א בחור בַּאבֶּערט מיט אנדערע אין ישיבה. וואס טוט מען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 27, 2019 9:43 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

א בחור בַּאבֶּערט מיט אנדערע אין ישיבה. וואס טוט מען?

שליחה דורך פרוש »

הגם קדושה איז נישט מיין נושא, האב איך לעצטנס געהאט א דיסקוסיע מיט אן עלטערן יונגערמאן ווען אונזער שמועס איבער חרדי'שע אידן שנתפסו על עוונם זיצן אין תפיסה ה"י. און משום והייתם נקיים, דער שמועס האט זיך אנגעהויבן איבער א איד וואס זיצט אין תפיסה צוליב געלט סיבות... דער שמועס האט זיך נאר פארקירעוועט.

תכלית. אונזער שמועס האט זיך געענדיגט מיט חילוקי דיעות און כ'בין שטארק נייגעריג צו הערן וואס די חכמי השטיבל האבן צוצוגעבן דערצו.

כ'מיין אז אסאך היינטיגע יונגעלייט קענען מעיד זיין, אז ליידער, אין ישיבה איז ער צוגערירט געווארן פון אנדערע אדער האט ער געבאבערט מיט אנדערע. כ'גיי יעצט נישט אריין צי די בחורים זענען נאך טראמאטיזירט אדער נישט אדער האבן א טינא בלב איינער אויפ'ן צווייטן. נישט דאס איז דער נושא.

כ'בין נישט קיין מחנך אין א ישיבה און כ'גלייב אז ביי די איינגעשטעלטע איז דאס איינס פון די ערנסטע נושאים אויפ'ן טיש.

אבער, וואס האלט דער עולם? וואס טוט מען מיט א בחור וואס באבערט מיט אנדערע?

דער יונגערמאן מיט וועמען איך האב גערעדט האט גע'טענה'ט: וואס איז די שאלה בכלל? מ'זאל רופן פאליציי פאר דעם בחור! די היינטיגע מגידי שיעור און מנהלים לאזן אזעלכע בחורים אין ישיבה. זיי בלייבן אין ישיבה און זיי זינדיגן מיט נאך און נאך בחורים, שפעטער ווערט דער בחור א יונגערמאן און ס'שטעלט זיך נישט אפ.

איך האב געזאגט פאר דעם יונגערמאן: ביסט משוגע געווארן? רופן פאליציי? יעדע בחור האט א יצר הרע. א ריזן פראצענט פון די בחורים וואס זענען מחטיאים האבן דערויף חרטה א מינוט דערויף און טייל פון זיי באגנוגן זיך מיט'ן מחטיא זיין א בחור צוויי און נישט מער. ס'איז א דורכגאנג ביי אזויפיל בחורים ליידער און די איינציגסטע זאך וואס מען קען טון איז פשוט אז דער מגיד שיעור אדער מנהל זאל אריינגעבן און פארהאלטן דעם בחור, סטראשען אא"וו.

ועוד, ס'איז דא אזויפיל בחורים וועלכע זענען אלס בחור געווען מחטיאים און מיט די יארן שפעטער זענען זיי אויפגעוואקסן און זיי זענען היינט נארמאלע און חשוב'ע יונגעלייט.

אויך האבן מיר גערעדט צי א יונגערמאן מעג היינט רופן פאליציי אויף אן אנדערן יונגערמאן וואס האט געבאבערט מיט אים 20 יאר צוריק אין ישיבה. איך האב גע'טענה'ט אז מה שהיה היה און דער יונגערמאן איז שוין זיכער אויפגעוואקסן געווארן. יענער האט אבער גע'טענה'ט אז דאס איז נישט קיין תירוץ, און אויב איז ער באגוואלדיגט געווארן אין די יונגע יארן מעג ער סיי ווען במשך ימי חייו רופן פאליציי אויף יענעם וואס האט אים אמאל באגוואלדיגט.

פון דארט איז דער שמועס געגאנגען א שטאפל טיפער, לגבי געהייראטע מחטיאים.

דער יונגערמאן טענה'ט: פאליציי, פאליציי און פאליציי.

איך האב אבער גע'טענה'ט, אז ווען מ'כאפט חלילה א יונגערמאן, דארף מען זיך צוערשט נאכפרעגן אויב זיין לאקאלער רב וכדומה ווייסט אז דער יונגערמאן איז נעבעך עלול צו טון נישט גוטע זאכן. יעצט, אויב דער רב/רבי ווייסט צו זאגן אז דער יונגערמאן איז א חזיר און ער האט שוין עטליכע נפשות אויף זיין קאנטע, נו, דארף מען טון ערנסטע שריט. אבער אויב ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'כאפט דעם יונגערמאן, פארוואס זאל מען גלייך גיין צו פאליציי און חרוב מאכן דאס לעבן פון דעם מחטיא?

ער האט אבער גע'טענה'ט אז אלע רבנים זענען פונקט גענוג בלויז אויף זיך צו איינוויקלען אונטערן בעקיטשע און גארנישט טון למען הכלל והפרט, און אפילו אויב יא, וועלן זיי זיך אננעמען פאר'ן מחטיא און זוכן צו פארדעקן דעם אינצידענט. און סיי ווען איז דער ערשטער אפציע: פאליציי.

וואס איז ענקער חוות דעת?

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר