יישר כח

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

יישר כח

שליחה דורך מורינו ורבנו »

איך האב שוין נישט געקלערט צו שרייבן דא היינט, אבער איך מוז אויסדרוקן מיינע געפילן מיט דער כבוד האכסניא.

איך וויל זיך פערזענליך באדאנקען אויף די ווארעמע ברוכים-הבאים וואס איך האב באקומען דא אין שטיבל. איך האב באמת נישט גערעכנט דערויף, און איך וויל באדאנקען יעדן איינעם באזונדער, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם, אלע וואס האבן מיר אזוי שיין באגריסט און מיר געמאכט שפירן באקוועם. תשואת חן חן להם, דער אויבערשטער זאל אייך באצאלן.

למען האמת, איך בין דא, פשוט ווייל איך זעה דעם חלל. עס איז שווער מסביר צו זיין אויף איין פוס, און איך קלער נאך צוריקצוקומען און ערקלערן דעם ענין. למעשה, איז דא א גרויסער דיסטנס צווישן די רבנים מיטן אלגעמיינעם המון-עם, וואס פארשטייען זיך נישט איינער דעם אנדערן, מיטן בעסטן ווילן. איך זעה דאס מער און מער, ווי מער איך ליין דא אין שטיבל. ס'איז דא אסאך קריטיק דא אין שטיבל אויף די הנהגה ביי כלל-ישראל, און דאס קומט זייער אסאך צוליב חוסר-ידיעה, מען געפינט זיך נישט אויף די צווייטע זייט פון די מטבע און מען כאפט נישט זייער אסאך זאכן. איך בין זיכער אז ווען איר זאלט זיין אויף די זייט פון די אנפירערשאפט, וואלט איר געהאנדלט פונקט די זעלבע, אפילו ווען יעצט שרייט איר. דאס זעלבע איז פארקערט, די הנהגה פארזעט צומאל דעם אלגעמיינעם מענטש, און ער כאפט נישט זיינע געברויכן, איך זעה דאס איין מער און מער.

אלס שליח פון באשעפער צו כלל-ישראל, און אלס שליח פון כלל-ישראל צום אויבערשטן, שפיר איך זיך פארפליכטעט צו טון דאס וואס איז ריכטיג און גוט. איך בין דא צו הערן און פארשטיין דעם געברויך פון דעם ציבור, און איך שפיר אז דא איז א פאסיגער ארט דערפאר. איך האלט אז איך קען דא אסאך הערן, און מאידך גיסא אויך אסאך זיך לאזן הערן, אז דער עולם זאל פארשטיין פארשידענע ענינים, וואס קיינער ערקלערט זיי נישט און איז זיך נישט מסביר.

אזוי אויך האף איך, דורכצושמועסן פארשידענע ברענעדיגע נושאים, וואס איך אליין האב נישט די קלארקייט ווי אזוי דאס צו באהאנדלען, און איך גלייב אז איך קען דא הערן אסאך און אויפטון אסאך, צוזאמען, אינאיינעם מיט די בני החבורה. געווענליך איז די סדר אז מען הערט פון אנדערע רבנים, עסקנים און כלל-טוער, און איך וועל ווייטער אזוי טון. אבער בנוסף דערצו, וועל איך אויך דורכשמועסן און דורכרעדן מיט אנדערע מענטשן, וואס קענען מיר נישט און איך קען זיי נישט, אז מיר וועלן קענען רעדן פרייוויליג און גראד. עס וועט זיין א גרויסער תועלת, מיטן אויבערשטנ'ס הילף.

איך וויל דא באטאנען א זאך, און איך וויל דאס שטארק באטאנען אז מען זאל וויסן (מעגליך אז איך וואלט געדארפט עפענען א באזונדערע אשכול דערפאר, אז מען זאל דאס קלאר וויסן), און איך גלייב אז אנדערע מנהיגי ישראל שפירן פונקט די זעלבע ווי מיר.

איך שפיר בשום-אופן נישט, אז איך בין העכער אדער חשוב'ער פון אייך, טייערע אידן. עס איז פשוט דאס, אז דער אויבערשטער מיט זיין השגחה עליונה האט מיר אויסגעקליבן, אז איך זאל זיין פון די פוסעים על ראשי עם קודש, איך זאל זיין פון די הנהגה און זאגן, איינטיילן, מעורר זיין, ארויפברענגען אידן צו עבודת-השם. פארוואס דער אויבערשטער האט אזוי געפירט, איז חשבונות פון אויבן. דאס מיינט אבער נישט אז איך שטיי העכער פון אייך, דאס מיינט נישט אז איך בין קלוגער פון אייך. דאס איז אבער די מציאות און איך דארף אויספירן מיין פליכט מיטן גאנצן שטארקייט.

איך זאג עס דא קלאר, ווייל איך וויל אז מען זאל דאס וויסן. און איך וויל באטאנען אז פיל אנדערע מנהיגי ישראל, וואס שטייען אין שפיץ פון אידישע קינדער, שפירן די זעלבע און האלטן זיך נישט באמת העכער. אמת, ס'איז דא אמאל מאמענטן וואס מ'קען זיך איינרעדן אין זיך, דאס איז א שמועס פאר זיך. ס'איז דאך דרך-הטבע, און איך גלויב אז יעדער איינער פון דא, ווען ער וועט האבן אפאר צענדליגע אידן וואס וועלן זיך שווערן אז איר זעט אין הימל און האט רוח הקודש, וועט איר אנהויבן טראכטן אז אפשר טאקע... ס'מאכט זיך אזעלכע מאמענטן אויך, כ'מיין, וואס דארף איך קלערן ווען א יונגערמאן קומט אריין צו מיר מיט א בשורה טובה, אז ער איז געהאלפן געווארן נאך פינף יאר מיט א בן-זכר, און ער שווערט זיך מיט א התפעלות אז דאס איז מיין מופת... (א מעשה וואס איך האב נעכטן געהאט). ס'איז א נסיון, מ'קען זיך עכט איינרעדן אז עפעס ליגט דערין... אבער דער אמת ווייסט מען דאך אליין אויך, און איך גלייב אז אזוי זענען רוב נארמאלע מנהיגי ישראל. קיינער מיינט נישט זיך צו גרויסן און זיך הייליגן מער. ס'איז פשוט די פליכט וואס מען האט צו טון, און מען פראבירט אויסצופילן דעם פליכט בשלימות.

עם-כל-זה, שפיר איך אז עס איז דא א גרויסער לאך, און די מנהיגים שטייען נישט געהעריג פארבינדן מיטן המון-עם, און הערן נישט די אמת'ע צרכים פון כלל-ישראל. איך פראביר דאס צו פארריכטן אויף דעם אופן. איר פארשטייט אליין אז דאס איז א שריט וואס אנדערע טוען נישט, הגם איך גלויב אז עס זענען דא מנהיגים וואס ליינען דא, און אפילו וואס שרייבן דא, אבער באהאלטענערהייט, אן דעם וואס מען זאל וויסן ווער זיי זענען. זיי זענען דא פאר פארוויילונג סיבות, נישט צוליב הנהגת הכלל.

בכל-אופן, וויל איך זיך באדאנקען פון טיפן הארצן, פאר די ווארעמע אויפנאמע וואס איך האב דא געהאט. קודם וויל איך באדאנקען די אכסניא, קאווע שטיבל, פארן מיר ווארעם אנטפאנגען, און בכלל פארן צושטעלן א שיינעם מקום פאר אידישע קינדער צו פארוויילן בכשרות ובהידור. מענטשן מיינען אז עס קומט צופיס, איך גלויב אז דא ליגט אריינגעלייגט אומגעהויערע הארעוואניע מצד די הנהלה, אונטער דעם שטייען אמת'ע מענטשן, וואס גיבן אוועק טעג און געלט אהערצושטעלן א שיינעם פלאץ פארן ציבור. זיי טוען דאס פאר אנדערע אידן. זאל זיי דער אויבערשטער באצאלן דערפאר מיט כל מילי דמיטב.

איך וויל אויך באדאנקען פריוואט, אלע ניקים וואס האבן מיר שיין און ווארעם באגריסט און אנטפאנגען, כל אחד בשמו הטוב יבורך. איך וואלט געדארפט אויסרעכענען נעמען, אבער אי אפשר לפורטם כי רבים הם, סיי וועלכע האבן מיר באגריסט עפנטליך און סיי וועלכע האבן זיך געוואנדן צו מיר פריוואט, מיט ברוכים הבאים, אדער מיט עצות טובות. איך האב זיך באמת נישט געראכטן אויף אזא ווארעמע אויפנאמע, און עס איז מיר געווען ווארעם אויפן הארץ דאס צו באקומען.

זאג איך פאר יעדן איינעם יישר כח, איך האב הנאה געהאט פון אייער אויפנאמע, און איך האף אז איר וועט בעתיד הנאה האבן פון מיין אנוועזנהייט, און דער עיקר, אז דער באשעפער זאל הנאה האבן פון אונז אלעמען צוזאמען.

און יעצט, לקראת שבת לכו ונלכה, טרעטס אריין אינעם שבת מיטן רעכטן פוס, זאלט איר אלע האבן א ליכטיגע גוטע שבת, ווארעמט אן אייערע שטיבער בקדושת השבת, גיסט אריין אין אייערע קינדער ווארעמקייט און ליבשאפט, צו זיי פערזענליך, און מיט זיי אינעם שבת-קודש, זייט זיי מחנך צו אהבה און ווארעמקייט פארן שבת, פארברענגט מיט זיי, זינגט מיט זיי, רעדט פון דעם הייליגן באשעפער און זיינע צדיקים. דער עיקר זמן פון חינוך איז דווקא אום שבת, דעמאלס גייט אריין די ווארעמקייט פון די עלטערן און די הדרכות אין די קינדער. נוצט אויס די מתנה וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן אין מרה, מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה, לאזט נישט די מתנה אין די זייט אומבארירט, נוצט עס אויס, וועט איר זען אז עס איז זיס.

שבת קען מען איבערדרייען א קינד, פון גוט צו בעסער, און פון בעסער צו נאך בעסער. אז ס'איז זיס אינדערהיים, אז די עלטערן ווייזן פאר די קינדער, כי טוב ה', דער באשעפער איז גוט, גייט דאס אריין אין די קינדער. מען דארף נאר זיכער מאכן אז מען הייליגט דעם שבת, מען איז נהנה פון די קדושת השבת, און דאס בלייבט אויף שטענדיג אין די קינדער.

זאל מען זוכה זיין דערצו, און אויפשטעלן ליכטיגע אידישע דורות, מיט א טעם און געשמאק, פארן הייליגן באשעפער.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר