בלאט 1 פון 1

א שבת מיט קאווע שטיבל

נשלח: מוצ"ש יוני 05, 2021 11:21 pm
דורך מורינו ורבנו
א גוטע וואך אייך טייערע ברידער.

א גוטע וואך
א געזונטע וואך
א מזל'דיגע וואך
א וואך מיט ישועות
א וואך מיט רפואות
און א וואך מיט אסאך גאלדענע רענדלעך!

די וואך שבת איז מיר אויסגעקומען אסאך צו טראכטן איבער אייך, מסתמא וויבאלד קאווע שטיבל איז ביי מיר א נייע מציאות (און בכלל די גאנצע ווירטואלע וועלט), זענען מיינע מחשבות היבש געלאפן במשך דעם שבת, איבער קאווע שטיבל.

אנגעהויבן האט זיך עס פרייטאג-צו-נאכטס אינמיטן דאווענען. ביי אונז איז דא א שטיקל (איך וועל נישט זאגן וועלכע, מחשש גילוי), וואס דער גאנצער עולם זאגט מיט א גרויס התעוררות בקול רם המעורר את הלבבות, דאן ווערט שטיל און איך זאג איבער דעם גאנצן שטיקל אליין מיט אן אלטן מיטילאגישער נוסח. דער שטיקל ווערט באטראכט אלס איינע פון די קלימאקסן פון שבת, בשעת בחורים און יונגעלייט, און בפרט געסט וואס קומען אויף שבת, ווילן דאס נישט אויסלאזן. דאס איז א התעוררות'דיגער מאמענט אינמיטן דאווענען.

געווענליך, ווען דער ציבור דאוונט הויך דעם שטיקל, טוה איך מיינע זאכן, איך בין מכוון פארשידענע ענינים, ביי מיר איז דאס א מאמענט אינזינען צו האבן אזעלכע נשמות וועלכע פארפארן רח"ל פונעם דרך הישר, וויפיל עלטערן האבן אזויפיל צער דערפון ליידער. ביי יענעם שטיקל איז פארהאן א ייחוד פונעם אריז"ל וואס איז געאייגנט דערויף און איך האב זיי דעמאלס אינזינען. איך האב געזען אין דעם ענין אפענע זאכן, א וואך וואס איך האב שטארק אינזינען געהאט איינעם, האט מען געהערט במשך דעם קומענדיגע וואך פארשריט אויף גוט. דאס איז די צייט וואס איך האב זיי דעמאלס אינזינען.

די היינטיגע וואך, פרייטאג-צו-נאכטס, בשעת דעם שטיקל, האב איך זיך פארקלערט, און מיינע מחשבות זענען אנגעקומען אין קאווע שטיבל, א זאך וואס פאסירט נישט געווענליך אז איך זאל זיך סתם אזוי פארקלערן און פארקלאצן. עס קען זיך מאכן אזוי ווי ביי יעדע מענטש, אבער מסתמא צוליב דעם וואס דער גאנצער ענין איז ביי מיר ניי, זענען מיינע מחשבות פארפארן אין דעם נושא. ס'איז געווען היבש טשעקאוו, איך בין געשטאנען איבערגעדעקט מיטן טלית איבערגעבויגן איבערן סידור, אבער פאר מיינע אויגן האב איך בלויז געזען דעם סימבאל פון קאווע שטיבל, די צוויי מענטשעלעך איבער א גלאז קאווע. די אותיות אינעם סידור האט זיך ווי להכעיס פארמירט אין אנדערע אותיות. פאר מיר האב איך געזען בלויע אותיות: באניצער'ס קאנטראל פאנעל (2 נייע הודעות) • ווייז אייערע הודעות - אקטיווע אשכולות - נייע אשכולות - אפט-געפרעגטע פראגעס באניצער ליסטע לייקס ראנגען לייקס ארויסשרייבן [ מורינו ורבנו ] וכו' וכו' - דאס אלעס האט זיך איבערגעשפילט פאר מיינע אויגן, געטראכט וואס מ'קען שרייבן און וואס מ'גייט שרייבן, און נאך...

אויפכאפנדיג זיך פון מיינע געדאנקען, האב איך משים-לב געווען, אז ס'איז שוין א לענגערע צייט שטיל, דער ציבור ווארט שוין אז איך זאל אנהויבן און ס'איז געווען שטיל לענגער ווי געראכטן. איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך בין פלוצלינג פארגאנגען אין א געוויין, אפשר פון צומישטקייט, אפשר פון צובראכנקייט און אפשר פון די געפילן אז דער ציבור מיינט אז דא טוט זיך אפ העכערס, זיי שטייען ארום און שרייט זיך אויס די נשמה פארן בורא עולם, בשעת איך שטיי אזוי פארקלערט איבער קאווע שטיבל... איך ווייס אליין נישט פארוואס איך האב זיך גענומען וויינען. איך האב זיך גענומען זאגן די תפילה מיט א צובראכן הארץ און געשטיקט מיט טרערן. איר קענט זיך פארשטעלן אז דער ציבור האט געטראכט אז מסתמא טוט זיך דא אפ העכערס... הן די לאנגע ווארטן און הן די תפילה מיט א שברון לב... ווען דער עולם ווייסט אז ס'איז פשוט קאווע שטיבל.... הייסט דאס אז איר נאר אויס דעם עולם? - ווער ווייסט... איך מעג האבן סודות, אזוי קלער איך...

שפעטער, נאכן דורכגיין זאגן גוט-שבת, איז מיין סדר אז איך גיי אהיים. איך האב אויך א שטוב מיט קינדער. איך מאך זיכער אז אלעס פירט זיך בסדר, זיי מאכן קידוש און עסן די סעודה, איך זיץ מיט זיי אביסל, זינג און פארברענג מיט זיי. איך קען אבער נישט מאריך זיין און לאנג זיצן דארט, דאס איז איינע פון די פרייזן וואס איך באצאל פאר מיין פאזיציע, אבער איך מיין אז ס'צאלט זיך אויס מיט די צייט. מיינע עלטערע קינדער האלטן שוין מיט אין בית-המדרש.

נאכן זיצן אביסל מיט זיי און זיכער מאכן אז אלעס פארט על מי-מנוחות, גיי איך אריין אין מיין חדר-מיוחד, דארט האב איך מיינע שיעורים בספרי חסידות ויראה און אנדערע סארט ספרים, איך האב דארט מיין סדר-הלימוד. איינע פון די זאכן וואס איך האב זיך קובע געווען יעדע וואך, איז א זמן פאר חשבון-הנפש. סוף-כל-סוף גיי איך פירן פאר אן עדה אידן און משמיע זיין און מעורר זיין הלבבות, דארף איך זיכער מאכן אז איך בין אליין בסדר. זיץ איך אליין מיט זיך און איך באטראכט זיך, איך קוק זיך אן און פראביר צו טראכטן אויב איך בין אויסגעהאלטן און מיט וואס איך קען זיין בעסער. די נושא די וואך איז פארשטענדליך געווען "קאווע שטיבל". טוה איך ריכטיג אז איך בין ארויפגעגאנגען און שרייב זיך מיטן עולם? - אפשר איז דאס א סתירה פאר מיין מעמד? - איך האב געקלערט אז פאר אנדערע אידן בין איך מייעץ צו שטיין וואס ווייטער פון טעכנעלאגיע (הויבט נישט אן ביטע יעצט א דיסקאסיע איבער דעם, מיר וועלן נאך ארומשמועסן דערוועגן אין א צווייטע געלעגנהייט), נו, ווי אזוי קען איך זאגן אנדערש פון וואס איך קלער. איך האב גוט איבערגעטראכט אלע צדדים, אייגענע און כלליות'דיגע, דהיינו בעניני הנהגה, איך האב אויסגעטאפט יעדע וואונקל און געקומען צו די מסקנה אז דאס וואס איך טוה איז ריכטיג און וויכטיג, איך מעג און איך דארף עס טון, און איך דארף זיך נישט שעמען דערמיט. פארקערט; איך דארף ווייטער אנגיין דערמיט!

מיט די מחשבות בין איך אריין צום שבת-אחים. ביי מודה אני לפניך האב איך שטארק געבעטן דעם אויבערשטן אז איך זאל אלעמאל טון דאס ריכטיגע... וזכני לקבל שבתות, מתוך מעוט עוונות... ותן בנו יצר טוב... ונהיה מכובדים בעיניך... ושויתי ה' לקראתי, ולעורר לבי לאהבתך...

שפעטער ביים טאנצן, האב איך זיך ווידער דערמאנט אין מיין החלטה. איך בין געווען אזוי זיכער מיט זיך, און אזוי פרייליך דערמיט, אז איך האב זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד, יותר מהרגלי, און געטאנצן לענגער פון געווענליך, מיטן גאנצן כח.

איך האב באקומען א צייכן פון הימל אז מיינע כוונות זענען ריכטיגע.
דער סדר ביי אונז איז, נאכן טיש זעצן זיך צוזאמען עטליכע חבורות - דריי אין צאל - איינגעטיילט לויט די עלטער. מען זיצט אין בית-המדרש, מען חזר'ט איבער די תורות און שמועסן, און דאן פארברענגט מען ווייטער, מען שמועסט ווערטער, מען זינגט ניגונים, יעדע חבורה אין אן אנדערן וואונקל אין ביהמ"ד. פון מאל צו מאל מאכט זיך אז איך קום ארויס, זיך אומקוקן אביסל אויף די חבורות (איך שטופ דאס שטארק). די וואך בין איך ארויסגעקומען און זיך איינגעהערט וואס מ'שמועסט, האט איינער נאכגעזאגט א ווארט, וואס איך האב געשפירט אז פון הימל וויל מען מיר ווייזן אז איך האב ריכטיג געקלערט און מיין פליכט איז טאקע דאס וואס איך טוה. יענער האט ארויסגעברענגט אז די כוונה פון די מרגלים איז געווען לטובה, אז מען זאל קענען זיצן לאנגע יארן אין מדבר, אפגעזינדערט פון די גאנצע וועלט, און לערנען תורה בטהרה מפי הגבורה, אן קיין דאגות פרנסה, אזוי ווי עס איז טאקע געווען די הייליגע דור המדבר, וואס זיי האבן דארט קונה געווען פערציג יאר מפי משה ומפי הגבורה, און צוגעקומען צו העכערע השגות. זיי האבן נישט געוואלט אז מען זאל גראד אריינגיין אין ארץ-ישראל, וואו דאס אלעס וועט נישט זיין. אבער פון הימל איז מען נישט צופרידן געווען דערפון. "טייל נישט איין פארן באשעפער וואס דיין פליכט איז - אויב וויל מען אז דו זאלסט נישט זיין אזוי פרוש'דיג, לאז זיך פירן פון אויבערשטן און טוה זיין פליכט".

איך האב דאס געזען א צייכן פאר מיר, אז מעשינו זענען רצויים פארן הייליגן בורא-עולם!

שפעטער אין שבת האב איך שוין מער נישט געטראכט דערוועגן.

פארוואס שרייב איך דאס אלעס? - איך וויל איר זאלט וויסן, אז אונטער א מנהיג באהאלט זיך אויך א בשר-ודם, געפילן און הרגשים, צומאל שטורעמדיגע, און געווענליך מער שטורעמדיג ווי געווענליכע מענטשן. זייט דן אייערע מנהיגים לכף זכות, פארשטייט אז ער לעבט אן אנדערע סארט לעבן ווי אייך, און ס'גייט אויף אים דורך פיל שטורעמישע צייטן. זייט וויסן, אז א מנהיג איז א צובראכענע זאך. ער קען אייך אויסקוקן ווי א מלך בגדוד, וואס איז נהנה פון כבוד מלכים און טרעט אויף ראשי עם-קודש, האקנדיג א חיים טובים אויפן חשבון פון זיינע אנהענגער, ער קוקט דיר אויס אנגעפאשעט, גליקליך און צופרידן. אבער אונטער די גאלד-געבלומטער קאפטן, אונטער די סטראקעס, באהאלט זיך א צובראכענער הארץ, אויף שברי שברים. ס'איז נישט קיין שררה, ס'איז עבדות. ווען איר קומט אריין צו א טיש, א שלש-סעודות אדער סתם אזוי א רבי'שע שמחה, און איר זעט א געבלימטער בעקעשע אויפן סטעידזש, טראכט נישט אז דארט זיצט א באנדיט וואס דאס גאנצע וואס ער קען איז, עסן קוגל און געניסן פון כבוד. זייט וויסן אז דארט זיצט א צובראכענע זאך נעבעך.

און דאס איז בלויז אין דער פריוואטע לעבן און געפילן, וואס ער גייט דורך. איך האב נאכנישט בארירט דעם עיקר: מען הערט זיך יעדן טאג אן מיט צרות און פראבלעמען, גשמיות'דיגע ווי רוחניות'דיגע, מען דארף מאכן גורל'דיגע באשלוסן אויף יענעמ'ס בלוט. מען דארף געבן האקעלע עצות, און מען דארף רעדן מיט זיכערקייט, נישט אז יענער זאל שפירן אז איר זענט נישט זיכער מיט זיך... ועוד כהנה וכהנה... שטעלט אייך פאר, איך זיץ אויבן-אן ביים טיש, איך הויב אויף מיינע אויגן, און דא זעה איך א איד וואס זיין קינד איז די וואך דיאגנאזירט געווארן מיט יענע מעשה, אויף לינקס זיצט א איד וואס מאכט מיט צרות צרורות מיט א בחור וואס גייט נישט אין שפאן, אט האט איר א איד וואס ווארט מיט א גאנצע רייע קינדער אין שידוכים, און דא שטייט א איד וואס האט נאכנישט זוכה געווען צו האלזן א קינד, און אלעס קומט צו אייך און וויינט זיך אויס, און אלע זענען דא ביים טיש... ס'איז דאך עק וועלט... צומאל וויל מען פשוט זיך אויפהייבן און אנטלויפן, אבער ס'איז נישטא וואוהין? - מען דארף טון פאר אלע...

דאס אלעס איז בלויז אין גשמיות. איך האב נאכנישט בארירט די רוחניות'דיגע חלקים. ס'איז א וועלט פאר זיך, ואכמ"ל.

און איך וויל אז איר זאלט דאס וויסן!!! ווייל איך זעה ווי אזוי מען שרייבט דא און וואס דא טוט זיך, אז מענטשן כאפן פשוט נישט די צווייטע זייט פון די מטבע. איר מיינט אז רבי'ס זיצן על סיר הבשר און מיט איין בלינק מיט די אויג מאכט מען חוזק פון א גאנצע ציבור אידן. עס איז ווייט ווייט דערפון.

איך האב נאך געוואלט שרייבן לענגער, אבער אט דארף איך אריינגיין צו מלוה-מלכה. האט מיר אלע דערווייל א גוטע געזונטע וואך.