ראיאטן קעגען די מגלגלין חוב על ידי תולדות אהרן רבי שליט"א

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ראיאטן קעגען די מגלגלין חוב על ידי תולדות אהרן רבי שליט"א

הודעהדורך יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 09, 2021 12:55 am

דער מצב פארנט פונעם ציון איז געווען גאר אנגעצויגן כלפי די תולדות אהרן רבי און זיינע חסידים. דער אויפברויז ביים ציבור איז געווען אויפ'ן העכסטען שטאפל, וויסנדיג אז זיי זענען געווען די מגלגלין חוב על ידי חייב, די שלוחי מלאך המות אומצוברענגען די אידן בידים. פון אלע זייטען האט געהערט געשרייען אויף די תולדות אהרן רבי און זיינע חסידים און ס'האט נישט אויפגעהערט רעגענען חפצים אין זייער ריכטונג, וואס האט זיי עווענטועל באוואיגען איבערצולעזן דעם שטח הציון נאכן זיך שפירן דערנידערט. ווי זיי זענען געגאנגען איבער מירון האט מען זיי אפגעגעבן די כבוד וואס ס'קומט זיי, אזש זיי האבן נישט קיין חשק צו פארבלייבן און די גאנצע שטאט. וואס ס'האט זיך טאקע אנגעזען במשך שבת קודש. ס'איז נישט געווען צו געפינען קיין איין חסיד פון תולדות אהרן רבי, די רבי אליין האט זיך פארבונקערט און ער איז נישט צום געפינען.

באזירט אויף די האסליכע שאנדפולע רעפארטאזש אין די צייטונג די וואך.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20210509-WA0006.jpg
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך חתם סופר » זונטאג מאי 09, 2021 12:57 am

און דאס אין דער איד
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20210509-WA0004.jpg
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1171
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך תרמב » זונטאג מאי 09, 2021 9:44 am

איך זעה נישט וואס די צייטונג האט אזוי שלעכט געשריבן, ער לייגט אראפ די פאקטן, איך האב עס אזוי געהערט פון איינער וואס איז דארט געווען אז די אויפברויז אויף די פאליציי איז געווען זייער הויעך ווייל מ’האט געהאלטן אז זיי זענען שולדיג אין די עקסידענט, חוץ מזה וואס די עולם דארט האט פיינט די פאליציי סתם אזוי, און דעמאלטס האט נאך קיינער נישט געטענה’ט אז סאיז נישט געווען קיין געיט.
איך האב אויך געהערט אז די פאליציי אין מירון פירן זיך אויף ווי בריונים, און זיי זענען זיך ווערט דאס געלט אויך, סדא ווידיאוס ווי זיי שלאגן זיך ארום מיט מענטשן אין די מערת רבי שמעון ערב לג בעומר, וואס פעלט זיי אויס אריינצוגיין דארטן? סתם צו אנרייצן דעם עולם? מ’פארציילט אז יוסי דייטש סגן ראש העיר פון ירושלים האט געהאט צוגעזעהן אנפאנג נאכט ווי די פאליציי איז זייער צולאזט און ער איז געגאנגן זאגן פאר די מפקד אז סגייט אזוי אנגיין גייט זיך עס נישט גוט ענדיגן.
תרמב
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 510
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 430 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 09, 2021 10:29 am

ס'איז א ביטערע מעשה. פון איין זייט קלאגט די שרייבער אז ס'איז נישט געווען קיין פאליציי, פון די אנדערע זייט רעדט ער פון די פאליצייאישע אגענטור ווי ער האט א Black Lives Matter אגענדע אנטקעגן זיי.

שרייבען פאקטן איז זייער וויכטיג אבער אויב באפעפערט ער עס מיט דברים כיבושין און אדעטאריעל ווערטער מעג איך דיר זאגען מיין פראספעקטיוו וויאזוי עס האט זיך געהערט צו מיר. אויב חס ושלום פאסט די ווערטער מגלגלין חוב על ידי חייב אויף אימיצער איז דאך עס רבי שמעון און די תולדות אהרנ'ע רבי. ענדערש נעם איין א שתוק! נאך אלעמען איז דאך עס א גזירה הוא מלפני.

וואסארא אומאחריות איז עס. ס'איז העץ ווערטער קעגען די פאליציי. על שארפאטען רעדט אזוי. וואס איז די תכלית דערפון? חוץ פון דאס איז עפעס א משוגענע סכנה צו פארטרייבן פאליציי אן האבן א אייגענע שמירה מיט געווער וכו' טראכט אריין אויב ס'וואלט געווען עפעס א שיסעריי און שטעטעל שבת נאך די עולם האט פארטריבן די פאליציי רח"ל וויאזוי וואלט מען זיך defended? מיט ווארפן סידורים? ס'וואלט געווען mayhem און פארשטייט זיך אסאך קרבנות און שילדיג ווייטער וואלט געווען די פאליציי?

און די זעלבע צייטונג ארטיקעל ווערט אויך באריכטעט וויאזוי די עולם האט זיך אויסגעפיפען אויף די פאליציי און איבערגעבראכן די באריקאדעס אויף אריין צו קריכען און די גהינם טאפ.

בקיצור ס'גייט אזוי. ס'איז דא פאליציי, די עולם פייפט אריין, זיי שלאגן זיך ארום אבער האלטן זיך איין ארעסטירן מענטשען. די עולם גולם נעמט איבער די רעדל און פארטרייבט זיי. א שרעקליכע אומגליק געשעט. ווי זענען די פאליציי? ס'איז זייער שילד. לאמיר זיי באווארפען מיט שמוץ וכו' און זיי פארטרייבן ווייל מגלגלין חוב על ידי חייב.

אוי, א נעבעך.

P.S.
אפגערעדט פון די סתירה, איז מען פטור געווארן פון די מחסם אדער נישט? אויפן וועג אריין זאגט ער מ'איז פטור געווארן. אויף די וועג ארויס נישט?
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20210509-WA0017.jpg
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך תרמב » זונטאג מאי 09, 2021 10:45 am

די אמת איז אז ביידע זייטן דארפן זיך צאמזעצן און ביידע זייטן דארפן נאכגעבן לתועלת העניין לעי’’נ די קדושים, די עסקנים דארפן זיך צושטעלן צו די פאליציאישע זיכערהייט פראטאקאלן, און די פאליציי זאל קומען מיטן ציהל צו העלפן די מצב, נישט מיטן ציהל זיך צו שלאגן מיט א ציבור וואלטן זאכן סאך בעסער אויסגעקוקט.
תרמב
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 510
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 430 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט