וואס די אהבת ישראל קען אויסלערנען די היינטיגע רבנים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

וואס די אהבת ישראל קען אויסלערנען די היינטיגע רבנים

שליחה דורך שבת אחים »

די וואך איז געוועהן די יארצייט פון די סב”ק די אהבת ישראל. איך האב געוואלט שרייבן א לענגערע ארטיקל וואס די היינטיגע חסידישע רבנים וואס א גרויס חלק פון זיי זענען זיינע אייניקלעך וואלטן זיך געקענט אפלערנען פון זיין דרך אין עבודת ה’. איך בין נישטא צורעדן וועגן זיין גרויסקייט ווייל למעשה איז נישטא קיין גרויסע audience פאר דעם אויף ק”ש. איך וויל ארויסברענגען פארוואס איך בין יא א גרויסע חסיד פון אים און נישט קיין גרויסע חסיד פון די היינטיגע רביס. און וואס איך האלט אז זיי וואלטן זיך געמעגט אפלערנען פון א “אמתע רבי”...

בקיצור נמרץ וועל איך שרייבן וואס די היינטיגער רבנים בתוכם וואס אסאך פון זיי שרייען אז זיי טוהן ממש אלעס נאך די זיידעס און רירן זיך נישט אוועק פון די מסורה,

אבער למעשה טוהן זיי פארקערט!

לימודי חול

די חוקרים וואס האבן שטודירט חסידות בתוכם די לינק וואס כהאב געבערענגט אין די אנדערע אשכול פון הרב ד”ר מנחם מנדל ברייאר (די פאטער פון די היינטיגע בויאנער רבי) שרייבן אז די אהבת ישראל האט געוואלט אז מ׳זאל אין זיינע ישיבות לערנען א האלבע טאג “לימודי חול”!!!
און ער האט געהאלטן אז אזוי איז עס אויסגעהאלטן ע”פ תורה און ע”פ חז”ל אז מ׳דארף אויסלערנען א פאך פאר די קינדער אז זיי זאלן קענען האבן פרנסה.

די סערטער רבי האט געארבעט מיט ערליכע פראפעסארן זאלן קומען אין וויזניץ לערנען מאטעמאטיקס און לימודי חול. למעשה האט די אהבת ישראל שפעטער געטוישט זיין מיינוג אז מזאל לערנען אזויפיל שעות לימודי חול. ווייל ליידער איז נישט געוועהן כמעט קיין מעגליכקייט מיט די דעמאלטסדיגע שוואכע עקאנאמיע אין א דריטע וועלט לאנד ווי רומעניע. און סאיז נישט געוועהן קיין שום פּאטענציעל צו מאכן פרנסה אין יענע צייטן אפילו מאיז געוועהן הויך געבילדעט. ער האט נאכאלץ געהאלטן אז מ׳דארף לערנען לימודי חול אפאר שעה- פאר די ישיבה בחורים (נישט נאר די קינדער).

היינטיגע צייטן וואוינען מיר אין א פעטע לאנד מיט אסאך פּאטענציעל צו מאכן פרנסה אויב מאיז געבילדעט. וואלט די אהבת ישראל זיכער געוועהן קעגן די היינטיגע רבנים וואס באקעמעפן אז מזאל געבן די קינדער א חינוך אן קיין נארמאלע עדיוקעישאן וואס איז נישט אויסגעהאלטן ע”פ תורה לויט די אהבת ישראל.

חסידות איז נישט קיין ביזנעס- ווארף זיך נישט מיט קיין מענטשען!

חסידות מיינט פארשפרייטן תורה, חסד, און אהבת ישראל, טוהן גוטס פאר איינעם דעם צווייטן, קיינעם נישט דן זיין. די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער האבן אריינגענומען יעדען איד וואס האט געוואלט לערנען תורה אין זייערע ישיבות. נישט קיין חילוק פון וועלכע שטוב ער קומט, וויאזוי ער גייט אנגעטוהן. יעדער איז געוועהן וועלקאום אויב האסטו געהאלטן ביים לערנען. סאיז נישט אפילו איינגעפאלן די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער צו מאכן
סעלעקציעס וועמען זיי גייען אריינעמען און וועמען נישט! אין וויסטען חלום האט ער זיך נישט פארגעשטעלט אז זיינע אייגענע אייניקלעך גייען זיך קלויבן וועמען ס’לוינט זיך אריינצונעמען אין ישיבה לערנען תורה און וועמען נישט!

זיי מקרב די שוואכע און ארימע
די אהבת ישראל האט מקרב געוועהן און ארויסגעוויזן ליבשאפט דוקא פאר די שוואכע, ארימע, קראנקע. דוקא געקושט מענטשען וואס זענען געוועהן אנגעשטעקט מיט טיפוס רח”ל. די אידן וואס האבן קוים געקענט אלף בית זענען געוועהן ביי אים פונקט אזוי חשוב ווי די מזרח וואנט אידן!

לעבן נישט קיין שוואוילטאג אויף יענעמס חשבון

די אהבת ישראל איז געוועהן די גרעסטע רבי אין רומעניע מיט די מערסטע חסידים. אזוי ווייט אז אלע חוקרים שרייבן אז וויזניץ אין רומעניע האט איבערגעשטיגן אלע אנדערע חסידות צוזאמען בתוכם סיגוט, ספינקא, דאלינע וכו׳

צווישן די צענדליגער טויזענטער וויזניצער חסידים איז געוועהן אסאך גרויסע נגידים וואס האבן אויסגעהאלטן די אהבת ישראל.

די אהבת ישראל האט געלעבט א פשוטע לעבן. קיינמאל נישט אויסגעגעבן פאר זיך קיין איין איבריגע פרוטה.
ער האט געקארגט אויף די עלקטעריק אין זיין הויז. ער איז ממש געזיצן אין די טונקעל. (מהאי טעמא פלעגט די תורת מרדכי אויך זיצן אינדערהיים אין טונקל, און בייטאג האט ער כמעט נישט אנגעצינדן די לעקטער)

די תורת מרכי פארציילט אז אין גרויסווארדיין איז געוועהן א שטיקל מהלך פון די שול ביז די הויז פון די אהבת ישראל, מהאט געדארפט דורכגיין א חצר. און סאיז געוועהן דארט ממש חושך. איינמאל איז די אהבת ישראל’ס ברודער די בארשער רבי זצ”ל געוועהן א גאסט ביי די אהבת ישראל און אויפן וועג אהיים האט ער געפרעגט זיין ברודער די אהבת ישראל “פארוואס איז אזוי פינסטער דא?” זינט דאן האט די אהבת ישראל געהייסן אז ווען א גאסט קומט זאל די עלקעטער זיין אייביג אנגעצינדן. אבער ווען קיין געסט איז נישטא זאל עס זיין אויסגעלאשן.

די תורת מרדכי פארציילט די זיידע פלעגט אסאך ארומפארן און האט אייביג מקפיד געוועהן צופארן דוקא מיט די “דריטע קלאס” אפילו סאיז ממש נישט געוועהן קיין פלאץ און סאיז געוועהן צושטופט מיט מענטשען האט די אהבת ישראל אויסגעוועלט צופארן און א צושטופטע וואגן אנגעפילט מיט צוריקגעשטאנע אוקריינישע גוים, שיכורים, ציגיינער, כאליגאנעס וכו׳

שטעלט אייך פאר אז די היינטיגע וויזניצער רביס פארן מיט די ניו יארק סובוועי אין rush-hour טראפיק?!

ווען מהאט געפרעגט די אהבת ישראל פארוואס ער פארט טאקע אייביג מיט די דריטע קלאס. האט ער גענטפערט, “ווייל סאיז נישט פארהאנען קיין פערטע קלאס...”

די אהבת ישראל איז נישט געוועהן קארג פאר יענעם. ער איז נאר געוועהן קארג פאר זיך און זיין קארגשאפט איז געקומען, ווייל וויפל מעהר געלט ער האט געקענט שפארן פון אויסגעבן פאר זיך אליינס האט ער געהאט מעהר צו געבן פאר יענעם!

מ’קען נאך שרייבן אסאך וואס די היינטיגע רבנים קענען זיך אפלערנען פון א אזא “אמתע רבי” און א “אמתע צדיק” ווי די אהבת ישראל. און איך האף נאך אסאך צושרייבן וועגן דעם אין מיין לעבן.

חוץ וואס די אהבת ישראל איז געוועהן א אמתע ערליכע מענטש. וואס האט ליב געהאט יעדע באשעפניש און געלייגט יענעם פאר זיך. איז ער אויך געוועהן א גרויסע חכם און געשמאקע מענטש. ער האט איייביג געהאט א גוט ווארט פאר יעדען איינעם. ער האט אויפן פלאץ גענטפערט פאר יעדען איינעם מיט חכמה און ליבשאפט.
מקען אנפילן גאנצע ביכלעך פון זיינע געלונגע ווערטלעך.

די וואך לכבוד די יארצייט האט איינער אראפגעברענגט אויף א אינטערנעט פארום איינע פון זיי :

א אנדערע מוטער

איינער פון די גרויסע ציונים אין רומעניע איז אמאל געקומען צום אהבת ישראל זצ"ל און געפרעגט היתכן דאס איר האט אונז אזוי פיינט? איר האט דאך ליב אלע אידן, און איר האט אינטערגעשריבן קעגן די ציונים, הלא אב אחד לכולנו מיר האבן דאך איין פאטער, און איין איד דארף ליב האבן דעם צווייטן?

האט דער רבי געענטפערט, ס'איז אמת אז אלע אידן האבן טאקע איין פאטער, אבער די זעלבע מוטער האבן מיר נישט! ווייל וואס איז מותר פאר דיר איז אסור פאר מיר און וואס איז מותר פאר מיר איז אסור פאר דיר...

וואו נעמט מען נאך אזעלכע געהויבענע, קלוגע, ערליכע מענטשען?

זכותו יגן עלינו.
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר