פון טעלעגראפיע ביז טעלעגראם - די עוועליושען פון אינפארמאציע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
ואידך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2020 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

פון טעלעגראפיע ביז טעלעגראם - די עוועליושען פון אינפארמאציע

שליחה דורך ואידך »

דורכאויס די לעצטע יאר הונדערט האט די מאפע פון קאמיוניקאציע-טעכנאלאגיע אומאויפהערליך געטוישט איר אויסזעהן און נייע ערפינדונגען האבן געהאלטן אין איין טוישן די וועג וויאזוי קאמיוניקאציע איז געפלאסן פון איין עק וועלט צום אנדערן.

פאלגנד איז איין מהלך וואס איז מיר איינגעפאלן וויאזוי מ'קען אנקוקן די שטאפלען פון איר אנטוויקלונג.
נעמט אין אכט אז די איינטיילונג איז בכלל נישט באזירט אויף די טעכנישע זייט פון די ערפונדונגען נאר אויף די וועג וויאזוי זיי האבן געטוישט די מענטשהייט אין סאסייעטי.

*****
טעלעגראפיע און טעלעפאן

צום ענדע פונעם 19'טן יארהונדערט איז די וועלט צום ערשטן מאל געווען פולשטענדיג קאנעקטעד מיט טרענסעטלענטיק קעיבלס. אין אנדערע ווערטער איז די וועלט געווארן איינס אין די געביט פון אינפארמאציע. דיסטענס איז שוין מער נישט געווען קיין אפהאלט פאר אינפארמאציע.

עלעקטריקעל טעלעגראפיע איז געפארן מיט די ספיד אוו לייט (נישט אריינרעכנדיג די וועלאסיטי פעקטאר). ספיד אוו לייט איז די העכסטע ספיד וואס אינפארמאציע קען טרעוועלען און איז די זעלבע ספיד וואס מאדערענע פייבער אפטיק קעיבעלס נוצן היינט פאר היי-ספיד אינטערנעט קאנעקשאנס.

טאמער איז געווען א שטיקל אינפארמאציע און ס'איז געווען גענוג וויכטיג האט עס געקענט קאמיוניקירט ווערן צו גענוג וויכטיגע מענטשן אינסטענטלי פון איין עק וועלט צום אנדערן.

*****
בראדקעסטינג – ראדיא און טעלעוויזשען

בערך 1950 האט כמעט יעדע לאנד אויפ'ן פלאנעט שוין פארמאגט א ראדיא בראדקעסטינג סיסטעם. די חידוש פון בראדקעסטינג איז די מעגליכקייט פון איין טרענסמיטער און אומצאליגע ריסיווערס.

אנדערש ווי טעלעגראפיע און טעלעפאן וואס דארפן א דעדיקעיטעד ליניע פון פוינט A צו פוינט B, קען בראדקעסטינג פירן אינפארמאציע פון איין פוינט צו מיליאנען ריסיווינג ענדפוינטס אין די זעלבע צייט.

טאמער איז א שטיקל אינפארמאציע געווען גענוג וויכטיג, האט עס געקענט קאמיוניקירט ווערן אינסטענטלי צו יעדע מענטש אין די וועלט אונעטר א סעקונדע.

*****
The World Wide Web

אין 1991 האט טים בערנערס לי ערפונדען די world wide web וואס איז א סיסטעם ווי יעדער קען פאבלישען אינפארמאציע און סיי ווער קען צוקומען דערצו דורך אweb browser.
אנדערש ווי ביז דאן וואס וויכטיגע אינפארמאציע האט נאר געקענט ווערן אויפגעכאפט אין די זעלבע מאמענט פונע'ם בראדקעסט, האט זיך אנגעבויהן אנטוויקלען א ריזן לעבעדיגע קוואל פון אינפארמאציע ווי יעדער אינדיווידועל האט באקומען גרינגע צוטריט צו יעדער מאמענט.

(פארגעסט נישט אז ביז דאן איז קאמפיוטער נישט געווען קיין קאמיוניקאציע דיווייס נאר א קאמפיוטינג און סטארעדזש דיווייס).

איך גלייב אז רוב שטיבל מעמבערס פאלן אריין אין די קאטעגאריע פון מילעניעלס (צווישן 25 און 40 יאר אלט). אונז אלע האבן, נישט וויסנדיג בשעת מעשה, בייגעלעבט א מאסיווע טוירנינג פוינט אין היסטאריע. אונז האבן אנגעהויבן אונזער לעבן אין א צייט וואס אינפארמאציע איז געלעגן פארשפרייט אין לייבערי ביכער אדער אין די קעף פון פארשידענע עקספערטן, סייענטיסטן און היסטאריקער.

אין א נישטיגע פאר יאר זענען מיר אריבערגעשווימען צו א תקופה ווי יעדער שטיקל באשטעגטיטע אינפארמאציע איז געווארן סענטרעלייזד און פרייוויליג עוועילעבעל פאר יעדע וואס איז נאר אינטערסירט.

ווער געדענקט נישט ווי פילע פון אונז האבן זיך א לאז געטאן אויף אזעלכע וועבסייטס ווי וויקיפידיע, קווארא אדער יוטויב ווי אויסגעהנוגערטע וועלף שיכור פון די אפענע זאפאסן פון קוואליטי אינפארמאציע וואס האט זיך געפילט ווי אין א חלום.

*****
The Smartphone

אין 2005 האט עפל געלאונטשט די ערשטע אייפאון. (כאטש טעכניש זענען שוין דאן געווען פארשידענע אנדערע פערסאנעל הענד-העלד דיווייסעס קאנעקטעד צו די אינטערנעט האט קיינער פון זיי אבער נישט באוויזן צו טוישן די דיינעמיקס פון קאמיוניקעישאן אזויווי פאלגנד).

די סמארטפאון האט געטוישט די אינטערנעט פון אן אוצר פון אינפארמאציע ווי קאנסיומער קומען איינקויפן וואס מ'דארף, ווען מ'דארף, צו א לעבעדיגע מאשין וואס פיטערט פראעקטיוולי אינפארמאציע צו די מענטשהייט אין קליינע פארציעס ווי און ווען ס'קען צונוץ קומען.

אונז פלעגן באגיייסטערט ווערן ווי מ'קען אריינקלאפן אין גוגל “World population” און א פונקטליכע ענטפער ווערט אינסטענטלי ארויסגעשפיגן, ווייל אונז האבן אנגעקוקוט אינפארמאצאיע אזיווי א פראדוקט וואס מיר האבן גענוצט די אינטערנט איינצוקויפן ווי מער דערפון און דערנאך געשפירט ווי מיר "פארמאגן" עס.

טאמער וועט איר זיך אבער אומקוקן אויף גען-Z וועט איר באמערקן ווי זייער פערספקטיוו איז אינגאנצן אנדערש. זיי זוכן נישט זיך "איינצוהאנדלען" ווי מער אינפארמאציע. צו וואס ברויכן זיי חזר'ן די וועלטס פאפולאציע ווען זיי קענען דאס פרעגן פון סירי יעדע סעקונדע אין טאג. אינפארמאציע וואס איז זיי וויכטיג אדער זיי גלייכן ווערט סיי ווי געפיטערט לעבעדיג פון אלע סאשעל מידיע און נייעס פלאטפארמעס.

די אינטערנעט האט זיך געטוישט פון אן אינפארמאציע פארקויפער צו אן אינפארמאציע סערוויס פראוויידער.

*****

וואס איז אייער מיינונג?
וואס גייט זיין די נעקסטע רעוועלוציע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ואידך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר