זיך געשטעלט אז זיי מוזן עס הערן פון ארי הקדוש אליין. איז דער ארי געקומען און זיי דערציילט וועגן דער חרון אף וואס ר׳ שמעון האט צוליב די נייע תקנה.
האט דער בית יוסף געפרעגט: איי וואס וועט זיין וועגן הרהור עבירה?
האט דער ארי געזאגט אמת, אבער וואס זאל איך טון אז ר׳ שמעון איז ברוגז?
און דער בית דין האט צוריסן די גזירה.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר