א שבת מיט קאווע שטיבל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

א שבת מיט קאווע שטיבל

הודעהדורך מורינו ורבנו » מוצ"ש יוני 05, 2021 11:21 pm

א גוטע וואך אייך טייערע ברידער.

א גוטע וואך
א געזונטע וואך
א מזל'דיגע וואך
א וואך מיט ישועות
א וואך מיט רפואות
און א וואך מיט אסאך גאלדענע רענדלעך!

די וואך שבת איז מיר אויסגעקומען אסאך צו טראכטן איבער אייך, מסתמא וויבאלד קאווע שטיבל איז ביי מיר א נייע מציאות (און בכלל די גאנצע ווירטואלע וועלט), זענען מיינע מחשבות היבש געלאפן במשך דעם שבת, איבער קאווע שטיבל.

אנגעהויבן האט זיך עס פרייטאג-צו-נאכטס אינמיטן דאווענען. ביי אונז איז דא א שטיקל (איך וועל נישט זאגן וועלכע, מחשש גילוי), וואס דער גאנצער עולם זאגט מיט א גרויס התעוררות בקול רם המעורר את הלבבות, דאן ווערט שטיל און איך זאג איבער דעם גאנצן שטיקל אליין מיט אן אלטן מיטילאגישער נוסח. דער שטיקל ווערט באטראכט אלס איינע פון די קלימאקסן פון שבת, בשעת בחורים און יונגעלייט, און בפרט געסט וואס קומען אויף שבת, ווילן דאס נישט אויסלאזן. דאס איז א התעוררות'דיגער מאמענט אינמיטן דאווענען.

געווענליך, ווען דער ציבור דאוונט הויך דעם שטיקל, טוה איך מיינע זאכן, איך בין מכוון פארשידענע ענינים, ביי מיר איז דאס א מאמענט אינזינען צו האבן אזעלכע נשמות וועלכע פארפארן רח"ל פונעם דרך הישר, וויפיל עלטערן האבן אזויפיל צער דערפון ליידער. ביי יענעם שטיקל איז פארהאן א ייחוד פונעם אריז"ל וואס איז געאייגנט דערויף און איך האב זיי דעמאלס אינזינען. איך האב געזען אין דעם ענין אפענע זאכן, א וואך וואס איך האב שטארק אינזינען געהאט איינעם, האט מען געהערט במשך דעם קומענדיגע וואך פארשריט אויף גוט. דאס איז די צייט וואס איך האב זיי דעמאלס אינזינען.

די היינטיגע וואך, פרייטאג-צו-נאכטס, בשעת דעם שטיקל, האב איך זיך פארקלערט, און מיינע מחשבות זענען אנגעקומען אין קאווע שטיבל, א זאך וואס פאסירט נישט געווענליך אז איך זאל זיך סתם אזוי פארקלערן און פארקלאצן. עס קען זיך מאכן אזוי ווי ביי יעדע מענטש, אבער מסתמא צוליב דעם וואס דער גאנצער ענין איז ביי מיר ניי, זענען מיינע מחשבות פארפארן אין דעם נושא. ס'איז געווען היבש טשעקאוו, איך בין געשטאנען איבערגעדעקט מיטן טלית איבערגעבויגן איבערן סידור, אבער פאר מיינע אויגן האב איך בלויז געזען דעם סימבאל פון קאווע שטיבל, די צוויי מענטשעלעך איבער א גלאז קאווע. די אותיות אינעם סידור האט זיך ווי להכעיס פארמירט אין אנדערע אותיות. פאר מיר האב איך געזען בלויע אותיות: באניצער'ס קאנטראל פאנעל (2 נייע הודעות) • ווייז אייערע הודעות - אקטיווע אשכולות - נייע אשכולות - אפט-געפרעגטע פראגעס באניצער ליסטע לייקס ראנגען לייקס ארויסשרייבן [ מורינו ורבנו ] וכו' וכו' - דאס אלעס האט זיך איבערגעשפילט פאר מיינע אויגן, געטראכט וואס מ'קען שרייבן און וואס מ'גייט שרייבן, און נאך...

אויפכאפנדיג זיך פון מיינע געדאנקען, האב איך משים-לב געווען, אז ס'איז שוין א לענגערע צייט שטיל, דער ציבור ווארט שוין אז איך זאל אנהויבן און ס'איז געווען שטיל לענגער ווי געראכטן. איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך בין פלוצלינג פארגאנגען אין א געוויין, אפשר פון צומישטקייט, אפשר פון צובראכנקייט און אפשר פון די געפילן אז דער ציבור מיינט אז דא טוט זיך אפ העכערס, זיי שטייען ארום און שרייט זיך אויס די נשמה פארן בורא עולם, בשעת איך שטיי אזוי פארקלערט איבער קאווע שטיבל... איך ווייס אליין נישט פארוואס איך האב זיך גענומען וויינען. איך האב זיך גענומען זאגן די תפילה מיט א צובראכן הארץ און געשטיקט מיט טרערן. איר קענט זיך פארשטעלן אז דער ציבור האט געטראכט אז מסתמא טוט זיך דא אפ העכערס... הן די לאנגע ווארטן און הן די תפילה מיט א שברון לב... ווען דער עולם ווייסט אז ס'איז פשוט קאווע שטיבל.... הייסט דאס אז איר נאר אויס דעם עולם? - ווער ווייסט... איך מעג האבן סודות, אזוי קלער איך...

שפעטער, נאכן דורכגיין זאגן גוט-שבת, איז מיין סדר אז איך גיי אהיים. איך האב אויך א שטוב מיט קינדער. איך מאך זיכער אז אלעס פירט זיך בסדר, זיי מאכן קידוש און עסן די סעודה, איך זיץ מיט זיי אביסל, זינג און פארברענג מיט זיי. איך קען אבער נישט מאריך זיין און לאנג זיצן דארט, דאס איז איינע פון די פרייזן וואס איך באצאל פאר מיין פאזיציע, אבער איך מיין אז ס'צאלט זיך אויס מיט די צייט. מיינע עלטערע קינדער האלטן שוין מיט אין בית-המדרש.

נאכן זיצן אביסל מיט זיי און זיכער מאכן אז אלעס פארט על מי-מנוחות, גיי איך אריין אין מיין חדר-מיוחד, דארט האב איך מיינע שיעורים בספרי חסידות ויראה און אנדערע סארט ספרים, איך האב דארט מיין סדר-הלימוד. איינע פון די זאכן וואס איך האב זיך קובע געווען יעדע וואך, איז א זמן פאר חשבון-הנפש. סוף-כל-סוף גיי איך פירן פאר אן עדה אידן און משמיע זיין און מעורר זיין הלבבות, דארף איך זיכער מאכן אז איך בין אליין בסדר. זיץ איך אליין מיט זיך און איך באטראכט זיך, איך קוק זיך אן און פראביר צו טראכטן אויב איך בין אויסגעהאלטן און מיט וואס איך קען זיין בעסער. די נושא די וואך איז פארשטענדליך געווען "קאווע שטיבל". טוה איך ריכטיג אז איך בין ארויפגעגאנגען און שרייב זיך מיטן עולם? - אפשר איז דאס א סתירה פאר מיין מעמד? - איך האב געקלערט אז פאר אנדערע אידן בין איך מייעץ צו שטיין וואס ווייטער פון טעכנעלאגיע (הויבט נישט אן ביטע יעצט א דיסקאסיע איבער דעם, מיר וועלן נאך ארומשמועסן דערוועגן אין א צווייטע געלעגנהייט), נו, ווי אזוי קען איך זאגן אנדערש פון וואס איך קלער. איך האב גוט איבערגעטראכט אלע צדדים, אייגענע און כלליות'דיגע, דהיינו בעניני הנהגה, איך האב אויסגעטאפט יעדע וואונקל און געקומען צו די מסקנה אז דאס וואס איך טוה איז ריכטיג און וויכטיג, איך מעג און איך דארף עס טון, און איך דארף זיך נישט שעמען דערמיט. פארקערט; איך דארף ווייטער אנגיין דערמיט!

מיט די מחשבות בין איך אריין צום שבת-אחים. ביי מודה אני לפניך האב איך שטארק געבעטן דעם אויבערשטן אז איך זאל אלעמאל טון דאס ריכטיגע... וזכני לקבל שבתות, מתוך מעוט עוונות... ותן בנו יצר טוב... ונהיה מכובדים בעיניך... ושויתי ה' לקראתי, ולעורר לבי לאהבתך...

שפעטער ביים טאנצן, האב איך זיך ווידער דערמאנט אין מיין החלטה. איך בין געווען אזוי זיכער מיט זיך, און אזוי פרייליך דערמיט, אז איך האב זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד, יותר מהרגלי, און געטאנצן לענגער פון געווענליך, מיטן גאנצן כח.

איך האב באקומען א צייכן פון הימל אז מיינע כוונות זענען ריכטיגע.
דער סדר ביי אונז איז, נאכן טיש זעצן זיך צוזאמען עטליכע חבורות - דריי אין צאל - איינגעטיילט לויט די עלטער. מען זיצט אין בית-המדרש, מען חזר'ט איבער די תורות און שמועסן, און דאן פארברענגט מען ווייטער, מען שמועסט ווערטער, מען זינגט ניגונים, יעדע חבורה אין אן אנדערן וואונקל אין ביהמ"ד. פון מאל צו מאל מאכט זיך אז איך קום ארויס, זיך אומקוקן אביסל אויף די חבורות (איך שטופ דאס שטארק). די וואך בין איך ארויסגעקומען און זיך איינגעהערט וואס מ'שמועסט, האט איינער נאכגעזאגט א ווארט, וואס איך האב געשפירט אז פון הימל וויל מען מיר ווייזן אז איך האב ריכטיג געקלערט און מיין פליכט איז טאקע דאס וואס איך טוה. יענער האט ארויסגעברענגט אז די כוונה פון די מרגלים איז געווען לטובה, אז מען זאל קענען זיצן לאנגע יארן אין מדבר, אפגעזינדערט פון די גאנצע וועלט, און לערנען תורה בטהרה מפי הגבורה, אן קיין דאגות פרנסה, אזוי ווי עס איז טאקע געווען די הייליגע דור המדבר, וואס זיי האבן דארט קונה געווען פערציג יאר מפי משה ומפי הגבורה, און צוגעקומען צו העכערע השגות. זיי האבן נישט געוואלט אז מען זאל גראד אריינגיין אין ארץ-ישראל, וואו דאס אלעס וועט נישט זיין. אבער פון הימל איז מען נישט צופרידן געווען דערפון. "טייל נישט איין פארן באשעפער וואס דיין פליכט איז - אויב וויל מען אז דו זאלסט נישט זיין אזוי פרוש'דיג, לאז זיך פירן פון אויבערשטן און טוה זיין פליכט".

איך האב דאס געזען א צייכן פאר מיר, אז מעשינו זענען רצויים פארן הייליגן בורא-עולם!

שפעטער אין שבת האב איך שוין מער נישט געטראכט דערוועגן.

פארוואס שרייב איך דאס אלעס? - איך וויל איר זאלט וויסן, אז אונטער א מנהיג באהאלט זיך אויך א בשר-ודם, געפילן און הרגשים, צומאל שטורעמדיגע, און געווענליך מער שטורעמדיג ווי געווענליכע מענטשן. זייט דן אייערע מנהיגים לכף זכות, פארשטייט אז ער לעבט אן אנדערע סארט לעבן ווי אייך, און ס'גייט אויף אים דורך פיל שטורעמישע צייטן. זייט וויסן, אז א מנהיג איז א צובראכענע זאך. ער קען אייך אויסקוקן ווי א מלך בגדוד, וואס איז נהנה פון כבוד מלכים און טרעט אויף ראשי עם-קודש, האקנדיג א חיים טובים אויפן חשבון פון זיינע אנהענגער, ער קוקט דיר אויס אנגעפאשעט, גליקליך און צופרידן. אבער אונטער די גאלד-געבלומטער קאפטן, אונטער די סטראקעס, באהאלט זיך א צובראכענער הארץ, אויף שברי שברים. ס'איז נישט קיין שררה, ס'איז עבדות. ווען איר קומט אריין צו א טיש, א שלש-סעודות אדער סתם אזוי א רבי'שע שמחה, און איר זעט א געבלימטער בעקעשע אויפן סטעידזש, טראכט נישט אז דארט זיצט א באנדיט וואס דאס גאנצע וואס ער קען איז, עסן קוגל און געניסן פון כבוד. זייט וויסן אז דארט זיצט א צובראכענע זאך נעבעך.

און דאס איז בלויז אין דער פריוואטע לעבן און געפילן, וואס ער גייט דורך. איך האב נאכנישט בארירט דעם עיקר: מען הערט זיך יעדן טאג אן מיט צרות און פראבלעמען, גשמיות'דיגע ווי רוחניות'דיגע, מען דארף מאכן גורל'דיגע באשלוסן אויף יענעמ'ס בלוט. מען דארף געבן האקעלע עצות, און מען דארף רעדן מיט זיכערקייט, נישט אז יענער זאל שפירן אז איר זענט נישט זיכער מיט זיך... ועוד כהנה וכהנה... שטעלט אייך פאר, איך זיץ אויבן-אן ביים טיש, איך הויב אויף מיינע אויגן, און דא זעה איך א איד וואס זיין קינד איז די וואך דיאגנאזירט געווארן מיט יענע מעשה, אויף לינקס זיצט א איד וואס מאכט מיט צרות צרורות מיט א בחור וואס גייט נישט אין שפאן, אט האט איר א איד וואס ווארט מיט א גאנצע רייע קינדער אין שידוכים, און דא שטייט א איד וואס האט נאכנישט זוכה געווען צו האלזן א קינד, און אלעס קומט צו אייך און וויינט זיך אויס, און אלע זענען דא ביים טיש... ס'איז דאך עק וועלט... צומאל וויל מען פשוט זיך אויפהייבן און אנטלויפן, אבער ס'איז נישטא וואוהין? - מען דארף טון פאר אלע...

דאס אלעס איז בלויז אין גשמיות. איך האב נאכנישט בארירט די רוחניות'דיגע חלקים. ס'איז א וועלט פאר זיך, ואכמ"ל.

און איך וויל אז איר זאלט דאס וויסן!!! ווייל איך זעה ווי אזוי מען שרייבט דא און וואס דא טוט זיך, אז מענטשן כאפן פשוט נישט די צווייטע זייט פון די מטבע. איר מיינט אז רבי'ס זיצן על סיר הבשר און מיט איין בלינק מיט די אויג מאכט מען חוזק פון א גאנצע ציבור אידן. עס איז ווייט ווייט דערפון.

איך האב נאך געוואלט שרייבן לענגער, אבער אט דארף איך אריינגיין צו מלוה-מלכה. האט מיר אלע דערווייל א גוטע געזונטע וואך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מורינו ורבנו אום מוצ"ש יוני 05, 2021 11:33 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
מורינו ורבנו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך הקטן » מוצ"ש יוני 05, 2021 11:26 pm

מורינו ורבנו האט געשריבן:די וואך שבת איז מיר אויסגעקומען אסאך צו טראכטן איבער אייך, מסתמא וויבאלד קאווע שטיבל איז ביי מיר א נייע מציאות (און בכלל די גאנצע ווירטואלע וועלט), זענען מיינע מחשבות היבש געלאפן במשך דעם שבת, איבער קאווע שטיבל.

אנגעהויבן האט זיך עס פרייטאג-צו-נאכטס אינמיטן דאווענען. ביי אונז איז דא א שטיקל (איך וועל נישט זאגן וועלכע, מחשש גילוי)

די רבי האט ב"ה זייער שנעל אויפגעכאפט די לינגא און ווייסט צי זאגן פין "גילוי" כזקן ורגיל...


דא האט איר אבער אביסל נאך געלאזט און געמעגט זיין אביסל מער פארזיכטיג
מורינו ורבנו האט געשריבן:געווענליך, ווען דער ציבור דאוונט הויך דעם שטיקל, טוה איך מיינע זאכן, איך בין מכוון פארשידענע ענינים, ביי מיר איז דאס א מאמענט אינזינען צו האבן אזעלכע נשמות וועלכע פארפארן רח"ל פונעם דרך הישר, וויפיל עלטערן האבן אזויפיל צער דערפון ליידער. ביי יענעם שטיקל איז פארהאן א ייחוד פונעם אריז"ל וואס איז געאייגנט דערויף און איך האב זיי דעמאלס אינזינען. איך האב געזען אין דעם ענין אפענע זאכן, א וואך וואס איך האב שטארק אינזינען געהאט איינעם, האט מען געהערט במשך דעם קומענדיגע וואך פארשריט אויף גוט. דאס איז די צייט וואס איך האב זיי דעמאלס אינזינען.
ווער ווייסט דען נישט וועלכע שטיקל דאס איז, לויט וויפעל איך געדענק איז דאס די איינציגע שטיקעל פרייטיג צי נאכט ביים דאווענען וואס איז פארהאן א ייחוד פונעם אריז"ל וואס איז "געאיינגט דערויף"... אפשר איז דאס ווייל וויבאלד קאווע שטיבל איז ביי אייך א נייע מציאות.
זייט וויסען די עולם דא, קען אויך אביסל די קליינע אותיות!


אן אנהענגער וואס איז געקימען צי פארן אויף שבת, געזיצען אויף דרום זייט ביי די חבורה
(וואס האט שבת ביינאכט נאך נישט פארשטאנען די הפסק און געוויין )
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום זונטאג יוני 06, 2021 2:04 am, רעדאגירט געווארן 8 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2894
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

הודעהדורך מורינו ורבנו » מוצ"ש יוני 05, 2021 11:28 pm

יא, אסאך געליינט דא.
מורינו ורבנו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

Re: א שבת מיט קאווע שטיבל

הודעהדורך שארפןקאפ » מוצ"ש יוני 05, 2021 11:48 pm

עס איז דא א סאך דיר צו זאגן

ראשית כל וויל איך זיך מישותף זיין אין דיך דאנקען (אויב די ביסט אן עכטער ש"ץ ) פארן ארויפקומען דא אין טאפן וואס דער המון עם טראכט, עס איז איינע פון די סימנים פון א שטארקע פירער איז זיך צו אראפ לאזן אין טאפן דאס געמיט ביים ציבור ווי דאס פאלק לעגענדעס פארציילן אויף פראנס יאזאף אינעם צאר

צווייטנס בין איך אביסל צעמישט וואס דיין עקר אגענדא דא איז , איז עס צו פארשטיין דעם ציבור? אדער צו מסביר זיין דעם ציבור?

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך yn.NY » מוצ"ש יוני 05, 2021 11:49 pm

מורינו ורבנו האט געשריבן: איך האב נאך געוואלט שרייבן לענגער, אבער אט דארף איך אריינגיין צו מלוה-מלכה. האט מיר אלע דערווייל א גוטע געזונטע וואך.

דערווייל האב מיר נאך די זיכה אז רבינו איז נאך מיט אונז...

קוקט אויס די הכנות צום מ"מ נעמן אסאך צייט.

Screenshot 2021-06-05 234830.png
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: א שבת מיט קאווע שטיבל

הודעהדורך שארפןקאפ » מוצ"ש יוני 05, 2021 11:50 pm

ששששששששששא זאג נישט אויס

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 06, 2021 1:06 am

@ מורינו ורבינו. וויאזוי איז דורך די מלוה מלכה ?
סיפורי צדיקים, זמירות, [תרתי משמע] קנאבל טיילען ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמחהלע קאפשטיק אום זונטאג יוני 06, 2021 1:27 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג יוני 06, 2021 1:18 am

מורינו ורבנו האט געשריבן:א גוטע וואך אייך טייערע ברידער.

א גוטע וואך
א געזונטע וואך
א מזל'דיגע וואך
א וואך מיט ישועות
א וואך מיט רפואות
און א וואך מיט אסאך גאלדענע רענדלעך!

די וואך שבת איז מיר אויסגעקומען אסאך צו טראכטן איבער אייך, מסתמא וויבאלד קאווע שטיבל איז ביי מיר א נייע מציאות (און בכלל די גאנצע ווירטואלע וועלט), זענען מיינע מחשבות היבש געלאפן במשך דעם שבת, איבער קאווע שטיבל.

אנגעהויבן האט זיך עס פרייטאג-צו-נאכטס אינמיטן דאווענען. ביי אונז איז דא א שטיקל (איך וועל נישט זאגן וועלכע, מחשש גילוי), וואס דער גאנצער עולם זאגט מיט א גרויס התעוררות בקול רם המעורר את הלבבות, דאן ווערט שטיל און איך זאג איבער דעם גאנצן שטיקל אליין מיט אן אלטן מיטילאגישער נוסח. דער שטיקל ווערט באטראכט אלס איינע פון די קלימאקסן פון שבת, בשעת בחורים און יונגעלייט, און בפרט געסט וואס קומען אויף שבת, ווילן דאס נישט אויסלאזן. דאס איז א התעוררות'דיגער מאמענט אינמיטן דאווענען.

געווענליך, ווען דער ציבור דאוונט הויך דעם שטיקל, טוה איך מיינע זאכן, איך בין מכוון פארשידענע ענינים, ביי מיר איז דאס א מאמענט אינזינען צו האבן אזעלכע נשמות וועלכע פארפארן רח"ל פונעם דרך הישר, וויפיל עלטערן האבן אזויפיל צער דערפון ליידער. ביי יענעם שטיקל איז פארהאן א ייחוד פונעם אריז"ל וואס איז געאייגנט דערויף און איך האב זיי דעמאלס אינזינען. איך האב געזען אין דעם ענין אפענע זאכן, א וואך וואס איך האב שטארק אינזינען געהאט איינעם, האט מען געהערט במשך דעם קומענדיגע וואך פארשריט אויף גוט. דאס איז די צייט וואס איך האב זיי דעמאלס אינזינען.

די היינטיגע וואך, פרייטאג-צו-נאכטס, בשעת דעם שטיקל, האב איך זיך פארקלערט, און מיינע מחשבות זענען אנגעקומען אין קאווע שטיבל, א זאך וואס פאסירט נישט געווענליך אז איך זאל זיך סתם אזוי פארקלערן און פארקלאצן. עס קען זיך מאכן אזוי ווי ביי יעדע מענטש, אבער מסתמא צוליב דעם וואס דער גאנצער ענין איז ביי מיר ניי, זענען מיינע מחשבות פארפארן אין דעם נושא. ס'איז געווען היבש טשעקאוו, איך בין געשטאנען איבערגעדעקט מיטן טלית איבערגעבויגן איבערן סידור, אבער פאר מיינע אויגן האב איך בלויז געזען דעם סימבאל פון קאווע שטיבל, די צוויי מענטשעלעך איבער א גלאז קאווע. די אותיות אינעם סידור האט זיך ווי להכעיס פארמירט אין אנדערע אותיות. פאר מיר האב איך געזען בלויע אותיות: באניצער'ס קאנטראל פאנעל (2 נייע הודעות) • ווייז אייערע הודעות - אקטיווע אשכולות - נייע אשכולות - אפט-געפרעגטע פראגעס באניצער ליסטע לייקס ראנגען לייקס ארויסשרייבן [ מורינו ורבנו ] וכו' וכו' - דאס אלעס האט זיך איבערגעשפילט פאר מיינע אויגן, געטראכט וואס מ'קען שרייבן און וואס מ'גייט שרייבן, און נאך...

אויפכאפנדיג זיך פון מיינע געדאנקען, האב איך משים-לב געווען, אז ס'איז שוין א לענגערע צייט שטיל, דער ציבור ווארט שוין אז איך זאל אנהויבן און ס'איז געווען שטיל לענגער ווי געראכטן. איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך בין פלוצלינג פארגאנגען אין א געוויין, אפשר פון צומישטקייט, אפשר פון צובראכנקייט און אפשר פון די געפילן אז דער ציבור מיינט אז דא טוט זיך אפ העכערס, זיי שטייען ארום און שרייט זיך אויס די נשמה פארן בורא עולם, בשעת איך שטיי אזוי פארקלערט איבער קאווע שטיבל... איך ווייס אליין נישט פארוואס איך האב זיך גענומען וויינען. איך האב זיך גענומען זאגן די תפילה מיט א צובראכן הארץ און געשטיקט מיט טרערן. איר קענט זיך פארשטעלן אז דער ציבור האט געטראכט אז מסתמא טוט זיך דא אפ העכערס... הן די לאנגע ווארטן און הן די תפילה מיט א שברון לב... ווען דער עולם ווייסט אז ס'איז פשוט קאווע שטיבל.... הייסט דאס אז איר נאר אויס דעם עולם? - ווער ווייסט... איך מעג האבן סודות, אזוי קלער איך...

שפעטער, נאכן דורכגיין זאגן גוט-שבת, איז מיין סדר אז איך גיי אהיים. איך האב אויך א שטוב מיט קינדער. איך מאך זיכער אז אלעס פירט זיך בסדר, זיי מאכן קידוש און עסן די סעודה, איך זיץ מיט זיי אביסל, זינג און פארברענג מיט זיי. איך קען אבער נישט מאריך זיין און לאנג זיצן דארט, דאס איז איינע פון די פרייזן וואס איך באצאל פאר מיין פאזיציע, אבער איך מיין אז ס'צאלט זיך אויס מיט די צייט. מיינע עלטערע קינדער האלטן שוין מיט אין בית-המדרש.

נאכן זיצן אביסל מיט זיי און זיכער מאכן אז אלעס פארט על מי-מנוחות, גיי איך אריין אין מיין חדר-מיוחד, דארט האב איך מיינע שיעורים בספרי חסידות ויראה און אנדערע סארט ספרים, איך האב דארט מיין סדר-הלימוד. איינע פון די זאכן וואס איך האב זיך קובע געווען יעדע וואך, איז א זמן פאר חשבון-הנפש. סוף-כל-סוף גיי איך פירן פאר אן עדה אידן און משמיע זיין און מעורר זיין הלבבות, דארף איך זיכער מאכן אז איך בין אליין בסדר. זיץ איך אליין מיט זיך און איך באטראכט זיך, איך קוק זיך אן און פראביר צו טראכטן אויב איך בין אויסגעהאלטן און מיט וואס איך קען זיין בעסער. די נושא די וואך איז פארשטענדליך געווען "קאווע שטיבל". טוה איך ריכטיג אז איך בין ארויפגעגאנגען און שרייב זיך מיטן עולם? - אפשר איז דאס א סתירה פאר מיין מעמד? - איך האב געקלערט אז פאר אנדערע אידן בין איך מייעץ צו שטיין וואס ווייטער פון טעכנעלאגיע (הויבט נישט אן ביטע יעצט א דיסקאסיע איבער דעם, מיר וועלן נאך ארומשמועסן דערוועגן אין א צווייטע געלעגנהייט), נו, ווי אזוי קען איך זאגן אנדערש פון וואס איך קלער. איך האב גוט איבערגעטראכט אלע צדדים, אייגענע און כלליות'דיגע, דהיינו בעניני הנהגה, איך האב אויסגעטאפט יעדע וואונקל און געקומען צו די מסקנה אז דאס וואס איך טוה איז ריכטיג און וויכטיג, איך מעג און איך דארף עס טון, און איך דארף זיך נישט שעמען דערמיט. פארקערט; איך דארף ווייטער אנגיין דערמיט!

מיט די מחשבות בין איך אריין צום שבת-אחים. ביי מודה אני לפניך האב איך שטארק געבעטן דעם אויבערשטן אז איך זאל אלעמאל טון דאס ריכטיגע... וזכני לקבל שבתות, מתוך מעוט עוונות... ותן בנו יצר טוב... ונהיה מכובדים בעיניך... ושויתי ה' לקראתי, ולעורר לבי לאהבתך...

שפעטער ביים טאנצן, האב איך זיך ווידער דערמאנט אין מיין החלטה. איך בין געווען אזוי זיכער מיט זיך, און אזוי פרייליך דערמיט, אז איך האב זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד, יותר מהרגלי, און געטאנצן לענגער פון געווענליך, מיטן גאנצן כח.

איך האב באקומען א צייכן פון הימל אז מיינע כוונות זענען ריכטיגע.
דער סדר ביי אונז איז, נאכן טיש זעצן זיך צוזאמען עטליכע חבורות - דריי אין צאל - איינגעטיילט לויט די עלטער. מען זיצט אין בית-המדרש, מען חזר'ט איבער די תורות און שמועסן, און דאן פארברענגט מען ווייטער, מען שמועסט ווערטער, מען זינגט ניגונים, יעדע חבורה אין אן אנדערן וואונקל אין ביהמ"ד. פון מאל צו מאל מאכט זיך אז איך קום ארויס, זיך אומקוקן אביסל אויף די חבורות (איך שטופ דאס שטארק). די וואך בין איך ארויסגעקומען און זיך איינגעהערט וואס מ'שמועסט, האט איינער נאכגעזאגט א ווארט, וואס איך האב געשפירט אז פון הימל וויל מען מיר ווייזן אז איך האב ריכטיג געקלערט און מיין פליכט איז טאקע דאס וואס איך טוה. יענער האט ארויסגעברענגט אז די כוונה פון די מרגלים איז געווען לטובה, אז מען זאל קענען זיצן לאנגע יארן אין מדבר, אפגעזינדערט פון די גאנצע וועלט, און לערנען תורה בטהרה מפי הגבורה, אן קיין דאגות פרנסה, אזוי ווי עס איז טאקע געווען די הייליגע דור המדבר, וואס זיי האבן דארט קונה געווען פערציג יאר מפי משה ומפי הגבורה, און צוגעקומען צו העכערע השגות. זיי האבן נישט געוואלט אז מען זאל גראד אריינגיין אין ארץ-ישראל, וואו דאס אלעס וועט נישט זיין. אבער פון הימל איז מען נישט צופרידן געווען דערפון. "טייל נישט איין פארן באשעפער וואס דיין פליכט איז - אויב וויל מען אז דו זאלסט נישט זיין אזוי פרוש'דיג, לאז זיך פירן פון אויבערשטן און טוה זיין פליכט".

איך האב דאס געזען א צייכן פאר מיר, אז מעשינו זענען רצויים פארן הייליגן בורא-עולם!

שפעטער אין שבת האב איך שוין מער נישט געטראכט דערוועגן.

פארוואס שרייב איך דאס אלעס? - איך וויל איר זאלט וויסן, אז אונטער א מנהיג באהאלט זיך אויך א בשר-ודם, געפילן און הרגשים, צומאל שטורעמדיגע, און געווענליך מער שטורעמדיג ווי געווענליכע מענטשן. זייט דן אייערע מנהיגים לכף זכות, פארשטייט אז ער לעבט אן אנדערע סארט לעבן ווי אייך, און ס'גייט אויף אים דורך פיל שטורעמישע צייטן. זייט וויסן, אז א מנהיג איז א צובראכענע זאך. ער קען אייך אויסקוקן ווי א מלך בגדוד, וואס איז נהנה פון כבוד מלכים און טרעט אויף ראשי עם-קודש, האקנדיג א חיים טובים אויפן חשבון פון זיינע אנהענגער, ער קוקט דיר אויס אנגעפאשעט, גליקליך און צופרידן. אבער אונטער די גאלד-געבלומטער קאפטן, אונטער די סטראקעס, באהאלט זיך א צובראכענער הארץ, אויף שברי שברים. ס'איז נישט קיין שררה, ס'איז עבדות. ווען איר קומט אריין צו א טיש, א שלש-סעודות אדער סתם אזוי א רבי'שע שמחה, און איר זעט א געבלימטער בעקעשע אויפן סטעידזש, טראכט נישט אז דארט זיצט א באנדיט וואס דאס גאנצע וואס ער קען איז, עסן קוגל און געניסן פון כבוד. זייט וויסן אז דארט זיצט א צובראכענע זאך נעבעך.

און דאס איז בלויז אין דער פריוואטע לעבן און געפילן, וואס ער גייט דורך. איך האב נאכנישט בארירט דעם עיקר: מען הערט זיך יעדן טאג אן מיט צרות און פראבלעמען, גשמיות'דיגע ווי רוחניות'דיגע, מען דארף מאכן גורל'דיגע באשלוסן אויף יענעמ'ס בלוט. מען דארף געבן האקעלע עצות, און מען דארף רעדן מיט זיכערקייט, נישט אז יענער זאל שפירן אז איר זענט נישט זיכער מיט זיך... ועוד כהנה וכהנה... שטעלט אייך פאר, איך זיץ אויבן-אן ביים טיש, איך הויב אויף מיינע אויגן, און דא זעה איך א איד וואס זיין קינד איז די וואך דיאגנאזירט געווארן מיט יענע מעשה, אויף לינקס זיצט א איד וואס מאכט מיט צרות צרורות מיט א בחור וואס גייט נישט אין שפאן, אט האט איר א איד וואס ווארט מיט א גאנצע רייע קינדער אין שידוכים, און דא שטייט א איד וואס האט נאכנישט זוכה געווען צו האלזן א קינד, און אלעס קומט צו אייך און וויינט זיך אויס, און אלע זענען דא ביים טיש... ס'איז דאך עק וועלט... צומאל וויל מען פשוט זיך אויפהייבן און אנטלויפן, אבער ס'איז נישטא וואוהין? - מען דארף טון פאר אלע...

דאס אלעס איז בלויז אין גשמיות. איך האב נאכנישט בארירט די רוחניות'דיגע חלקים. ס'איז א וועלט פאר זיך, ואכמ"ל.

און איך וויל אז איר זאלט דאס וויסן!!! ווייל איך זעה ווי אזוי מען שרייבט דא און וואס דא טוט זיך, אז מענטשן כאפן פשוט נישט די צווייטע זייט פון די מטבע. איר מיינט אז רבי'ס זיצן על סיר הבשר און מיט איין בלינק מיט די אויג מאכט מען חוזק פון א גאנצע ציבור אידן. עס איז ווייט ווייט דערפון.

איך האב נאך געוואלט שרייבן לענגער, אבער אט דארף איך אריינגיין צו מלוה-מלכה. האט מיר אלע דערווייל א גוטע געזונטע וואך.



דער וואס האט נישט געכאפט @הקטן'ס כוונה, לאמיך זאגן ברחל בתך:

לכאורה איז מורנו ורבנו א טראלל, א שקרן אויפן שטייגער פון שמואל פרימו ודומיו, און דרייט דעם עולם א קאפ.
כ'האב עס שוין חושד געווען ביז יעצט, אבער נישט וויסנדיג אויף קלאר - טראץ פילע גוטע חששות - האב איך מיך מונע געווען פון זאגן וואס איך האלט.
כרגע מיין איך אז עס איז גוט צו נעמען די אויבנדערמאנטע תגובה און צייגן די פראבלעמען דערמיט, און פארוואס מ'זאל נישט גלייבן קיין ווארט פון דעם מורינו ורבינו
(כ'ווייס אז ס'איז אויך א שטיקל טעות מצדי, ווייל אלס שקרן וועט ער זיך געוויס לערנען פון זיינע טעותים און פארבעסערן זיינע ליגנטס אין צוקונפטיגע תגובות, אבער א געניט אויג קען פונעם אויבנדערמאנטן תגובה זעלבסט ציען זיין רעזולאציע):


1. אלס מנהיג דארף ער זיין א שרעקליכער אידיאט צו דערציילן אז ער האט זיך: א] פארזוימט מער ווי געווענליך ביי א ספעציפישע שטיקל ביי קבלת שבת-מעריב, ב] און דערנאך פארגאנגען אין א געוויין ביים ספעציפישן שטיקל.

דאס זענען צוויי סימנים מובהקים, אז יעדער וואס איז אנגעבליך דארט געווען און עס מיטגעהאלטן, און לייענט יעצט וואס דא שטייט, וועט וויסן אויפן ארט ווער מורנו ורבנו איז. דאס איז סועסיידל, און אלס 'מנהיג' וואלט ער געהאט גענוג שכל עס קיינמאל נישט צו שרייבן.


2. דאס זעלביגע איז מיטן שרייבן איבערן סדר פון דריי חבורות, איינגעטיילט לויטן עלטער, וואס זיצן אין שול נאכן פירן באטע. דאס איז צו א פונקטליכע דעסקריבציע וואס קיין איין מנהיג וואלט נישט געשריבן.

אזוי אויך לייגט ער צו וואס פלוני האט געזאגט איבער כוונת המרגלים וכו', וואס דאס איז ווייטער א סימן מובהק וואס קיין איין מנהיג וואלט נישט געשריבן דא בריש גלי.

(אין א זייטיגן נאטיץ, די ווארט וואס ער ברענגט אראפ, כבר כתוב בר' צדוק ושם משמואל וידוע בפוילישע חדר. א נארמאלער "מנהיג" דארף דאס צו וויסן)


3. וויאזוי דאס פארט און פירט זיך אריין אין נושא פון מנהיגים מיט גאלדענע בעקיטשעס און צעבראכענע הערצער, ווייסט איין גאט (און איין מורנו ורבנו). יעדער בשר ודגים דארף מאכן באשליסן אין לעבן, און איך דארף אויך באשליסן אויב ק"ש טויגט פאר מיר צי נישט, פונקט ווי כ'האב א צעבראכן הארץ פאר מיליאן און איין סיבות.

וויאזוי דאס דארף צו ערקלערן פארוואס א וואגאבונד מיט א גרויסע מחילה אונטערן גאלדענעם בעקיטשע איז נישט אזא וואגאבונד ווי מיר מיינען/קלערן/ווייסן, איז מיר אומקלאר, סיידן אויב מורנו ורבנו האט גענצליך אן אנדערן ציל מיט זיינע ארטיקלען (א זאך וואס איך בין היבש חושד פון פריערדיגע תגובות זיינע): געבן א שטיקל גלאנץ פאר מנהיגים, וואס ווערן בכלליות אפט אונטערגעריסן אויף ק"ש.

אויב דאס איז זיין ציל, און אלע קאפ-דרייענישן ביז אהין זענען נאר היכי-תמצא'ס וויאזוי צו קענען אנקומען צו זיין באליבטע טעמע, דאן פארשטיי איך גוט וויאזוי זיין איבערקלערן די באשלוס איבערן אנהייבן שרייבן אויף ק"ש באדייט אז מ'טאר מער נישט טראכטן אז אסאך/רוב מנהיגים זענען די נידעריגסטע שטייסל פון פאלק.


4. כ'רעד שוין נישט מצד תוכן הדברים, אז לדעתי איז די נקודה זיינע טאקע א תרתי דסתרי. אין מיינע אויגן איז עס פילפאכיג שווערער צו ערקלערן, וויאזוי א מנהיג וואס הערט אזויפיל אידישע צרות, ווי ער לייגט אראפ נעבעכדיגע סיטואציעס פון קענסער ביז קינדערלאזע פאמיליעס, און פון אן אט"ד ביז שידוכים וואס רוקן זיך נישט, קען פארט זיין אריינגעטינקען אין אזויפיל נארישע עקלדיגע זאכן ווי גאלדענע בעקיטשעס און ארויסגעבן איסורים חדשים לבקרים, אנשטאט געבן חיזוק און מוותר זיין אויפן גאלדענעם שטעקן.

אויב עפעס דארף מען האבן א לב האבן, טאקע א שלעכטס און קינדערישקייט און נידעריגקייט מיט וואס מיר באשולדיגן אפט מנהיגים, אויב זיי האבן די יכולת פון זיין ביזי מיט נארישקייטן און זרוע נטויה'ס ווען זיי הערן טעגליך צרות, און האבן גאר צעבראכענע הערצער פאר יעדן דיסיזשאן וואס זיי מאכן אין לעבן.


5. ואחרון חביב, כי הוא העיקר, ומינה לא תזוע: געשריבן האט מורינו ורבנו זיין היבש-לאנגע ארטיקל כלומר'שט מוצאי שבת, ווייל אלעס דרייט זיך דאך ארום זיין הייליגע הבחנה אום ליל שבת. מפרסם געווען האט ער עס שוין 10:21 ביינאכט, בו בשעה וואס די זמן מוצאי שבת איז ערשט געווען 9:36. לייגט צו דאס בענטשן ברהמ"ז, דאווענען מעריב, אפגעזעגענען זיין 'ריזן' עדה - אזש געסט קומען אפילו פון אנדערע שטעט כמבואר בדבריו הקדושים, און ווארשיינליך אויך דאס מאכן הבדלה - ווייל דער צדיק דארף זיך שוין גרייטן פאר מלוה מלכה.

ווער עס איז גענוג בהמה צו גלייבן אז אונזער מנהיג האט אפגעשריבן די לאנגע אשכול אין א קנאפע צוואנציג מינוט-האלבע שעה, זאל זיך טאקע ווייקן ביי דעם מנהיג.

ווער נישט, זאל פארשטיין אז מיר האנדלען דא פון א שקרן וואס האט אפגעשריבן ריזיגע חלקים פרייטאג, און האט נישט געכאפט אז מיטן עס ארויסלייגן פארן ציבור אזוי פרי ווי 45 מינוט נאך רבינו תם'ס (!), האט ער זיך אייגנטליך גענצליך ארויסגעגעבן אז ער איז א פאטאלאגישער שקרן וואס מ'טאר נישט נעמען ערנסט.



נ.ב. כ'וויל צולייגן נאך איין נקודה: מורינו ורבנו איז ביי מיר נישט ווערד מער ווי א חספא בעלמא, און אויפצואווייזן וואספארא ליגנער ער איז וואלט איך נישט געדארפט אוועקגעבן אזויפיל צייט (אגב, לענגער ווי עס האט כלומר'שט גענומען פאר דעם משביע בקולמוס אפצושרייבן זיין גאנצע אשכול זינט מוצאי שבת!). חס אני על חבריי, אומשולדיגע לייענער אויף ק"ש וואס פאלן פאר די נייע סקעם, און לכן אזרתי כגיבור מותניי וכו' (מליצות קען מורינו ורבנו יא, און ער קען משלים זיין)
נאך איין זאך: כ'האב ציטירט זיין תגובה, כדי ער זאל נישט קענען פארמעקן/אראפנעמען/טוישן זיין הייליגן לשון וואס געט ארויס זיין ווארהייט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 448
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1762 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 06, 2021 1:47 am

גראדע שטייט געשריבן 11:21. וואס איז שוין לערך א שעה דריי פערטל נאכן זמן...
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יוני 06, 2021 1:52 am

מורנו

אונז דאנקען מיר דער באשעפער אז ער האט אונז אראפ געשיקט א מנהיג וואס זאל אונז דערלייכטען אין דער ביטערע גלות.

פליז שרייב נאך, איך ליין מיט דארשט אייערע הייליגע ווערטער.

דערשרעקט אייך נישט פין די שידין יהודאין וואס האבן מורא אז איר וועט משפיע זיין לטובה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3411
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1845 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 06, 2021 2:02 am

נאר קלארצושטעלן, רוב חברי השטיבל האבן שטארק הנאה פון מורנו ורבינו׳ס געשרייבעכץ טראץ וואס מ׳ווייסט אז אלע זיינע מעשה׳לעך זענען הוילע דמיונות. נאר וואס דען, יעדער זאל טוהן זיין דשאב, מורנו ורבינו זאל ווייטער מיטטיילן זיינע דמיונות מיט׳ן ציבור, ארי נוהם זאל ווייטער זיכער מאכן אז ס׳זאלן חס ושלום נישט זיין קיין גאליבל געסט וואס מיינען אז ס׳איז עכט, און ווילאנג זיי ביידע גייען נישט איבער די מאס וועט יעדער הנאה האבן.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4495
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3949 מאל

הודעהדורך מורינו ורבנו » זונטאג יוני 06, 2021 2:02 am

אקעי, איך הער.

בראשית דבריי וויל איך ארויסברענגען, אז פון די ערשטע מינוט וואס איך האב זיך דא איינגעשריבן, האב איך געהאלטן אז עס וועלן זיין מענטשן וואס וועלן נישט אננעמען און גלויבן מיין מציאות, און דאס איז נישט קיין פראבלעם. ווער עס וויל זאל גלויבן, און ווער עס וויל נישט מוז נישט. די מטרה בלייבט די זעלבע און דאס קען איך אלעמאל אויספירן. איינער האט דא געפרעגט צי מיין מטרה איז צו הערן פונעם עולם, אדער איז מיין מטרה מסביר צו זיין דעם אנדערן זייט, און דער אמת איז ביידע, אזוי ווי איך האב געשריבן ביים זיך איינשרייבן, הערן פון יענעם פאר זיך און געבן פון זיך פאר יענעם, ודבר פשוט הוא. עס איז נישט קיין חילוק צי איך בין טאקע דער אדער נישט, עס איז נישט אונזער מטרה. יעדער קען אננעמען ווי אזוי ער וויל.

אין פאקט: פון אנהויב האב איך געקלערט זיך נישט ארויסצוגעבן, נאר זיך שרייבן מיטן עולם, כפי המטרה שלי, וואס איך האלט אין איין ערווענען קלאר. למעשה האב איך געמאכט דעם חשבון, אז ערגעץ וועט איינער אפירקומען און דערקענען עפעס א נקודה אז איך באלאנג צווישן די עליטע וכו', וועט מען דאך זאגן אז "לכבוד עצמו הוא דורש" וכו' און ס'וועט זיין שווער זיך צו ערקלערן. האב איך דעריבער באשלאסן אז דער אמת איז די בעסטע ליגנט, איך וועל זאגן קלאר ווער איך בין, איך בין דורכזיכטיג און קלאר. איך ווייס אז ס'וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן מיר נישט גלייבן, אבער ס'איז פארט בעסער די וועג ווי איידער די פארקערטע וועג.

למעשה, איך האב נישט קיין שום פראבלעם אפילו יעצט, ארויסצוקומען און זאגן "כל מה שאמרתי אתמול טעות היתה בידי" און איך בין א צווילע מענטש וכו'. אבער דאס איז נישט די פוינט דא, מ'קען מיר יא אדער נישט גלויבן, ס'איז אפציאנעל. ס'איז א שאד זיך אראפצולאזן און דינגען אויף די קליינליכע זאכן. נעמט די נקודה און נישט דעם ארום. איך בין דא צו הערן פונעם עולם עצות מיט קריטיק, מען קען דעבאטירן איבער די עצם נקודות, אבער איך קלער נישט פון צוריקקומען זיך דינגען אין מיין עקזיסטענץ, איר קענט יא אדער נישט גלייבן, ס'איז נישט ממש משנה.

יעצט לאמיר זיך נעמען צו די נקודות, וואס ארי נוהם פרעגט, אז מען זאל נישט זאגן מדשתקי שמע מינה וכו', נישט ווייל עס ברענט מיר אז מען זאל יא אדער נישט גלויבן. וויבאלד עטליכע האבן שוין געשריבן תגובות אינצווישן, וועל איך זיך באציען לויט די נומערן פון דעם פרעגער, אז עס זאל זיין גרינגער צו ענטפערן:

1. איך בין נישט אזא נאר אראפצושרייבן אלעס. זיכער האב איך מטשטש געווען גענוג פרטים אז מען זאל נישט קענען כאפן. ס'מוז נישט מיינען דווקא פרייטאג צו נאכטס, ס'קען זיין שבת בייטאג, אפשר ערגעץ ביים טיש, אפשר ביים פארזינגען א ניגון, אפשר ר"ח בענטשן, אפשר נשמת, אפשר בואו בשלום, אפשר שלש-סעודות און אפשר הבדלה, ס'קען זיין צענדליגע זאכן. און יא, אוודאי האב איך פארדרייט. אפשר האב איך נישט געוויינט, נאר זיך גענומען שרייען און מאכן מורא'דיגע הוויות... איך האב סך-הכל זיכער געמאכט אז ס'זאל זיך שפירן ביים ליינער דעם אמת'ן מצב וואס דארט איז געווען, אבער גלייכצייטיג אויך געזען דערצו אז מ'זאל נישט כאפן פונקטליך. איך האב עס געוואלט שרייבן אינעם עצם תגובה, אבער שוין... עכ"פ איך האב געשריבן גענוג אויף אן אופן אז מען זאל נישט כאפן פונקטליך במה דברים אמורים, איר מעגט מיר גלויבן אז איך באגיי נישט סועסייד.

2. וכן בענין זה. אפשר זאגט מען מיר תורות בין גברא לגברא, אפשר עפעס אנדערש. איך האב בלויז געהאלטן פאר מיינע אויגן, אז איך זאל ריכטיג אפשפיגלען די אטמאספערע און דער מצב ביי אונז, אבער גענוג אויף אן אופן אז מען זאל נישט קענען כאפן פונקטליך וכו'.
(דעם זייטיגן נאטיץ: די ווארט ווערט געברענגט אין פיל ספרים, איבעראל מיט אן אנדערן קוועטש, ס'איז נישט קיין סוד. דער געדאנק איז בלויז אז פונקט די ווארט האב איך געהערט אין דעם ריכטיגן מאמענט וכו'.)

3. דא פרעגסטו שוין סתם א קושיא אויף מיר, דו פרעגסט נישט אפ דערמיט די גאנצע ענין, אבער יא, אז דו וועסט קוקן אין אלע מיינע תגובות, וועסטו זען אז דאס איז עטוואס מיין שוואכקייט, איך פארפאר צומאל פון נושא צו נושא, אזוי אויך ביי מיינע שמועסן. וועסט עס זען עטליכע מאל דא. און ריכטיג, איך האב געוואלט אויך צוקומען און ערקלערן דעם ענין, אז מען זאל נישט אנקוקן א מנהיג ווי איינער מיט הערנער אויפן קאפ. וואס איז אזוי שלעכט דערמיט?

4. כנ"ל, נישט קיין אפרעג נאר סתם א קריטיק, אבי געזונט גערעדט, מנהיגים גיבן זיך אפ מיט געבן חיזוק און פילע וויכטיגע זאכן, וואס דו ווייסט און וואס דו ווייסט נישט.

5. יא, גוט געפרעגט. ס'האט אן ענטפער, אבער דאס וועל איך שוין טאקע נישט שרייבן, ואכמ"ל.

...
צוגעלייגט צוויי שטיקלעך דורך מיר, צווישן די שטיקל ד"ה בראשית און ד"ה יעצט. אזוי אויך האב איך צוגעלייגט עטליכע ווערטער אין סוף פון שטיקל ד"ה יעצט, מוצ"ש 3:51.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מורינו ורבנו אום זונטאג יוני 06, 2021 3:51 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מורינו ורבנו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג יוני 06, 2021 2:09 am

יעצט האסטו זיך שוין אייגנטליך שטערקער ארויסגעגעבן.

האסט געענטפערט ווי חכמת שלמה בשעתו.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » זונטאג יוני 06, 2021 2:12 am

מורינו איז מנשה, מ'זעט עס פון זיין שריפט.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 06, 2021 2:12 am

מאך זיכער האט געשריבן:יעצט האסטו זיך שוין אייגנטליך שטערקער ארויסגעגעבן.

האסט געענטפערט ווי חכמת שלמה בשעתו.

יא, זיין שרייבן סטייל איז גאנץ ענליך, אדער אפשר דאכט זיך מיר נאר אזוי?
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4495
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3949 מאל

הודעהדורך אבשלום בן מעכה » זונטאג יוני 06, 2021 2:16 am

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:מורינו איז מנשה, מ'זעט עס פון זיין שריפט.


ס'איז נישט מנשה, ס'איז אינגאנצן נישט זיין סטייל (און אויב יא, וועט ער זיך ארויסגעבן ביז צען תגובות, טראסט מי).
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 153
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג יוני 06, 2021 3:08 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:יעצט האסטו זיך שוין אייגנטליך שטערקער ארויסגעגעבן.

האסט געענטפערט ווי חכמת שלמה בשעתו.

יא, זיין שרייבן סטייל איז גאנץ ענליך, אדער אפשר דאכט זיך מיר נאר אזוי?

איך בין נישט איבערצייגט אבער פארט שפעקוליר איך ערנסט אזוי.

זיין וועג פון נעכסן און דאן פלוצים ווערן דער אומשולדיגער נרדף, זיינע דראמאטישע דעטאלירטע שילדערונגען און דאס מערסטע איז זיין סגנון פון ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון איינגעטיילט אין סעיפים.

אזוי אויך איז דאס זיין גרייטקייט זיך צו שלאגן אן אפענטפערן די סתירות און שפעקולאציעס אויף אים. ער ליגט יעצט אין בעט מיט א קאוק זערא און ווארפט זיך פאר געלעכטער ווייל איינער אויף קאווע שטיבל מיינט אז ער איז א לב טהור/רב/העלבראנץ/פרימו.

אגב, אין זיין תגובה שרייבט ער אז קאווע שטיבל און די גאנצע ווירטואלע וועלט זענען ניי פאר אים, אבער ווען איינער האט אים געזאגט אז ער שרייבט דא כזקן וכסיל ענטפערט ער אז ער האט אסאך געליינט דאהי.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

Re: א שבת מיט קאווע שטיבל

הודעהדורך חסיד פון ליטא » זונטאג יוני 06, 2021 3:35 am

יא, פרייטאג ווען איך האב בלויז געליינט דריי שורות איז חכמת שלמה ארויפגעקומען אין געדאנק.
שפעטער שבת אויף דער נאכט האב איך זיך גאר שטארק מקדש ומטהר געווען איידערן זיך לייגן על משכבי בלילות, און זוכה געווען צו זעהן דעם מורנו ורבנו מיט חכמת שלמה ווי זיי זענען זיך מתעמק אין די הייליגע ווערטער פון תמ"ל און מתוך תשוקה ורצון האבן זיין זיך מתדבק געווען איינער אינעם צווייטן ביז זיי זענען געווארן איינס (בבחינת אבני המקום של יעקב אבינו).
אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען פארטאגס און געזען ווי דער הייליגע מורנו ורבנו פראבירט אריינצואווארפן זיי רעביסטעווע אין וואסער אריין מתוך גודל ענוותנותו, (בבחינת ר' שלומקע זוועהילער תמ"ל) אבער באלד זענען געקומען צוויי מלאכים און צוריק געווארפן די רעביסטעווע תוך גופו הקדוש שרייענדיג אויף אים אז דער דור ברויך אים נאך ובהדי כבשי דרחמנא למה לך. ובלית ברירה מתוך אונס האט ער דאס געמוזט אנהאלטן.

והוא רחום יכפר.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 195
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

הודעהדורך חקרן » זונטאג יוני 06, 2021 4:06 am

מורינו ורבינו:
איך בין ערנסט מסופק צי איר זענט באמת א רב, ביי מיר איז עס א ספק השקול, אבער אפילו אויב נישט, שפילט איר די ראלע אייזן גוט, זיך אריינלייגנדיג ווי אזוי א רב טראכט. טאלאנטפול זענט איר זיכער, און א שטארקע אייטעם פאר קאווע שטיבל.

ממ"נ, אויב זענט איר עכט, דעמאלס קומט זיך אייך א באנטש קרעדיט פארן טון דעם שריט און ארויפקומען אהער, קיינער טוט עס נישט און איר טוט צו דער זאך. זאלט איר מצליח זיין און מיר קוקן ארויס צו הערן פון אייך. ווידער אויב שפילט איר, איז עס אויך אינטערעסאנט, עס גיבט אן אנדערן פערספעקטיוו. מיר ווילן הערן מער.

בכל-אופן, גיבט איר אריין א פרישקייט אין דעם שטיבל. האלט אן, קוקט נישט וואס אנדערע זאגן און ווערט נישט צוקלאפט דערפון. קאווע שטיבל קען נוצן א באוסט, און אזעלכע געהויבענע געסט זענען דעפענעטלי א שטארקע פארמעגן פאר קאווע שטיבל.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1023 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג יוני 06, 2021 7:26 am

חקרן האט געשריבן:...אויב זענט איר עכט, דעמאלס קומט זיך אייך א באנטש קרעדיט פארן טון דעם שריט און ארויפקומען אהער, קיינער טוט עס נישט און איר טוט צו דער זאך.


פארוואס זאגסטו אזוי? פין וואנעט ווייסטו? "קיינער טוט עס נישט"
זייער מעגליך ס'דרייען זיך דא צענדיגלע אדמורים רבנים און שרייבן זיך מיטן עולם, כפי המטרה שלהם...


און פאקט, האט מורינו אויך געוועלט קימען קודם אזו, בהסתרה
ס'איז אבער געווען א חשש אז אפשר וועט זיין עפעס איינער וואס וועט זאגן מספק "לכבוד עצמו הוא דורש"
ביז צים סוף האט איבערגעוויגען , זאל איעדער זאגן מיט א פעסקייט - ס'איז פארט בעסער די וועג - און שוין -
ומי יבא בסוד קדושים
מורינו ורבנו האט געשריבן:אין פאקט: פון אנהויב האב איך געקלערט זיך נישט ארויסצוגעבן, נאר זיך שרייבן מיטן עולם, כפי המטרה שלי, וואס איך האלט אין איין ערווענען קלאר. למעשה האב איך געמאכט דעם חשבון, אז ערגעץ וועט איינער אפירקומען און דערקענען עפעס א נקודה אז איך באלאנג צווישן די עליטע וכו', וועט מען דאך זאגן אז "לכבוד עצמו הוא דורש" וכו' און ס'וועט זיין שווער זיך צו ערקלערן. האב איך דעריבער באשלאסן אז דער אמת איז די בעסטע ליגנט, איך וועל זאגן קלאר ווער איך בין, איך בין דורכזיכטיג און קלאר. איך ווייס אז ס'וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן מיר נישט גלייבן, אבער ס'איז פארט בעסער די וועג ווי איידער די פארקערטע וועג.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2894
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

הודעהדורך cictim » זונטאג יוני 06, 2021 8:28 am

ווער ס'האט אנגיעאגט צו פארגעסן וויל איך נאר דערמאנען אז מנשה האט געשוואוירען נקמה אין ק"ש (מ'קען עס טרעפן אין איינע פון זיינע דורכזיכטיגע ניקס) זייט דעמאלטס עפענט ער אויף חדשים לבקרים נייע ניקס מיט אלע סארט איידיעס ווי נאר מנשה קען, כ'מיין אז רוב רובו פון די קבועים דא באמערקען זיינע ניקס נאך צוויי דריי תגובות, (די גרעסטע חידוש אז מ'האט עם געגעבען צוטריט אפאר מאל וד"ל מן הסתם איז סדרן א נייע דא) נאכדערצו אז די גרושים/אלמן נושא איז שוין ברוך השם אין פולע שוואונג, אוי לאכט ער א גוטס איך פארגין עם די נקמה מיטן גאנצן הארץ, נאר מכאן מודעה רבא אזדו נעמסט קיינעם נישט אויף קיין רייד, נאר מיר אלע פארן מיט דיר צוזאמען...
cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 06, 2021 9:05 am

שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך בת קול » זונטאג יוני 06, 2021 10:39 am

איך וואונדער זיך אזוי פארוואס ארי נוהם איז אריינגעקומען אין שטיבל מיט אן אויסברוך.
יעדער פארשטייט קלאר אז דא רעדט זיך פון א שיין ארטיקל פון פאנטאזיע ארויס.
אה מנשה! אוודאי, דא לוינט זיך שוין אריין צו קומען און מאכן א בהלה.

נו- אפשר טרעפסטו זיך טאקע מיט מנשה'ן אין ריל לייף?
איך מיין אז יעדער וואס האט אים אמאל באגעגנט פארשטייט וואס דא גייט פאר.
מען לאכט זיך אינטער פון זיינע געשרייבאכצער און מען גייט ווייטער.

אויב שרייבט ער אנטקעגן די תקנות קען מען מעקן פונקט ווי א צווייטן.

נעם עס נישט אזוי צום הארצן.
דער באשעפער האט באשאפן אינטערעסאנטע מענטשן פאר אונזער הנאה.

איך מיין עס איז צייט אויף צו הערן מיט די מערכות און זיך איבערבעטן.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יוני 06, 2021 11:18 am

מורנו

דארפען אייערע חסידים זיך מזכיר זיין פאר א ליל טבילה?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3411
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1845 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » זונטאג יוני 06, 2021 11:23 am

@ארי נוהם, דו דארפסט נישט אלעס אזוי דעטאלירט אויסשמועסן -- דאס ווערט גערופן א party pooper. האסט אלעס געקענט שרייבן אין איין שורה און צולייגן א "וד"ל", און ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

לכשעצמי וויל איך בעטן כ"ק אדונינו @מורינו ורבנו הגה"ק שליט"א זאל ווייטער אנגיין און מהנה זיין דעם ציבור מיט זיינע טאלאנטפולע פאנטאזיעס.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10612 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: רביה''ק זי''ע און 4 געסט