נידער מיטן רעקל!!?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

נידער מיטן רעקל!!?

הודעהדורך טמיר » זונטאג יוני 06, 2021 11:46 am

יעדער פארשטייט אז עס איז נישט נארמאל צי גיין מיט א שווארצע וואלענע רעקל אונטער א ברענעדיגע 92 דעגרי זון. נאר וואס? מ'איז נישט משנה, מאיז תורה טרייע אידן אפילו עס איז שווער.

די שאלה איז, איז אלץ געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן? פלעגט מען טון די זעלבע מיט הונדערט יאר צוריק? איז געווען אזוי הייס?

אפשר קען מען מיט א כח היחיד/רבים דאס טוישן? יעצט קום מיך נישט זאגן טו וויאזוי דו ווילסט, ווייל פארוואס זעה איך דיך נישט טון אזוי?
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל

Re: נידער מיטן רעקל!!?

הודעהדורך טמיר » זונטאג יוני 06, 2021 11:46 am

אפדעיט: ס'איז שוין 93 דעגריס
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 06, 2021 11:52 am

ס'הייבט זיך אן מיט די וועסטל, דערנאך גייט עס צו די רעקל, נאכדעם די ציצית, שפעטער די לאנגע ארבעל. און אזוי איז מען א טריט אוועק פון גיין ווי דער גוי.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2571
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

Re: נידער מיטן רעקל!!?

הודעהדורך טמיר » זונטאג יוני 06, 2021 11:59 am

אפדעיט: שוין 94 דעגרי. דערווייל די g&g רעקלעך קרוזען נאך ארום די גאסן

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל

הודעהדורך פערינא » זונטאג יוני 06, 2021 12:38 pm

איך מיין אז עטץ אזוי אנגעטאן, מיט צו פילען מיט די ווייבער וואס טראגען נעבעך שייטלען און היטען אין די שווערע זין.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 06, 2021 4:45 pm

עס דערמאנט מיר דעם מעשה שהי', אז א איד פון קרית יואל איז אמאל אריינגעפארן קיין שיכון סקווירא און דורךפארענדיג עטליכע גאסן האט ער דערזעהן פונעם שפיגל אז עס בליטשקעט אונטער איהם, והנה א פאלייצי קאר איז אונטער איהם און האט איהם אפגעשטעלט, פון די פאליציי קאר איז ארויסגעקומען א היימישער סקווירא פאליציי מאן מיט די שמונה בגדים, און ער בעהט איהם "לייסענס ענד רעגיסטרעעישען פליס"!!!! צום באוואנדערונג פונעם איד פרעגענדיג מה פשעי ומה חטאתי ? נישט געפעסט קיין סטאפ סיין, נישט גערעדט אויפן סעלפאון, געהאט סיט-בעלטס, וואס איז געשעהן ?
זאגט איהם דער פאליצייאנט "איר האט געדרייווט אהן א רעקל"
און דער פאלצייאנט איז ארויסגעקומען מיט א טיקעט און איז געטשארדזשט געווארן מיט reckless driving
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמחהלע קאפשטיק אום זונטאג יוני 06, 2021 5:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 06, 2021 4:59 pm

טמיר האט געשריבן:יעדער פארשטייט אז עס איז נישט נארמאל צי גיין מיט א שווארצע וואלענע רעקל אונטער א ברענעדיגע 92 דעגרי זון. נאר וואס? מ'איז נישט משנה, מאיז תורה טרייע אידן אפילו עס איז שווער.

די שאלה איז, איז אלץ געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן? פלעגט מען טון די זעלבע מיט הונדערט יאר צוריק? איז געווען אזוי הייס?

אפשר קען מען מיט א כח היחיד/רבים דאס טוישן? יעצט קום מיך נישט זאגן טו וויאזוי דו ווילסט, ווייל פארוואס זעה איך דיך נישט טון אזוי?

ס’איז זיכער נישט געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן !
לויט די בילדער וואס איך האב געזעהן פון אמאל זעה איך אז ס’איז א משוגעת פון די היינטיגע סאסייעטי און ווי אויך פון מענטשן וואס האבן מורא אז קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי אויב זיי גייען אהן א רעקל.
ס’האט גארנישט מיט אידישקייט איינגעלייגט

אין ירושלים ביי די אלטע נקיי הדעת זענען זיי געגאנגען אן קיין הויזן בלויז מיט די גאטקעס אין די הייסע זומער טעג...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמחהלע קאפשטיק אום זונטאג יוני 06, 2021 5:16 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 06, 2021 5:11 pm

שוין א לאנגע צייט וואס ס׳עגבערט מיר די קשיא פארוואס די מצוה פון שמונה בגדים ווערט נישט דערמאנט אין ש״ס ופוסקים, פארקערט גאר, פון אלע באשרייבונגען פון תנ״ך און ש״ס ופוסקים זעהט אויס ווי זיי האבן בכלל נישט גורס געווען אט דעם מצוה. האב איך לעצטנס געזעהן אין רמב״ן וואו ער זאגט אז בימי מלכי ישראל און שפעטער די נביאי השקר, שומרונים, צדוקים, איסיים, פרושים, נוצרים, קראים, שבתי צבי, פראנקיסטן, משכילים, רעפארמער, ציונים, וכו׳ האבן טאקע רוב אידן פארגעסן תורה ומצוות און שפעטער בימי רבינו הקדוש השני וקופת שרצים שמאחוריו האט מען זיך עס צוריק דערמאנט, און אפילו ער רעדט דארט פון די מלכי ישראל, צדוקים, משכילים וכדומה זענען דאך אבער די פרומע אידן ע״פ רוב נישט צופיל בעסער געוועזן און ס׳איז טאקע מער ווייניגער פארגעסן געווארן תורה ומצוות פון רוב כלל ישראל במשך רוב תקופת ההיסטאריע, אשרינו שזכינו!!
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4494
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3948 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » זונטאג יוני 06, 2021 5:24 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ס’איז זיכער נישט געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן !
לויט די בילדער וואס איך האב געזעהן פון אמאל זעה איך אז ס’איז א משוגעת פון די היינטיגע סאסייעטי און ווי אויך פון מענטשן וואס האבן מורא אז קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי אויב זיי גייען אהן א רעקל.
ס’האט גארנישט מיט אידישקייט איינגעלייגט

אין ירושלים ביי די אלטע נקיי הדעת זענען זיי געגאנגען אן קיין הויזן בלויז מיט די גאטקעס אין די הייסע זומער טעג...

די אלטע בילדער פון פרומע חסידישע פוילישע און אונגארישע אידן זענען מיט הוטן און רעקלעך. דוק ותשכח.

די הויזן אין ירושלים איז נישט אנדערש ווינטער און זומער. דאס איז מחשש קרי רח"ל, נישט צוליב די היצן... מעגליך ס'העלפט אויך פאר א שפשפת כידוע ליוד"ח.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 06, 2021 5:36 pm

מפיל קינד האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ס’איז זיכער נישט געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן !
לויט די בילדער וואס איך האב געזעהן פון אמאל זעה איך אז ס’איז א משוגעת פון די היינטיגע סאסייעטי און ווי אויך פון מענטשן וואס האבן מורא אז קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי אויב זיי גייען אהן א רעקל.
ס’האט גארנישט מיט אידישקייט איינגעלייגט

אין ירושלים ביי די אלטע נקיי הדעת זענען זיי געגאנגען אן קיין הויזן בלויז מיט די גאטקעס אין די הייסע זומער טעג...

די אלטע בילדער פון פרומע חסידישע פוילישע און אונגארישע אידן זענען מיט הוטן און רעקלעך. דוק ותשכח.

די הויזן אין ירושלים איז נישט אנדערש ווינטער און זומער. דאס איז מחשש קרי רח"ל, נישט צוליב די היצן... מעגליך ס'העלפט אויך פאר א שפשפת כידוע ליוד"ח.

אויף די בילדער שטייט נישט וויפיל דעגרי ס’איז דעמאלטס געווען...
איך ווייס פון מיין זיידן ע"ה אז אין דער זומער האט מען זיך געמאכט פיין באקוועם....
דאס איז זיכער אז דעמאלטס איז מען נישט געגאנגען מיט הארטע און דיקע g&g רעקלעך !
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך חתן בחור » זונטאג יוני 06, 2021 6:39 pm

פונקט געטראפען א בילד אנליין וויאזוי די יודען פלעגן גיין אנגעטוהן שבת פאר׳ן אכצען-יאר הונדערט!
דאס קאפעליש פלעגט מען רופען א ״שבת-דעקל״.

וויקיפידיע

בילד
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 137 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » זונטאג יוני 06, 2021 9:02 pm

טמיר האט געשריבן:יעדער פארשטייט אז עס איז נישט נארמאל צי גיין מיט א שווארצע וואלענע רעקל אונטער א ברענעדיגע 92 דעגרי זון. נאר וואס? מ'איז נישט משנה, מאיז תורה טרייע אידן אפילו עס איז שווער.

די שאלה איז, איז אלץ געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן? פלעגט מען טון די זעלבע מיט הונדערט יאר צוריק? איז געווען אזוי הייס?

אפשר קען מען מיט א כח היחיד/רבים דאס טוישן? יעצט קום מיך נישט זאגן טו וויאזוי דו ווילסט, ווייל פארוואס זעה איך דיך נישט טון אזוי?


כח היחיד האט עס שוין אויסגעטוהן, יעצט איז צייט אז דו זאלסט אויך אזוי גיין.. :lol:
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » זונטאג יוני 06, 2021 9:06 pm

חתן בחור האט געשריבן:פונקט געטראפען א בילד אנליין וויאזוי די יודען פלעגן גיין אנגעטוהן שבת פאר׳ן אכצען-יאר הונדערט!
דאס קאפעליש פלעגט מען רופען א ״שבת-דעקל״.

וויקיפידיע

בילד


נאר די מאדערנע פלעגן אזוי גיין.. והא ראיה, דארט דרייט זיך א פרוי כאילו לא היה...
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

Re: נידער מיטן רעקל!!?

הודעהדורך תוהו ובוהו » זונטאג יוני 06, 2021 9:16 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:נאר די מאדערנע פלעגן אזוי גיין.. והא ראיה, דארט דרייט זיך א פרוי כאילו לא היה...

דפו''י ''כאילו לא היתה'' (ב''ש)


Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 06, 2021 10:57 pm

הכל מודים אז מען פלעגט גיין בערך אזוי די לעצטע פאר הונדרעט יאר. ועל מה אנו דנין צו מען דארף זיך מוסר נפש זיין צו גיין מיטן g&g דיקע רעקל ווען הוצין יורדין לתוך עשרה... אדער מען מעג זיך מאכן באקוועם
און איך מעג גיין צו מנחה מעריב מיט א דינע כאלעטל אפילו עס איז נישט אזוי בעלעבאטיש. אדער זיך אינגאנצען אויסטוהן דאס רעקל אויפן גאס. אדער מעג איך גיין מיטן בלויזן אונטערהעמד [מיט ציצית הענגעדיג דערויף] אין אזא וועטער
ביי די נעקסטע דור חתונות ווען דער בדחן וועט דערמאנען דעם פארשטארבענעם זיידן לטובה, וועט ער אויסגראמען דעם זיידן ווי פאלגענד:
די זכותים פונעם זיידן ר’ גרונם זעהט מען בחוש,
ער האט קיינמאל נישט מוותר געווען אויפן חסידישען לבוש,
אפילו אין די גרויסע היצן
ווען יעדער האט געטוהן שוויצן
איז ער מיט מסירות נפש ווייטער געגאנגען מיט זיין דיקען אנצוג און הוט
מיטן טייטן גארטל אויף זיין לייב אינדערמיט
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך גליקלעך » זונטאג יוני 06, 2021 11:03 pm

וועלכע ארבעטס אינגערמאן דרייט זיך מיט א רעקל אינמיטן טאג?

ביי אונז אין ק’’י איז דא ווייניג רעקלעך אינמיטן טאג, חוץ פון כלי קודש און כולל אינגעלייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גליקלעך אום זונטאג יוני 06, 2021 11:42 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 06, 2021 11:20 pm

גליקלעך האט געשריבן:וועלכע ארבעטס אינגערמאן דרייט זיך מיט א רעקל אינמיטן טאג?
ביי אונז אין ק’’י איז דא ווייניג רעקלעך אינמיטן טאג (דאכט זיך), חוץ פון כלי קודש און כולל אינגעלייט.

אין קרית יואל איז טאקע אכשר דרא מער ווייניגער ביי די 20-50 יארגאנג
שמחהלע קאפשטיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יוני 07, 2021 9:56 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:פונקט געטראפען א בילד אנליין וויאזוי די יודען פלעגן גיין אנגעטוהן שבת פאר׳ן אכצען-יאר הונדערט!
דאס קאפעליש פלעגט מען רופען א ״שבת-דעקל״.

וויקיפידיע

בילד


נאר די מאדערנע פלעגן אזוי גיין.. והא ראיה, דארט דרייט זיך א פרוי כאילו לא היה...

דו זעסט נישט וואו א יעדער דרייט זיך אוועק פין איר?
אלע שטייען זיי אין קיפקעס, אויסער צוויי מענער אליין וואס שטייען ממש לעבן איר אבער אוועקגעדרייט און באמערקען איר בכלל נישט
אחוץ איינער און די בעק וואס קיקט מיט באהאלטענע שארפן בליקען, ער איז טאקע געווען די באם אין שטעטעל - אלע ווייסען דאס


איך מיין די סעגרעגעשען איז טאקע א חלק וואס די בילד וויל ארויסברענגן

זי האלט עפעס אינטער די ארעם, זעט אויס די שטאט האט געהאט אן עירוב
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2894
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1320 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 08, 2021 4:04 pm

ס'האט אמאל געוואוינט אין שכינות מיט מיר א זיסער, שטארק פארליטענער איד. ר' גדליה בעלז, ע"ה. האט ער אמאל, אין א שטארק הייסן, זומערדיגן טאג באמערקט א בחור אדער א יונגערמאן וועלכער איז געגאנגען באקליידט מיט די שמונה בגדים. אנגעהויבן פון דעם שטאפענעם קאפעליוש און דעם לאנגן, דיקן רעקל מיט דעם וועסטל און געלן, וואלענעם טלית קטן. דער איד האט געשוויצט בגדול. רופט ער זיך אן צו איהם בזה הלשון..."יונגערמאן. דו האסט אפשר פארגעסן עפעס אנצוטוהן"...?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מיטוואך יוני 09, 2021 4:02 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9675 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 08, 2021 4:07 pm

הקטן: איך וואלט אויך געוואלט זיין פון די מאדערנע אידן פון 1900 יאר צוריק. נאר היינט וואלט איך געגאנגען א הויכן, מולטי-שפיציגן שטריימל..!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9675 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 08, 2021 4:12 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שוין א לאנגע צייט וואס ס׳עגבערט מיר די קשיא פארוואס די מצוה פון שמונה בגדים ווערט נישט דערמאנט אין ש״ס ופוסקים, פארקערט גאר, פון אלע באשרייבונגען פון תנ״ך און ש״ס ופוסקים זעהט אויס ווי זיי האבן בכלל נישט גורס געווען אט דעם מצוה. האב איך לעצטנס געזעהן אין רמב״ן וואו ער זאגט אז בימי מלכי ישראל און שפעטער די נביאי השקר, שומרונים, צדוקים, איסיים, פרושים, נוצרים, קראים, שבתי צבי, פראנקיסטן, משכילים, רעפארמער, ציונים, וכו׳ האבן טאקע רוב אידן פארגעסן תורה ומצוות און שפעטער בימי רבינו הקדוש השני וקופת שרצים שמאחוריו האט מען זיך עס צוריק דערמאנט, און אפילו ער רעדט דארט פון די מלכי ישראל, צדוקים, משכילים וכדומה זענען דאך אבער די פרומע אידן ע״פ רוב נישט צופיל בעסער געוועזן און ס׳איז טאקע מער ווייניגער פארגעסן געווארן תורה ומצוות פון רוב כלל ישראל במשך רוב תקופת ההיסטאריע, אשרינו שזכינו!!

רביה"ק זי"ע: און אלעס אין זכות פון גיין די שמונה בגדים אין א הייסן, זומער'דיגן טאג פון קרוב צו 100 דעגריס...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9675 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דינסטאג יוני 08, 2021 5:39 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:פונקט געטראפען א בילד אנליין וויאזוי די יודען פלעגן גיין אנגעטוהן שבת פאר׳ן אכצען-יאר הונדערט!
דאס קאפעליש פלעגט מען רופען א ״שבת-דעקל״.

וויקיפידיע

בילד


נאר די מאדערנע פלעגן אזוי גיין.. והא ראיה, דארט דרייט זיך א פרוי כאילו לא היה...

גראדע איז די לבוש מיט א אידשע טעם!
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יוני 08, 2021 5:43 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'האט אמאל געוואוינט אין שכינות מיט מיר א זיסער, שטארק פארליטענער איד. ר' גדליה בעלז, ע"ה. האט ער אמאל, אין א שטארק הייסן, זומערדיגן טאג באמערקט א בחור אדער א יונגערמאן וועלכער איז געגאנגען באקליידט מיט די שמונה בגדים. אנגעהויבן פון דעם שטאפענעם קאפעליוש און דעם לאנג, דיקן רעקל מיט דעם וועסטל און געלן, וואלענעם טלית קטן. דער איד האט געשוויצט בגדול. רופט ער זיך אן צו איהם בזה הלשון..."יונגערמאן. דו האסט אפשר פארגעסן עפעס אנצוטוהן"...?!


זאל ער רוען אין לעכטיגען גן עדן, אבער זיין טלית קטן איז אויך געוועהן געל און שווארצליך.

האט ער נישט געוואוינט העכער סטיטישין?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3407
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1845 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 09, 2021 4:08 am

אישתישבי: ניין. ער האט געוואוינט אויף 53 נאנט צו קארנער 13'טע עוו. אין הויז פון הרה"צ ר' בעריש מייזליש. שליט"א. ער האט פאר מיר אויך געגעבן א גאראזש פאר סטארידזש. ער האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט..!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9675 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Daum [Bot], Google [Bot] און 5 געסט