בלאט 1 פון 1

נידער מיטן רעקל!!?

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:46 am
דורך טמיר
יעדער פארשטייט אז עס איז נישט נארמאל צי גיין מיט א שווארצע וואלענע רעקל אונטער א ברענעדיגע 92 דעגרי זון. נאר וואס? מ'איז נישט משנה, מאיז תורה טרייע אידן אפילו עס איז שווער.

די שאלה איז, איז אלץ געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן? פלעגט מען טון די זעלבע מיט הונדערט יאר צוריק? איז געווען אזוי הייס?

אפשר קען מען מיט א כח היחיד/רבים דאס טוישן? יעצט קום מיך נישט זאגן טו וויאזוי דו ווילסט, ווייל פארוואס זעה איך דיך נישט טון אזוי?