א איבערבליק אויף רעגירונג שטייערן:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

א איבערבליק אויף רעגירונג שטייערן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]גארנישט איז זיכער! בלויז דאס טויט און באצאהלן שטייערן! דאס איז א ציטאט פון דעם בארימטער אמעריקאנער שטאטסמאן און פאליטיקער, הער בענזשעמין פרענקלין.

וואס איז דאס די באדייט פון שטייער? שטייער איז א שיין-קלינגענדע נאמען פאר גניבה! דאס אונטערשיד איז בלויז אז אויב א ציווילער מאן בארויבט אייך ווערט דאס אנגערופן גניבה, און אויב די רעגירונג רויבט פון אייער פארדינסטען קעגן אייער ווילן ווערט דאס אנגערופן שטייער!

עס איז פארהאן צוויי ערליי סארט שטייערן. ס'איז פארהאן איינקנופט שטייער, דאס באדייט אז די רעגירונג קאנפעסקירט א געוויסע פראָצענט פון אייער איינקנופט, ווי אויך איז פארהאן א שטייער אויף פראדוקטן וואס מ'קויפט. א שטייער אויף פראדוקטן איז עטוואס ווייניגער גניבה ווי א שטייער אויף פארדינסטן און איינקנופט, ווארום קיינער צווינגט אייך נישט צו קויפן דאס פראדוקט.

לאמיר כאפן א קורצע איבערבליק אויף שטייער ביים אידישן פאלק, ווען מיר האבן נאך פארמאגט א קעניגרייך אין ארץ ישראל.

נאך אין די צייטן פון משה רבינו אין מדבר, זענען אלע אידן געווען פארפליכטעט צו צאלן א יערליכער שטייער, וואס ס'איז געגאנגן פאר די אויסגאבן פונעם בית המקדש. די שטייער איז געווען א מחצית השקל פאר יעדעם גלייך אפגעזען ארעם אדער רייך. און דאס איז אינפארסירט געווארן מיטן גרעסטן מאס הארבקייט, אזש אויב עמיצער האט נישט געהאט אדער נישט געוואלט באצאהלן דאס האלב שקל, האט די שטייער אגענטור געהאט די לעגאלע מאכט צו קאַלאַטעראַלען זיינע אייגענטומס.

ב''א ט''ו ניסן, תפ''ח האבן די אידן אריבערגעשפרייזט דעם טייך ירדן! נאך לאנגע יארן פון שקאלפעריי אין מצרים, און וואנדערנישן אין די טיפע מדבריות אין מיטל מזרח, האט דאס אידיש פאלק ענדליך באגליקט, און זיי האבן ענדליך זיך דעראבערט זייער אייגענעם היים-לאנד, ארץ ישראל. דארט, אין ארץ ישראל, איז פאר יעדעם צוגעטיילט געווארן זיין אייגן שטיק לאנד אויף וואס ער זיך געקענט פירן זיין אייגענעם ווירטשאפט.

אויב עמיצער האט פארמאגט א פעלד, איז ער געווען פארליכטעט איבערצולאזן די עקן פון זיין פעלד פארן ארעמאן, און אויך די ארפגעפאלענע זאנגן, און די פארגעסענע בינטלן, האט געהערט צום ארעמאן. און אויב ער האט פארמאגט א וויינגארטן, האט ער אויך געדארפט איבערלאזן די איינצעלע טרויבן פאר די ארימעלייט! די דאזיגע שטייער איז געווען באשטימט פאר די דאזיגע לייט וואס האבן צוליב סיי וועלכע אורזאך נישט פארדינט גענוג אויף צום לעבן, אבער זיי האבן אין אלגעמיין געהאט א מעגליכקייט זעלבסט צו פארדינען
דאן האט אויך עקזעסטירט נאך א סארט גרעסערע שטייער - א שטייער געבויעט אויף די פראָצענטן פון דאס גערעטעניש וואס דאס פעלד האט ארויסגעגעבן. און דאס איז געווען באשטימט פאר די דאזיגע וואס האבן נישט געהאט קיין מעכליכקייט זעלבסט צו ארבייטן, די כהנים און די לוויים, פאר וועמען די תורה האט פארבאטן צו ארבייטן! זיי האבן דעזיגנירט זייער גאנצער לעבן בלויז פאר די ארבייט פון בית המקדש.
שפעטער האבן די חכמים איינגעשטעלט אויך אן איינקנופט שטייער, וואס ווערט אנגערופן מעשר כספים, און דאס גייט נאך אן ביז צום היינטיגן טאג!

די ערשטע אכט הונדרעט יאר וואס אידן זענען געזעצן אין ארץ ישראל, האט געהערשט אין ארץ ישראל טאטאלע היערארכיע. ווי די פסוק זאגט: בימים ההם אין מלך בישראל, איש הישר בעיניו יעשה... זעלבסטפארשטענדליך האבן די אידן אין ארץ ישראל קיין שטייערן נישט געצאלט!

שמואל הנביא איז אלט געווארן. ער האט מער נישט פארמאגט די כוחות צו פירן דאס פאלק ווי אמאל. ער געשטעלט זיינע צוויי קינדער, יואל און אביה, אז זיי זאלן ריכטן די אידן און זיי פירן אויפן גלייכן וועג. זיי האבן אבער נישט פארפילט זייערע פליכטן. זיי זענען צום באדויערן געווען שטארק קאראפטירט. אין רעזולטאט האט דאס אידיש פאלק אנגעהויבן פאדערן אז זיי ווילן קרוינען אויף זיך א קעניג, ווי אלע אנדערע פעלקער ארום זיי וועלעכער זאל זיי פירן און זיך זארגן פאר זייער וואוילזיין.

פאר שמואל האט דאס זייער נישט געשמעקט און פארן באשעפער נאך ווייניגער. נישט דיך האבן זיי פארמיעסט נאר מיך! האט דער אויבישטער געזאגט פאר שמואל מיט פארדרוס, נאר וואס וואזשע דען? טוה דאס ווילן פון פאלק און קרוין פאר זיי א קעניג.

דאס איז וואס שמואל האט דאן געזאגט געזאגט פאר די אידן:
דאס זענען די געזעצן פון דער קעניג וועלעכער וועט קעניגן אויף אייך: ער וועט נעמען ענקערע זון און זיי שטעלן פאר זיינע רייטערס, זיי וועלן זיין פארפליכטעט צו לויפן פאר זיין רייטוואגן. ער וועט זיי שטעלן אלס הערן פון טויזענט און פון פיפציג, און צו אקערן זיין אקער און שניידן זיין שניט, און פּראָדוצירן פאר אים מיניצאן. ענקערע טעכטער וועט ער נעמען פאר אפאטייקער, קעכער, און בעקער. ענקערע פעלדער און וויינגערטנער און איילבירט ביימער וועט ער קאָנפיסקירן און שענקן פאר זיינע קנעכט. ענקערע קנעכט און דינסט און ענקערע יוגנטליכע און אייזלן, וועט ער פארכאפן מיט די געוואלד און זיי נוצן פאר זיינע צוועקן. ענקערע שעף וועלן אים רייך מאכן און עטץ וועלן אים דינען אלס קנעכט!

וואס דער נביא זאגט אין קורצן: מאנארכיע איז טיראניע. א מאנארכיע באדייט אז די בירגער פארמאגן נישט קיין אייגענעם פרייהייט, דאס פארמעגן דער קערפער, אלעס געהערט צו זיין מייעסטעיט. שמואל הנביא האט פרובירט באיינצופלוסן די אידן אז זיי זאלן פארבלייבן א פרייער פאלק, אבער די אידן האבן אים נישט געוואלט הארכן... זיי האבן ווארשיינליך נישט געוואלט זיין אנדערש ווי אלע פעלקער ארום זיי וואס האבן געהאט זייער אייגענעם קעניג.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר