קאווע שטיבל טראגט אן אחריות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

קאווע שטיבל טראגט אן אחריות

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעדער איד (מיט א אידיש הארץ) באשר הוא שם איז נאך טיף שאקירט און צעטרייסלט פון די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט באותו מקום ובאותו זמן, אויף אזא הייליגן מקום און אזא הייליגע צייט, ווי ס'איז ליידער געווען נהפך לאבל מחולנו במלוא מובן המלה, א טראגעדיע וואס האט איבערגעלאזט יעדן נארמאלן מענטש צושאקלט און צעטרייסלט, מיט א הארץ מלא התבוננות, צו וועלן פארשטיין וואס דא גייט פאר. די פשוט'ע דעת בעל הבית וויל פארשטיין ווער עס איז שולדיג, צי איז געווען א געיט אדער נישט; די דעת תורה וויל פארשטיין על מ"ה עשה ה' ככה, וואס וויל דער רבש"ע פון כלל ישראל, און וואס דארפן מיר מתקן זיין.

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז יעדער רבי און רב - מיט האלבע און גאנצע דעת תורה – זאגן זייערע סברות פאר זייערע מענטשן השומעים לקחם, הגם נישט אלעס מאכט אינגאנצן סענס אין יעדנ'ס אויגן.

צווישן אלע מעסעדזשעס און סברות שיינט ארויס איין מעסעדזש גאר שטארק און קלאר – וואס דאס איז ממש "מדה כנגד מדה" פון די שוידערליכע פאסירונג – און דאס איז דער ענין פון "אחדות" און אהבת ישראל. קודם כל, וויבאלד עס האט גענומען קרבנות פון אלע שיכטן און קרייזן ווייזט דאס ווי כלל ישראל איז למעשה איינס; צווייטנס וויבאלד עס איז געשען אויף אופן פון "וכשלו איש באחיו", אז איין איד האט ליידער צעטרעטן דעם צווייטן, זאגט די סברא אז דער סארט הנהגה ביי כלל ישראל דארף די שטארקסטע תיקון; און דריטנס, וויבאלד דאס איז געשען אינעם טאג ל"ג בעומר וואס די תלמידי ר"ע האבן אויפגעהערט צו שטארבן "משום שלא נהגו כבוד זה בזה", און דא זענען ליידער אומגעקומען חשוב'ע אידן תיכף נאך די ימי אבילות, איז א דערמאנונג אז ליידער דארף מען נאך מתקן זיין דעם ענין פון נוהגין כבוד זה בזה.

[center]***[/center]
אפתח פי במשל.

עס טוט זיך א בהלה, עס האט פאסירט א שרעקליכע שיסעריי אין א רואיגע געגנט פון א קליין שטעטל, א מערדער א באנדיט האט געשאסן פילע אומשולדיגע מענטשן אין א פולע רעסטוראנט, פאליציי שאצט צענדליגער טויטע און דאפעלט אזויפיל פארוואונדעטע רח"ל... די שטעטל איז צושאקלט און אין אויפברויז, אזויפיל פון זייערע באליבטע חברים זענען מער נישט דא... די מענטשן קלאפן אין טיש אז זיי ווילן יוסטיץ, און זיי ווילן מונע זיין מהיום והלאה אזעלכע פאסירונגען, און שרייען אז זיי ווילן "גאן קאנטראל", עס זאל זיין פארבאטן אריינצוברענגען ביקסן אין דעם גאנצן געגענט.

מען מאכט אן אסיפה, מען גייט נעמען עקשאן און איינמאל פאר אלעמאל אפשטעלן די זינלאזע רציחות. די רעדנערס ברענגען ארויף די גרויסע שאדן וואס די גאנס מאכן אן פאר אמעריקע, און מען איז מטכס עצה ווי אזוי פטור צו ווערן פון דעם פראבלעם. אינמיטן..... הערט מען שאסן! איינער אין זאל האט מיטגעברענגט א ביקס און בבחי' לכבוש את המלכה עמי בבית האט ער אנגעהויבן שיסן אויף די אומשולדיגע פארזאמעלטע, וועלכע האבן מיט אומבאנומענע קולות און די הענט אויפן קאפ ארויסגעשטורעמט פון זאל ווי פייל פון בויגן...

מען האט געכאפט דעם נייעם שיסער, און געשטעלט פאר אן אויספארשונג, על מה ולמה? האט ער געענטפערט זייער פשוט... די "פאונדינג פאטערס" פון אמעריקע האבן אריינגעשטעלט אין די קאנסטיטוציע די רעכטן צו מעגן האבן גאנס, און דאס דארף מען פארטיידיגן בכל תוקף ועוז! און אויב מאכט מען אסיפות דאס צו מבטל זיין, דארף מען זיך אנטקעגנשטעלן און זיי שיקן א "לעססאן" אז גאנס איז היער טו סטעי.....

[center]***[/center]

די נמשל (הגם נישט פונקטליך) איז ווי פאלגענד.

פארשעמען אנדערע אידן, זאגן אונז חז"ל, איז בגדר לא תרצח, כאילו שופך דמים. אזיל סומקא ואתי חיוורא. עס גייט אוועק די רויטע קאליר פון פנים און מען ווערט אינגאנצן ווייס. נישטא נאך א זאך וואס חז"ל זאגן אונז אז "מוטב שיפיל עצמו לכבשן האש", ווי ביי "אל ילבין פני חבירו ברבים".

נישטא נאך א זאך אין די תורה וואס ברענגט ממש עונש מיתה אויפן מענטש ווי מחלוקת און שנאת חנם, ווי מען טרעפט ביי קרח, ביי חורבן בית המקדש השני, און פארשטענדליך אויך ביי תלמידי ר"ע, ווי אויך ביים מבול איז לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל. בין אדם למקום איז אייביג גרינגער, ד"ה כאטש מען טרעפט אין די תורה עונשי מיתה, למשל ביי חילול שבת, שטראפט נישט הקב"ה גלייך אויפן פלאץ נאר ער איז מאריך אף, ועד יום מותם תחכה לו, משא"כ ביי מחלוקת זעהט מען מער אפן דעם יד ה', וויפיל עלטערע בחורים וואס טרעפן נישט זייערע באשערטע פארציילן אז ווי נאר מען האט מפייס געווען אן אלטן חבר וואס מען האט אמאל גע'רודפ'ט איז די ישועה געקומען, און דאס זעלבע ביי מענטשן וואס זענען נישט זוכה צו קינדער, והדברים ידועים, איך בין נישט דא צו אויסרעכענען די גרויסקייט פון אהבת ישראל און גנות המחלוקת צווישן כלל ישראל.

עס איז ליידער געקומען א שרעקליכע דערמאנונג פאר כלל ישראל אז די מחלוקת'ן מוזן זיך סטאפן. ליידער הערט מען זיך אן טאג-טעגליך נאך שמועות פון מחלוקת, צווישן משפחות, ירושה, שלום בית, ביזנעס און שותפים, דיני תורה, ערכאות, אידן הרג'ענען זיך ארום (אין די זעלבע צייט וואס עס קומט פאר אויסטערלישע חסד צווישן אידן...). איך מיין אז יעדער נארמאלער מענטש כאפט די מעסעדזש; איז זיך מתבונן וואו בין איך נכשל געווארן אין מחלוקת, וואו קען איך מתקן זיין, לאמיר מאכן א קבלה טובה אין אהבת ישראל, לאמיר אנהויבן ארבעטן אויף "מחלוקת קאנטראל", מחלוקת איז דאך א שרעקעדיגע געווער וואס איז הורגת טובים ורעים ואף יונקי שדים!

אבער דא קומען אריין אפאר "קנאים" ומוחים. זיי וועלן זיך נישט לאזן. מען וועט אפירברענגען עפעס א מו"ר ר' אביגדור מיללער, מען וועט אפירקראצן עפעס א גזירה שוה ובנין אב מכתוב אחד כלל ופרט וכלל פון עגלה ערופה, מען וועט פאדערן "אקאונטעביליטי" גענוי ווי ווען א גוי'אישער ליידיגגייער אדער פאליטיקאנט וואלט געמאכט א ראלי וואלט געשיקט א טוויט (וואס וואלט גארנישט געמיינט נאר אפשר ווייטאג אז ער האט פארלוירן 45 פענ'ס אדער וואוטערס) און שוין, דאס גייט בארואיגן דעם מצב, כאילו דאס וועט לעבעדיג מאכן די טויטע און וועט ברענגען אלעס אין ארדענונג...

רבותי – אפילו ווען יעדע ווארט וואלט געווען אמת, דהיינו תו"א איז מחוייב זיך צו פארענטפערן און נעמען אקאונטעביליטי, איז אויך נישט יעצט די צייט צו רעדן דערפון! והמשכיל בעת ההוא ידום! יעצט ברענט די ערד, די בלוט איז נאך ווארעם, מען לעקט זיך נאך די וואונדן, מיר שפירן די ביטערע רעזולטאטן פון מחלוקת און פארשעמען אנדערע, און שוין הייבסטו אן נאכאמאל? ניטאמאל רעדט עס צו דיר? אתמהה!

דא אויף קאווע שטיבל דרייען זיך א גרופע פון "וואטש דאגס" וואס מאכן זיכער אז אלע רבנים זענען מקיים די תורה בכל דקדוקיה וכוונותיה, זיי האלטן נישט אויס אז מען פארדרייט עפעס פון די פאונדינג פאדערס, און אויב עפעס א רבי האט נישט צוזאמענגעשטעלט זיין דורכפאל מיט א עגלה ערופה גייען זיי ארום צו "חשוב'ע רבנים" (...) צו הערן ראשי תיבות אז יענער רבי האט געטון א געוואלדיגע עוולה, און ווער קען זיך דען מתווכח זיין מיט א ראשי תיבות.... מען גייט פארלאנגען "אקאונטעביליטי"!!

איך בין נישט מלמד זכות דא אויף א ספעציפישן מענטש. איך גיי נישט פארטיידיגן תו"א, אבער איך גיי זיי נישט באשולדיגן מער ווי איך וואלט סיי וועלכע אנדערע חסידות. אפילו נניח אז די לשה"ר איז אמת אז געוויסע עסקנים האבן געלייגט דרוק אויף די אינסטאנצן אז מען זאל נישט צולאזן קיין אנדערע הדלקה אין זייער שעה (מיט אלע תירוצים אז זיי זענען שוין דארט יארן לאנג און אנדערע זענען נאכגעקומען נאך זיי), איז אויך נישט יעצט די צייט צו פארפירן! קענסט זיכער זיין אז די אלע וואס האבן אנטייל גענומען אין אזעלכע אקציעס ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון, זוכן א מייזן לאך זיך צו באגראבן, גייען ארום מיט משונה'דיגע גילטי פילינגס, און 'אין אדם נתפס על צערו', און קיינער איז נישט אינטערעסירט אויף זייער אקאונטעביליטי, עס איז נאר גוט צו קענען שרייען אויף זיי.

אבוויעסלי קיינעם דא אינטרעסירט נישט אז דער תו"א רבי איז א מענטש (לפי ידיעתי) וואס לעבט מער אין הימל ווי אויף דער ערד, א גאון עצום בנגלה ובנסתר, אן עובד ה' במסירות נפש בתעניתים וסיגופים, טוט אזויפיל צדקה וחסד פאר צעבראכענע משפחות, און ניטעמאל איז ער א רבי וואס פייניגט זיינע חסידים ווי פילע אנדערע רבי'ס, ער פארקויפט פשוט עבודת ה' פאר זיינע חסידים און לעבט א העכערע לעבן און לעבט מיט'ן רבש"ע, עכ"פ ער פארדינט נאך אזויפיל רעספעקט ווי אן אנדערער גדול בישראל, און עס איז זייער ווייט פון כבוד התורה און כבוד הבריות אז אפאר טוטערס וואס באהאלטן זיך אונטער א ניק זאלן אים איינטיילן וואס צו טאן בשעת די וואונדן זענען אים נאך רוי, פשוט ווייל ער האט נישט קיין "מסורה" ווי אזוי מען פירט זיך אין אזא עת צרה. איך בין זיכער אז קיינער וואלט נישט געוואלט זיין אין זיינע שיך און שפירן די שרעקליכע הרגשים וואס ער האט כסדר.

די יונגאטשעס און וואטש-דאג גרופעס דא וועלן נישט צורו לאזן. איך גלייב אז איך גיי דא אריינכאפן חיצים ובליסטראות פאר מיין תגובה, פאר די חוצפה זיך אנצונעמען פאר א גדול בישראל. דא איז מען נאר מחשיב משכילים און פילאזאפן. עס איז דאך א "מקום חכמה"... דא איז מען גאנץ ווייניג אינטרעסירט צו הערן אז דער אומגליק איז געווען באשערט פון הימל. מען דארף טרעפן מענטשן צו בלעימען, נאר אזוי וועט זיך דאס כעס אפשטילן.

איך ציטער אז די שרעקליכע אקציעס וואס גייט פאר אין שטיבל קען זיין א גורם פאר נאך א טראגעדיע ח"ו. איך וואלט געדארפט אוועקגיין פון אזא פלאץ! דערווייל בין איך דא, און איך בין מעורר מיינע טייערע ברודער, גיטס אכטונג וואס עטץ טוטס, עס איז א שפיל מיט פייער!

קאווע שטיבל טראגט אן אחריות!!!
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר