אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס - מו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:53 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס - מו

שליחה דורך Lesser »

רבותי חברים, ידידים, און וואס נישט.

כ'האב מיר לעצטענס אריבערגעצויגען קיין לינדען פון די באוויסטע בארא פארק המעטירה, נע וואס זאל איך זאגן, די מקום גלייכט מיר אין איך גלייך עס צירוק.

שיין, רוהיג, שטיל. און העולה על כולם, ס'נאך ביליג אויך.

שיין - חוץ פון די גראז (וואס מען מיז לעגאל שניידען), אין בכלל די עקסטרעם ריינקייט פון שטאט (מיט די פולע הלכות מיסט וואס מען וועט נאך ברייט אויסשמועסן). איז די לעבן א שענערע, מ'לעבט מיט די בני בית אין משפחה, מ'פארברענג מער וכדומה.

רוהיג אין שטיל - קומט אין פילט עס אויף די אייגענע ביינער, די רוהיגקייט פילט זיך אין די ליפט, א ווינטל בלאזט, קיינער פייפט נישט, אין די נערוועזקייט טריגערט אויך נישט.

ביליג אויך - איך בעט אייך אטאקירט מיר נישט, לאזט מיר קומען צום ווארט, יא, איך פארשטיי, ס'שוין נישט אזוי ביליג, אבער מודה זיין איר מוזט אז פאר די פרייז וועט איר אין ערגעטץ נישט טרעפן דאס גלייכן. נו אבער די טעקסעס שרייען דאך גאר הויעך, יא גערעכט זענט איר (מ'וועט דאס אויך אויסשמועסן בקרוב), אבער מיט דעם אלעמען איז עס גאר א גוטע ישוב.

והא ראיה, קוקט אויף די סוקסעס, נאר אפאר יאר אלט, אין פארמאגט בתי מדרשים, ישיבות, תלמוד תורה, בית חינוך לבנות, ועוד.

איך האב הנאה מיטצוטיילען מיט אייך מיין עקספעריענס, לייגט פאר אייער שאלות אין איך וועל פראבירן צו שרייבן, אבער לאזט מיר נישט אליינס, אז איינער מביניכם קען אויך שרייבן, שרייבט אוועק, אין איך וועל הנאה האבן צו ליינען.

דער אשכול פארמאגט 79 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר