מיין לעקציע פון מירון תשפ"א

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מאמר קדישין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 29, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

מיין לעקציע פון מירון תשפ"א

שליחה דורך מאמר קדישין »

© מאמר קדישין פון קאוועשטיבעל

יעדער מענטש האט זיין פליכט אין לעבן, ער האט זיין פלאטץ אין די וועלט, און ער מוז טון וואס איז זיינס. איך מוז קעיר נעמן פון מיין משפחה, נישט דיינס. און דו מוזט קעיר נעמן פון דיין משפחה. טאמער דיין קינד דארף א געוויסע זאך, מיינט עס נישט אז מיין קינד דארף עס אויך. יעדער דארף קוקן אויף זיינס. איך דארף פאררעכטן מיינער מדות, און פארבעסערן מיין עבודת ה’, און דו דארפסט טון דיינס, מיר זענען נישט איין מענטש.

די מעשה אין מירון האט בארירט אסאך מענטשן. יעדער איז געווארן צושוידערט, יעדער האט מיטגעפילט די משפחות פון די אומגעקומענע, ווי אויך די פארוואונדעטע.

מיר גלויבן אז ‘הצור תמים פעלו וכל דרכיו משפט’, דער אויבישטער האט זיין סבות פארוואס ער טוט וואס ער טוט, און אסאך האט צוטון מיט שכר ועונש. יעדער איד וואס איז באטראפען געווארן פון די שווערע אומגליק, איז געווען א ציל ביים באשעפער פאר די טראגעדיע, דער אויבישטער האט גאר אים געמיינט, און ער מוז זען צו פארבעסערן זיין מעשים.

ווי אויך זאגט אונז די תורה ‘ולא תשים דמים בביתך’, אז מענטשן זענען באפוילן צו טון אלס ביכולתם צו פארמיידען דמים און נפילת. איי, עס איז דאך נגזר מן השמים? אויף דעם זאגט די תורה ‘כי יפול הנופל ממנה’, ועי’ במפרשים.

דער וואס מאכט א דאך אן א מעקה, מוז עס פאררעכטן. טאמער דער אויבישטער שיקט אן אומגליק אויף זיין דאך, איז עס א לעקציע צו אים אז ער מוז תשובה טון, און לכאורה מיינט עס דייקא אויף די עבירה, אז ער זאל מאכן א מעקה. צוערשט עזיבת החטא, און נאך דעם ווידוי חרטה קבלה לעתיד.

ווידער, דער וואס איז באטראפן פון די צרה, אבער נישט צו אים באלאנגט די הויז, האט נישט וואס תשובה צו טון דוקא אויף הלכות מעקה, וואס האט דאס צו אים? ער מוז זוכן אין זיין פעקל ווי צו פאררעכטן און וואס צו טון.

© מאמר קדישין פון קאוועשטיבעל

כלפי מה הדברים אמורים?

איינער וואס קוקט פון די פרעמד אויף די מירון סומאטוכע, זעט אן אינטרעסאנטע זאך. די אלע פירערס און שישקעס, רעדן פון תשובה טון אויף דעם און יענס, יעדער לויט זיין געשמאק. ער רעדט פון טעקנאלאדזשי און ער רעדט פון לימוד התורה, דער רעדט פון בין אדם לחבירו און דער רעדט פון צניעות. הלו! דו פירסט דאך אן די ווערטשאפט, ווי קומט עס דיר זיך צו פארלייגן אויף יענעמ’ס? דער תולדות אהרן מוז קוקן ביי זיך צו ער האט נישט משתתף געווען אין די פראבלעם דורך זיין איינעקשנ’ן צו מאכן אן אייגענעם הדלקה אין מירון, די עסקנים מוזן טראכטן ערנסט וויאזוי צו פארמיידען די נעקסטע טראגעדיע, די פאליציי דארפן מאכן א חשבון הנפש אויף זייער הנהגה, כל אחד בשמו יבורך.
ווידער אונז, פשוט’ע מענטשן, וואס האבן נישט קיין כח אין די זאכן, זענען באפליכטעט צו קוקן אויף אונזערע מעשים. מיר האבן נישט קיין דאך אן א מעקה, מיר פירן נישט קיין גרויסע חתונות אדער ברייטער צוזאמען קומפן.

וויאזוי איז עס געווארן, אז יעדער טוט תשובה נאר אויף יענעמ’ס עבירות? קאוועשטיבעל ליארמעט וועגן סעיפטי, און די חברי כנסת רעדן פון געטליכקייט? טאמער דער תולדות אהרן קומט מיר פרעגן וואס צו טון, זאג איך אים אוודאי אז ער מוז פארמאכן זיין גאנצע ווערטשאפט און זיך פירן ווי א פלעינער איד אין מירון. אבער ער פרעגט מיר און אונז דאך נישט. מיר קענען זיך מתקן זיין, נישט יענעם.

זאל יעדער תשובה טון אויף זיין אייגענער פראבלעמן, און נישט קוקן אויף יענעמ’ס תשובה.
© מאמר קדישין פון קאוועשטיבעל
רעאגיר