א שבת מיט קאווע שטיבל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 06, 2021 11:41 am

איך ווייס נישט ווער דער מורינו איז. אבער איך מיין אז ארי נוהם האט א טעות. איך מיין אז מורינו איז א עלענדע מענטש וואס לעבט זייער איינזאם מיט גרויסע דמיונות. און ער זעהט זיך פירן א עדה טראגענדיג א קאלירטע געבלומטע בעקיטשע מיט חסידים (וואס פלאגן זיך מיט צרות, ספעציעל גרושים). ער פירט תפילות טישן און באטעס. ס'איז דא התחזקות הנפש באנעזאם מיט השתפכות הנפש. און ס'פיבערט זיך האפטיג.

זאג נאר מורינו, אין אייער וועלט האבן די רבנים אמונות צדיקים אין זיך?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג יוני 06, 2021 3:36 pm

בת קול האט געשריבן:איך וואונדער זיך אזוי פארוואס ארי נוהם איז אריינגעקומען אין שטיבל מיט אן אויסברוך.
יעדער פארשטייט קלאר אז דא רעדט זיך פון א שיין ארטיקל פון פאנטאזיע ארויס.
אה מנשה! אוודאי, דא לוינט זיך שוין אריין צו קומען און מאכן א בהלה.

נו- אפשר טרעפסטו זיך טאקע מיט מנשה'ן אין ריל לייף?
איך מיין אז יעדער וואס האט אים אמאל באגעגנט פארשטייט וואס דא גייט פאר.
מען לאכט זיך אינטער פון זיינע געשרייבאכצער און מען גייט ווייטער.

אויב שרייבט ער אנטקעגן די תקנות קען מען מעקן פונקט ווי א צווייטן.

נעם עס נישט אזוי צום הארצן.
דער באשעפער האט באשאפן אינטערעסאנטע מענטשן פאר אונזער הנאה.

איך מיין עס איז צייט אויף צו הערן מיט די מערכות און זיך איבערבעטן.

במחילה, לייען איבער איידער דו ביסט מגיב.

עטליכע אנדערע ניקס האבן געשריבן אז זיי קלערן אז ס'איז מנשה'ן. איך האב געשריבן אז איך קלער אז ס'איז שמואל פרימו (אדער ווי שפעטערדיגע ניקס האבן אנגעוויזן אויף פרימו'ס שפעטערדיגע ניק, חכמת שלמה).

לדעתי קען מנשה ניטאמאל שרייבן אזוי גוט און עלעקוואנט, און פרימו'ס סטיל שרייבעריי און פאפעריי דערקענט זיך פון יעדעס שורה. עכ"פ כנלענ"ד.

נעקסטיים האלט דיין אייגענעם אויסברוך ביי דיר.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 447
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1757 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 06, 2021 3:39 pm

שוין, די קינדערישע געפעכטן האבן זיך שוין אנגעפאנגען, דער לץ האט שוין אויפגעטוהן וואס ער האט געוואלט אויפטוהן...
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4485
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3938 מאל

הודעהדורך בת קול » זונטאג יוני 06, 2021 3:56 pm

ארי נוהם האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:איך וואונדער זיך אזוי פארוואס ארי נוהם איז אריינגעקומען אין שטיבל מיט אן אויסברוך.
יעדער פארשטייט קלאר אז דא רעדט זיך פון א שיין ארטיקל פון פאנטאזיע ארויס.
אה מנשה! אוודאי, דא לוינט זיך שוין אריין צו קומען און מאכן א בהלה.

נו- אפשר טרעפסטו זיך טאקע מיט מנשה'ן אין ריל לייף?
איך מיין אז יעדער וואס האט אים אמאל באגעגנט פארשטייט וואס דא גייט פאר.
מען לאכט זיך אינטער פון זיינע געשרייבאכצער און מען גייט ווייטער.

אויב שרייבט ער אנטקעגן די תקנות קען מען מעקן פונקט ווי א צווייטן.

נעם עס נישט אזוי צום הארצן.
דער באשעפער האט באשאפן אינטערעסאנטע מענטשן פאר אונזער הנאה.

איך מיין עס איז צייט אויף צו הערן מיט די מערכות און זיך איבערבעטן.

במחילה, לייען איבער איידער דו ביסט מגיב.

עטליכע אנדערע ניקס האבן געשריבן אז זיי קלערן אז ס'איז מנשה'ן. איך האב געשריבן אז איך קלער אז ס'איז שמואל פרימו (אדער ווי שפעטערדיגע ניקס האבן אנגעוויזן אויף פרימו'ס שפעטערדיגע ניק, חכמת שלמה).

לדעתי קען מנשה ניטאמאל שרייבן אזוי גוט און עלעקוואנט, און פרימו'ס סטיל שרייבעריי און פאפעריי דערקענט זיך פון יעדעס שורה. עכ"פ כנלענ"ד.

נעקסטיים האלט דיין אייגענעם אויסברוך ביי דיר.



Take a chill pill. Nobody cares.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 947
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1103 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » זונטאג יוני 06, 2021 5:23 pm

איך מיין מען זאל אפטיילן די שמועסן. מען קען מאכן א באזונדערע אשכול וואו מען זאל קענען אנאליזירן יעדער לפי רצונו וואס עס ליגט אונטער די ניק מורינו ורבנו, דאס קען זיין זייער אינטערסאנט פאר אסאך ניקס, מורינו אליין וועט אויך קענען גיין דארט זיך פארענטפערן אויב ער איז אינטערסירט. (אז ס'וועט זיין אזא אשכול וואלט איך אויך הנאה צו ליינען און אויסדרוקן מיין מיינונג).

מצד שני וואלט איך געבעטן מורינו ורבנו, עס איז זייער אינטערסאנט פאר אסאך מיטצוהאלטן דיינע געשרייבאכץ, פאר מיר אויך. עס איז א שאד צו עפענען אזויפיל אשכולות פאר יעדע זאך באזונדער, א שבת פאר גרושים, יישר כח, אא"וו. בפרט אז דיין סטייעל שרייבן איז נישט זיך צו האלטן צו איין ענין, קומט אויס אז דו רעדסט ממילא נישט פון די ענין אינעם קעפל. דערפאר וואלט איך פארגעשלאגן אז דו זאלסט עפענען איין אשכול מיטן נאמען "השקפה ודעת תורה פון מורינו..." וכדומה, און דארטן וועלן קומען אלע וואס זענען אינטערסירט צו הערן דעת קודש.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג יוני 06, 2021 6:07 pm

איך מיין מען זאל לאזן די רבי זיין נאטירלעך עפענען וויפל אשכולות ער וויל ווי ער וויל און וויפל ער וויל
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1837
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 970 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 923 מאל

הודעהדורך פערינא » זונטאג יוני 06, 2021 8:29 pm

אויב ס'איז חכמת שלמה איז ער דאך היינט א רבי דארט.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל

הודעהדורך עמינדב » מאנטאג יוני 07, 2021 11:55 pm

ווילאנג "מורנו ורבנו" שרייבט צום זאך גייט מיר נישט אן אויב ער איז א "מורנו ורבנו" אדער נישט. שרייבסט שיין. שרייב ווייטער.
עמינדב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך אויסער געווענדליך » דינסטאג יוני 08, 2021 3:55 pm

געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער......................................

דער בעש"ט האט דאך געזאגט אז א מענטש איז ווי זיין מחשבה איז. אפשר איז @מורינו ורבנו אזא איינער וואס וואלט זייער געוואלט זיין א מנהיג העדה, מיט די געפערליכע צובראכענעם הארץ פון א ציבור פון בעלי צרה (וואס קיינער ווייסט נישט נאר אים, אמער ווי זאל א צווייטע מענטש וויסן צו זיין חבר האט א ריי טעכטער משדך צו זיין אדער א זון וואס גליטשט?), און קאמעראס ביי אים אין פנים ווי ער גייט און שטייט (וואגן זאלן זיי זיך נישט צו באווייזן) וכדו'. אז זיין מחשבה איז דארט, איז ער דאך דארט, ווער דארף פליישיגע באווייזונגן?

איך ווארט אויף א ניק מיטן נאמן @עדה קדושה וואס וועט זיך דמיונן אז זיי זיצן פרייטאג צו נאכט נאכן טיש און חזרן איבער די מדרש פליאה תורעס פון רבין.

ביידער קענן זיך דמיונן און די איבעריגע עולם וועט אהיים גיין שלאפן
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט