הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-וואקס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-וואקס

שליחה דורך העניך »

שאקירנדע רעזולטאטן זענען היינט ערשינען פון א סורוועי וואס איז אהערגעשטעלט דורך דער "הצלה" ארגאניזאציע, וואס האט געוויזן אז אזויפיל ווי 46% חסידישע אידן פארמאגן אנטי-וואקסינאציע סענטימענטן, אין דער צייט וואס אין אלגעמיין אין אמעריקע איז עס בלויז האלב פון דעם: 23%.

אין דער ישיבה'שער געמיינדע, וואו עדוקעישאן איז בעסער ווי ביי חסידים, זענען די אנטי-וואקסינאציע סענטימענטן גענוי ווי ביי דער אמעריקאנער פאפולאציע: 23%.

ביי די מאדערן ארטאדאקסן, וואו דער עדיוקעישאן איז אין אלגעמיין בעסער ווי ביי דורכשניטליכע אמעריקאנער, זענען די אנטי-וואקסינאציע סענטימענטן בלויז 16%.

עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז די סורוועי נעמט אריין חב"ד-ליובאוויטש אין דעם כלל פון חסידים, וואס ביי זיי זענען די אנטי-וואקסינאציע סענטימענטן היבש ווייניגער ווי ביי אנדערע חסידים, בלויז 31%. אויב קוקט מען בלויז ביי היימישע נישט-חב"ד חסידים, זענען די רעזולטאטן אומבאגרייפבאר שרעקליך. אין סאטמאר זענען 59% אנטי-וואקסינאציע, אין וויזשניץ 61%.

פון דער אנדערער זייט, אין בעלז, וואו די רבנים אין ארץ-ישראל זענען שטארק ארויסגעקומען לטובת די וואקסינען, זענען נאר 32% אנטי-וואקס - וואס איז היבש ערגער ווי אמעריקאנער אין אלגעמיין, אבער בעסער ווי ביי חסידים אין אלגעמיין. אין באבוב זענען 44% אנטי-וואקס.

די גאנצע סורוועי קען מען לייענען דא.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר