גט אדער קינדער וואס איז ערגער?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טובי געלד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 25, 2021 1:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

גט אדער קינדער וואס איז ערגער?

שליחה דורך טובי געלד »

לעצטענס האט זיך פארמערט פראטעסטן אקעגן מענער וואס געבן נישט גיטין, און מענטשן פרעגען הצדק עם מי? וויל איך מיט א אפענע קאפ דורכטהון די נושא ואדרבה זאגט אייער צוויי סענט בדבר,

די היינטיגע וועלט ווען א מאן און פרוי טיילען זיך, איז דא צוויי עוולה'ס וואס ווערט געטון פון די צדדים. עוולה א' מצד די מאן מ'געט נישט קיין גט ווייל דאס איז על פי תורה אין די האנט פון די מאן שידו על העליונה,
און מצד האשה, ליידער די פרוי איז ידה על עליונה אויף די קינדער, האלט זי צוריק אדער רעדט איבער קינדער אקעגן דעם טאטען,
ממילא די צוויי עוולה'ס ורשעות טוט זיך ליידער יעדען טאג ביי אזעלכע פעלער,

איך וויל אנאליזירן די צוויי זייטען פון די מטבע עד שידי יד כהה מגעת, איך נעם דא נישטא קיין צד בדבר, נאר די פאקטען וואס טוט זיך, און אנאליזירן די תוצאות, די קאסטן, די פאברעכן, אז צדדים איידער זיי נעמען אזענע שריט זאלען זיי וויסען ריאליסטיש במה הדברים אמורים וזה החלי בס"ד,

איך רעד נישט דא צו די צד אליינס, היינו הבעל או האשה, ווייל זיי זענען צובראכען פון די מצב, ווייסען נישט ווי צו גיין. איך רעד צו די קרובים משפחה וואס זענען פון די נאנטע און דארפען געבען א עצה וואס זאלט איר עצה'נען פאר אייער קרוב אדער קרובה,

קודם צום מאן, לאמיר זאגען ער הייסט שמעון ער איז א שפעט אויפשטייער ער ברענגט נישט געהעריג פרנסה ער האט נישט א שיעור וכדומה, די ווייב שטייט אויף פריה ווייל 9 אזייגער לויפט זי צו די ארבעט, זי ווייסט אז איר טאטע און אזוי האט מען איר מחנך געווען פלעגט לערנין פון 5 פארטאגס מיט א חברותא חק ולא יעבור און דא לויפט זי ברענגען ברויט אין שטוב און דער שמעון הצדיק כנערעט אויף כח!

די שוויגער וואוינט אקעגן איבער ומשגיח בחלון, און זעהט יעדען חצות היום ווי ער שארט זיך ארויס מיט א פארשלאפנעם פנים און לויפט אין א ווייבער שול פון א שול און דאווענט אפ 1-2-3, און צען מינוט דערויף קומט ער שוין צוריק אויפפיקען די נארהאפטיגע פרישטאג וואס די אשה כשירה האט צוגעגרייט, און אלעס זעהט די געטרייע שוויגער וואס ט' קבין שיחה ירדה לה און איז א וועלטס מחנכת און פארשטייט פונקטליך ווי אזוי מ'דארף מעורר זיין די טאכטער וואס שוואנגערט מיטן דריטען פיצעל, און די נערווען זענען ממילא שוין היפש אנגשטרענגט, און מ'מוז האבען זאפארט טעראפי פאר אזא אביוס? ניין?

און די שוויגער ווייסט פינקט מן השמים פון א רב, ווואס האט גיט קעיר גענומען פון אזא גנאיידען ביים שכן, און דארט איז געווען א שמוציגע גט מיט די גאנצע 9 יארדס און זיי דייגענאויזט איר טאכטער צו דעם רב וואס פסק'נט איידער ער זעהט און ווייסט די מציאות, נאר די עדות נאמנה פון די הארציגע שוויגער וואס פארנעמט נישט די הלך ילך ביים טאכטער, אוי ואבוי! און די רב האט א שייכות מיט א שחצנות טעראפיסט און מאכט שוין א א אפוינטמענט פאר די טאכטער ואוס מוטשעט זיך נעבאך אזוי מיט די מאן, און פארשטייט זיך אינטער די רוקען פון די מאן, והעיר שושן צהלה ושמחה...

פרק ב', ביים טעראפיסט אין אפיס

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר