גרושים צווישן היימישן ציבור - א רבי'שער שבת

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

גרושים צווישן היימישן ציבור - א רבי'שער שבת

שליחה דורך מורינו ורבנו »

איך וויל דא בארירן א נושא וואס טוט מיר זייער וויי, צוזעהענדיג דעם פיין און לייד פון אחינו-בני-ישראל. זייענדיג אויף א פאזיציע וואס דער באשעפער האט מיר געשטעלט, צו זארגן פאר זיינע שאף, אויסהערן אידישע צרות און פראבירן צו טון וואס מען קען זיי צו העלפן, וויל איך זייער שטארק טון עפעס אין די נושא, אבער איך שפיר נישט אז איך זאל האבן די כלים דערצו. איך וויל אבער פארט טון, וויל איך זיך דורכשמועסן מיטן עולם דא. איך בין זיכער אז צווישן דעם ציבור זענען דא פילע מענטשן וואס זענען נאנט צום חלל און האבן געדאנקען וואס מען קען פארבעסערן אין דער נושא.

די מעלה וואס איך באזיץ, זיך דרייענדיג דא אין קאווע שטיבל, איז דערויף וואס אין מיין פאזיציע גייט אלעס צו אפיציעל, מ'רעדט מיט רבנים, מיט עסקנים און כלל-טוער, אבער צום עמך איד קומט מען אן ווייניגער. ווען דער איד קומט אריין זיך אויסרעדן אויף זיינס א פראבלעם, שפירט ער זיך נישט אין דער מצב איינצוטיילן און זאגן דעות וואס צו טון, און אפילו טאמער ער טוט דאס יא, האט דאך א מענטש א נגיעה צו קלערן, ווער איז דען דער חדר-יונגל צו זאגן עפעס פארן חשוב'ן רב (לאכט נישט, איך גלויב אז יעדער וואס וועט אנקומען אין מיין פאזיציע וועט אזוי שפירן, ס'איז דרך הטבע), און אפילו ווען ער רעדט יא צו דער זאך, פאסט עס שוין נישט וכו' וכו'... קיינער איז נישט ריין דערפון, און קיינער קען נישט זאגן אז ווען ער וואלט געווען אין דער מצב, וואלט ער אנדערש געווען. מיט מיין בעסטן ווילן נישט אזוי צו זיין (והראיה אז איך בין דא אין קאווע שטיבל, און איך בין גרייט אויסצוהערן), ווען מען געפינט זיך אויף דער פאזיציע שפירט מען אזוי.

לאמיר אייך קודם מקדים זיין. בעצם איז דאנערשטאג ביי מיר שטארק א פארנומענער טאג. במשך שבת דארף איך זאגן פינף אדער צומאל זעקס שמועסן פארן ציבור, אנגעהויבן פון ליל-שישי ביז נאך מלוה-מלכה. איך דארף זיין גרייט און פארגעקוקט. די שמועסן דארפן זיין צוגעפאסט אז דער גאנצער ציבור זאל ארויסנעמען דערפון די ריכטיגע חיזוק און שפייז פאר זיין נשמה. עס דארף זיין צוגעפאסט פאר: דעם באלעבאס וואס ארבעט שווער א גאנצע וואך, און וויל שבת הערן עפעס א ווארעמע געדאנק וואס זאל אים טראגן דורכ'ן וואך; דער עובד-השם וואס זוכט צו שטייגן אין מדריגות אין פנימיות הענינים, און נתקרב ווערן לה' יתברך, מיט השגות און העכערע ענינים; דער צובראכענער איד וואס לעכצעט ווי א פיש אין וואסער צו הערן עפעס, אז ער איז יא ווערד און מען קוקט יא ארויס אויף אים; דער משכיל און אויפגעקלערטער וואס דארף כאפן דעם שטאך (ס'איז דא אזאנס אויך...). איך דארף רעדן פארן בחור, יונגערמאן און זיידע, אלע דארפן קענען הערן פון מיר און שטייגן דורכדעם. דאס איז א שווערע עבודה, בכלל נישט לייכט. אויסער דעם דארף מען זיין גוט פארגעגרייט דורך דעם שבת, צו קענען זאגן א גוט ווארט דא און דארט, שיסן א ווערטל און א חיזוק, א מעשה'לע און א געדאנק לכל עת וענין שלא תבוא.

למען האמת, נישט אלעמאל זאג איך דאס וואס איך האב זיך פארגעגרייט. בעסער געזאגט, רוב מאל זאג איך אנדערע זאכן, נישט וואס איך האב זיך פארגעקוקט. צומאל הויב איך אן מיט דאס וואס איך האב געוואלט זאגן, אבער איך פארפאר פונעם ארגענעלן שמועס, כפי המצב והזמן. עס פאלט מיר איין אויפן מינוט א גוטן געדאנק וואס פאסט זיך בעסער אהער, אדער לויט די אורות און די מצב איז דאס גלייכער צו זאגן, און מען זאגט עפעס אנדערש. אמאל, בשעת'ן ניגון פאר דעם, ווערט נתעורר אן אור, און ברענגט א התעוררות פון א געדאנק וואס מען וויל ארויסברענגען און דערווארעמען דערמיט דעם ציבור. אמאל דערמאנט מען זיך עפעס אן עובדא וואס פאסט זיך גוט אריין אין דעם דאזיגן שבת אדער צו די דאזיגע שמחה. פארט, מוז מען זיך פארקוקן, ווייל דווקא דורכ'ן זיך פארקוקן קומט מען צו, צו די אנדערע ענינים וואס מען רעדט בפועל. אזוי גייט עס. בקיצור, פארקוקן מוז מען זיך און רעדן, רעדט מען אנדערע ווערטער וואס מען האט זיך פארגעקוקט.

דאס איז ווייט פון פארטיג. דאס איז שוין אויסער די כיבודים וואס מ'דארף מסדר זיין. וויסן ווער ס'איז דא אויף שבת און ווער ס'מאכט א שמחה וכו'. מ'גרייט זיך צו מיט א גוטן ניגון, וואס דער עולם וועט הנאה האבן (ביי צדיקים איז דאס געווען אן עסק, און מען האט זיך פארגעגרייט פאר שבת דערויף. פארשטייט זיך אז ס'איז אויך דא אן ענין, אז ס'זאל קומען פון זיך, אומצוגעגרייט, הכל לויט די אורות וואס קומט אראפ אויף יענע מאמענט - דאס זעלבע איז מיט די שמועסן).

און די אלע זאכן, קען מען נישט סתם אזוי צוגרייטן און שלעפן עפעס פון דא און דארט. מען דארף באמת האלטן דערביי. דער ציבור שפירט צי מען איז באמת דארט, אדער מען ברעטשקעט סתם אזוי. מען דארף עס מיינען מיט אן אמת, און טאקע מיינען מיט אן אמת, און טאקע שטייגן. אז מען דארף משפיע זיין פארן עולם, דארף מען דאך אליין האבן דעם פייער אויך, מ'קען דאס נישט בלאפן... דער עולם כאפט נישט, אז דער רבי שטייגט פון די חסידים, פונקט אזוי ווי די חסידים שטייגן פון א רבי, והענין עמוק הוא עד למאוד, ואכמ"ל.

ווער רעדט נאך אז עס מאכט זיך א שיינעם שבת, עס קומען געסט, דארף מען מאכן צייט אויפצונעמען, אויסהערן, און באמת אויסהערן, נישט כאילו פשוט ווייל דאס איז מיין דזשאב, נאר באמת זיין אינטערעסירט אין יענעם און וועלן זיין גוטס. נישט אלע מענטשן זענען גלייך און נישט אלע מענטשן זענען קלוג, אבער מען דארף באמת מיינען יעדנ'ס טובה און נישט מבטל זיין קיינעם, ווייל באמת איז יעדער טאקע א בריליאנט פאר זיך, צומאל איז שווער דאס מגלה צו זיין און מען דארף עס באמת מגלה זיין און באמת זען. דאס איז ארבעט וואס מען דארף טון פארן אויפנעמען, בשעת'ן אויפנעמען און נאכן אויפנעמען. און ווען עס קומט א שיינער שבת איז דאס באמת שווער.

און דאס אלעס דארף מען טון במאור פנים, נישט קיין חילוק ווי מיד און אויסגעמאטערט דו ביסט. מען דארף זיכער מאכן אז קיינער זאל נישט שפירן אז מען האט אויף אים געקוקט זויער... עס קען באמת וויי טון מענטשן. און נאכאמאל, מען דארף עס טון ווייל מען דארף עס מיינען ערנסט, נישט ווייל דאס איז די דזשאב. בקיצור, דארף מען קומען צום שבת אויסגערוהט און פריש, אפילו ווען דו ביסט נישט פריש. דער רבי מעג הערן אלע צרות און אלע קריטיק, אמת'ע ווי נישט אמת'ע, אבער דו דארפסט צוריק שמייכלען און אמת'דיג זיין פריש.

דאס איז זייער א שווערע דזשאב.

דעריבער, ווען עס קומט דאנערשטאג, ווערט מען זייער פארנומען צוצוגרייטן צום שבת. פיזיש און גייסטיש, בנפש רוח ונשמה. און אויך זיך אליין צוגרייטן, נאך אלעמען קומט צו גיין א שבת-קודש אויף דער וועלט, מען דארף זיין גרייט פארן הייליגן שבת. מען ווערט שטארק פארנומען.

נו שוין, האב איך געוואלט שרייבן איבער זייער א וויכטיגער נושא, און א האקעלער, בין איך געווארן פארנומען מיט שרייבן עפעס אנדערש. וועל איך מוזן ממשיך זיין נאך שבת מיט אונזער נושא וואס ברענט.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר