א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון

שליחה דורך היכי דמי »

עס איז היינט ארויף א אינטערוויא אויף קול מבשר מיט א חשובע אינגערמאן וועלכע איז געווען אין מירון, און דעקט אויף א טראגיש קאמיש דעטאל. איך וואלט עס נישט געגלייבט, און אוודאי וואלט איך עס נישט פארשפרייט, אבער אזויווי איך האב עס געהערט אויף קול מבשר וואס איז די אפיציעלע נייעס קוואל ערלויב איך מיר עס איבערצוזאגן, אבער איך צווייפל נאך אלס אויב די מעשה איז אמת.

לויט ווי ער דערציילט האט א איד געוואלט אויפהייבן איינע פון די קינדער עד יעבור זעם, אבער אנטשלאסענערהייט האט דאס אומשולדיג קינד, אין די לעצטע מינוט'ן פון זיין לעבן, צוריקגעוויזן זיין הילף צוליב דעם וואס ער האט א כלי.

איך גלייב שווער אין די מעשה, אבער אפילו עס איז נאר א משל כאפט מיר א ציטער.

הערט און שטוינט: https://drive.google.com/file/d/1pvJezm ... p=drivesdk

די אינטערוויא אויף קול מבשר: (בערך ביי 9:07)
אינטערוויו: "אוי חברותא או מיתותא", חברותא פון האברך ר' דוד קרויס ז"ל קען זיך נישט געזעגענען פון זיין חבר, און שילדערט די שווערע איבערלעבענישן אין מירון, און וואס עס האט דערציילט א איד בבית האבלים למשפחת ענגלארד פארוואס דאס יונגעל האט אים נישט געלאזט אונטערהייבן עד יעבור זעם : הרב יואל ראזענפעלד ‎ :
https://www.yiddish24.com/interviews/12/38774

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר