גרושים וגרושות במחנינו - א הימל געשריי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

גרושים וגרושות במחנינו - א הימל געשריי

הודעהדורך מורינו ורבנו » מאנטאג יוני 14, 2021 3:33 pm

ס'איז היינט א וועלט פון אכשר דרא. אויף יעדן פראבלעם זענען פארהאן מענטשן וואס טוען. א פראבלעם מיט א קינד? - פארהאן ארגאניזאציעס דערויף. בכלל נישטא קיין קינדער? - ווייטער ארגאניזאציעס. געזונט? - ארגאניזאציעס. שידוכים? - מ'טוט שוין היינט ב"ה. עלטערע בחורים? - מ'טוט היינט אויך ב"ה. איך זאג נישט אז ס'איז עולם התיקון, אבער עסקנים פראבירן צו טון וואס מען קען, און צוביסלעך רוקט מען זיך פאראויס אלס מער.

איין זאך איז געבליבן וואס איז ממש א יתום. א פראבלעם וואס שרייט ביז צום הימל, און עס ווערט נישט צופיל געטון אין דעם פעלד. איך בין אליין נבוך וואס מ'קען דא טון און איך ווייס נישט וויפיל איך קען אויפטון. אבער טאקע דערפאר וויל איך עס אויסשמעוסן מיטן עולם דא, אפשר דורך שרייבן און זיך דורכרעדן, וועט אויפקומען א שטיקל געדאנק און מ'וועט קענען מאכן פארשריט אין דעם הינזיכט. עפעס מוז געטון ווערן, ווייל ס'שרייט פון זיך געוואלד.

דאס איז דער ענין פון גרושים בתוך מחנינו, דער היימישער חסידי'שער עולם.

איך וועל אנהויבן מיט א מעשה וואס איך האב אליין געהאט.

ביי אונז איז געווען א אכצן יעריגע בחור, א פיינער בחור אין ישיבה, אלעס האט געקלאפט. ער איז א חתן געווארן בעז"ה, עס איז געווען א חתונה. עס האט נישט לאנג גענומען, און מען האט גראד געזען אז דער מצב טויג נישט דארט, עס האט נישט געקלאפט פון די ערשטע מינוט. דריי וואכן נאך די חתונה איז שוין געווען א גט רח"ל. קיינער איז נישט געווען שולדיג, ער איז וואויל, זי איז וואויל, ס'האט פשוט נישט געקלאפט און שוין. זיי האבן זיך גע'גט. ליידער.

ערב שבועות, קומט צו מיר אריין דער גרוש מיט א טענה. מיר האבן דא אויפן ארט א שטיקל הכנסת אורחים וואו געסט קענען קומען במשך די גאנצע יאר, מיר שטעלן דא צו אש"ל מלא פאר די וואס קומען אויף שבת אדער יום-טוב. עס איז דא איין פליגל וואס איז געמאכט פאר בחורים, וואו דארט שלאפן די בחורים, געסט.

קומט דער גרוש צו מיר מיט א טענה, היתכן אז מען לאזט אים נישט אריין שלאפן צווישן די בחורים. וואס האט ער חוטא געווען? - "אויב וואלט איך נישט געטון דעם שידוך בכלל, און איך וואלט היינט געווען א ניינצן יעריגע בחור, וואלט איך געמעגט שלאפן דארט, נאר ווייל איך האב פאר דריי וואכן געלעבט מיט א פרוי בין איך געווארן טריפה? - וואס האב איך שוין געטון שלעכט?" - דער בחור באטראכט זיך, אז דער גאנצער שידוך איז מעיקרא געווען א טעות, און נישט ווייל ער האט זיך געפינען אין א דירה מיט א פרוי פאר דריי וואכן, קומט זיך אים אז מען זאל אים נישט אריינלאזן צווישן בחורים, ער איז בעצם א בחור וואס האט בטעות חתונה געהאט. (דער בחור זאגט נאכמער, כ'מיין, וואס האט ער שוין געטון אין לעבן... אפשר איין מאל וכו', און דאס אויך נישט בשלימות וכו'... כ'מיין, וואס ווילט איר פון אים האבן?)

דער בחור האט זיך באקלאגט אויפן ממונה נאכמער. וויבאלד ס'איז דא א שטארקער דגוש, אז יונגעלייט טארן נישט אריינטרעטן אהין אפילו סתם אזוי. זאגט דער בחור אז דער ממונה האט אים אנגעווארנט, אז ער זאל נישט אריינגיין אהין באזוכן זיינע חברים, אפילו סתם - מ'רעדט דא פון חברים זיין עלטער וואס שלאפן דארט. ער האט דאס אפילו נישט געבעטן, נאר וויבאלד ער האט געבעטן צו קומען שלאפן דארט, האט יענער אויסגענוצט דעם געלעגנהייט און אים אריינגעגעבן אין באבענ'ס באבען, אז ער זאל זיך נישט דערוואגן אהין אריינצוטרעטן אפילו סתם אזוי אינמיטן טאג... ווי א מצורע ממש...

ס'הערט זיך ווי א טענה. ניין?

איך האב געענטפערט פארן בחור א תירוץ, אבער איך ווייס אז ס'איז נישט קיין ריכטיגער תירוץ. (דער ריכטיגער תירוץ האב איך אים נישט געוואלט זאגן, דאס וועל איך שפעטער שרייבן). איך האב אים געזאגט, אז אויב ער איז גרייט צו לעבן ממש ווי א ישיבה בחור, אויפשטיין פארטאגס, לערנען אכט-ניין שעה א טאג מיט חברותות, נישט דרייוון, נישט גיין אין רעסטאראנטן, ממש ווי א ישיבה בחור, דעמאלס קען ער טאקע באלאנגען צווישן די בחורים, אבער למעשה איז ער שוין ארויס פון די מסגרת, און אפילו אויב ער פירט זיך טאקע אויף ווי א בחור, קען מען נישט מבדיל זיין צווישן איין גרוש און צווייטן גרוש, און מען מוז ערגעץ מאכן דעם גבול, ממילא איז ער א קרבן דערפון.

(דאס איז אבער בלויז געווען א דוחק, צו בארואיגן דעם בחור. דעם אמת'ן תירוץ איז, אז איינמאל ער האט שוין טועם געווען טעם בשר, וועט ער אלס זיין הונגעריג דערצו, ואין אפטרופוס וכו' וד"ל ואכמ"ל.)

די מעשה שרייט אבער ארויס פון זיך אליין. יתכן אז די תירוצים זענען ריכטיגע, אבער דער אמת'ע סיבה פארוואס דער ממונה האט אים דארט נישט געוואלט אריינלאזן, איז נישט צוליב די דאזיגע תירוצים, נאר פשוט... ער איז א גרוש!

גרושים זענען לעצטנס געווארן אפגעסטעמפלט אין אונזער מחנה, ווי מצורעים ממש, וואס קיינער וויל נישט שטיין אין ווארט מיט זיי. וועסטו גיין אין קאווע שטיבל אין בית-המדרש, און א גרוש קומט רעדן מיט דיר? - וועסטו זיך אוועקדרייען פון אים... צו לאנג און פריינטליך, האט מען מורא צו רעדן מיטן גרוש. העכסטנס אביסל מחזק זיין. מענטשן ווילן נישט דאווענען אויף איין באנק מיט א גרוש, איך הער דאס נאך און ס'טוט מיר וויי. פארוואס איז דאס אזוי?

ס'איז דא א סלאגאן אויף די גאס, וואס ליינט זיך "בחור, גיי גלילה", דאס איז אזא ווערטל וואס מאלט אפ ווי אזוי מען באציט זיך צו בחורים, ווי עפעס א קליין יונגל וואס מען גיבט אים עפעס א מינדערוויכטיגע כיבוד. דער פראבלעם איז, אז א גרוש וועט מען אפילו גלילה אויך נישט געבן, מען וויל נישט שטיין אין זיינע ד' אמות, ער איז מוקצה מחמת מיאוס. לעבן קינדער און בחורים? - טאר ער נישט שטיין... ער איז דאך א גרוש, ווייסט נישט? - נעבן ערוואקסענע? - עה, איך וועל שטיין נעבן אים? - בקיצור, ער ווערט מוחרם ומנודה. אבער פארוואס? - סתם ווייל ער איז א גרוש.

איך הער כסדר שוידערליכע מעשיות. מענטשן וואס ווילן נישט ארייננעמען א שותף א גרוש, ארבעטער א גרוש, א חברותא אין כולל א גרוש, מען שטייט ווייט פון זיי, און דאס מאכט אז זיי זאלן טאקע ווערן צווייטע קלאס בירגער. איר ווייסט וואס דאס הייסט? - מען נעמט מענטשן, על לא עול בכפם, און מען דערווייטערט זיי, מען איז זיי מחרים, פארוואס, פארווען? - וואס האבן זיי שלעכט געטון? - דאס איז דער עם-ישראל, רחמנים ביישנים וגומלי חסדים? - וואו איז די פילע חסד אפעראטן, מיט וואס כלל-ישראל זענען באשאנקען געווארן דערמיט? - עס זענען פארהאן אידן בעלי-חסד, וואס טוען זיך אויס די הויזן פאר א צווייטע איד. אבער ווען עס קומט צו גרושים, ווערט די הלכה אנדערש. זיי זענען מצורעים און מוקצה, מען דרייט זיך אוועק פון זייערע געברויכן.

איך קען א גרוש, וואס ארבעט אין א אפיס פון א ישיבה. וויפיל מיינט איר באקומט ער דארט באצאלט? - 00.00 $ א חודש. ער ארבעט בחינם. פארוואס? - ווייל ער וויל קענען טון א נארמאלע שידוך, וויסנדיג אז ער האט א דזשאב. די מוסד האלט אים נישט ביים צאלן, אבער פאר בחינם לוינט זיך עס זיי.

אסאך מאל זענען פארהאן גרושים וואס פארמאגן נישט קיין לחם לאכול - "גיי ארבעט" וועט מען זאגן - "ווער בעט דיר אויפצושטיין שפעט און פעניען די טאג"? - יא, האסט פאר אים א דזשאב? - ער איז גרייט צו נעמען. אבער אויב וועט ער זיין חתונה געהאט מיט א שטוב מיט קינדער, וועלן זיין גענוג ארגאניזאציעס וואס וועלן זיך זארגן און געבן פאר יענעם, אבער יענער? - ער איז א גרוש, קען נישט באקומען קיין קימחא דפסחא, קהילה הילף ארגאניזאציעס, ער איז דאך א גרוש.

דאס שטעלט זיך נישט אפ דא, עס גייט נאך אסאך ווייטער. דער דאזיגער מענטש, וואס ווערט אזוי מנודה פון דער געזעלשאפט, הויבט אן פארלירן אינטערעסע אין זיין לעבן. ער הויבט אן פאלן ברוחניות. קיינער וויל אים דאך נישט ארייננעמען אין זיין חבריא. אויב איז דאס א קהילה וואו עס איז פארהאן חבורות פאר יונגעלייט, איז ער דארט נישט ווילקאמען. זיין רוחניות איז קיינעמ'ס דאגה, דער משפיע דרייט זיך אוועק פון אים און ער האט נישט מיט וועמען צו רעדן א אידיש ווארט. נו, וואס מיינט איר פאסירט מיט אזא מענטש? - איז דאס דען בכלל זיין שולד?

אלס יונגל האב איך אמאל געליינט א געשיכטע, פון 'דאווטשע גנב'. דאס איז געווען א גנב וואס די גאנצע שטאט האט געציטערט פאר אים, און וואו מען האט אים געזען איז מען שנעל אריבערגעלאפן דעם גאס. בקיצור, ווען ער איז געשטארבן האט ער איבערגעלאזט א צוואה וואס מען זאל שרייבן אויפן קבר. איך געדענק שוין נישט אלעס, אבער דער תוכן איז געווען בערך אזוי: 'דא ליגט דאווטשע גנב. דא ליגט א מענטש וואס וואלט געקענט פיל צוגעבן פאר די וועלט. אויב וואלט א מאמע'ס אויג געוואכט אויף אים, אויב וואלט מען אים געלאזט לערנען מיטן מלמד, וואלט ער אליין געקענט וואקסן א תלמיד-חכם, אבער די טאטע מאמע זענען געשטארבן ווען ער איז געווען קליין, קיין אויג האט אויף אים נישט געוואכט, איז ער אויסגעשטיגן 'דאווטשע גנב'.

וואס מיינט איר פאסירט מיט א גרוש וואס ער ווערט פארגעסן פון דאס מענטשהייט? - א גרוש וואס וואוינט זיך אין זיין קליין לעכל, און קיינער קוקט אים נישט אן, קיינעם אינטערעסירט נישט זיין גורל. וואס קלערט איר וועט פאסירן מיט אים?

דער גרוש וועקט זיך אויף אינדערפרי, ער הויבט אן קלערן פון גיין אין בית-המדרש. 'ווער דארף מיך דארט? - ווען מיין ישיבה חבר, מיט וועמען איך האב געלערנט בחברותא, זעט מיר פונדערווייטנס, פארקרומט ער די אויגן כאילו ער זעט מיר נישט, נעמט ארויס דעם סעלפאן און ווערט פארנומען - עה, איך האב נישט קיין כח היינט. היינט גיי איך נישט אין בית-המדרש'. מען דארף דאך אייזערנע געדולד דורכצוגיין יעדן טאג דאס גהינום. א גרוש וואס האלט זיך אין שוואונג, איז א צדיק. וויפיל מענטשן קענען דאס דורכטראגן?

איך גיי נישט אריין אין זיין פערזענליכער לייד און פיין. עס קומט א יום-טוב, לאמיר אנכאפן ערב-פסח. דער עולם לויפט און שוויצט, מען כשר'ט, קויפט איין די לעצטע צורכי יום-טוב. ליל בדיקת חמץ, דער עולם לויפט אהיים נאך מעריב. וואס טוט דער גרוש? - איילט זיך נישט אין ערגעץ, ער טרעפט זיך מיט א ליידיגן בית-המדרש, אינאיינעם מיט נאך עטליכע היימלאזע מענטשן.... וואס טוט ער פורים צו די סעודה? - איר ווייסט, אז פאר א גרוש גיבט מען צדקה פורים, ווייניגער ווי א בחור? - ס'איז דאך משוגע צו ווערן... א גרוש דערציילט מיר, ער גייט אין בית-המדרש נאך געלט, ער זעט א איד וואס טיילט פאר בחורים דאלערס, ער שטייט אונטער א בחור, און ווען ס'קומט זיין רייע, גיבט אים יענער א קוואדער... וואס דארף ער טראכטן?

דער זעלבער גרוש האט מיר דערציילט, אז פורים נאכמיטאג, בשעת אלע זענען געזעצן ביי די סעודות האט ער נישט געהאט וואס צו טון מיטן טאג, האט ער זיך מיישב געווען, ער האט איינגעפאקט א שיינע משלוח מנות, אריבערגעגאנגען צו א חבר א בעל-משפחה, ער איז געווען זיכער אז יענער וועט אים זאגן "וואשט אייך"! - וועט ער כאטש האבן וואו צו פארברענגען. דערווייל האט אים יענער שיין אויפגענומען, צוריק געגעבן א משלוח מנות און אים געלאזט אהיימגיין. איר ווייסט ווי אזוי אזא איינער שפירט, ווען ער גייט אויף די גאס, פון יעדע פענסטער הערט ער ארויס זינגען, שרייען און שיכור'ן, און ער קען אפילו געלט גיין נישט? - און קיינער זארגט זיך נישט פאר זיי.

איך רעד אבער נישט פון דעם חלק לייד און פיין, איך בין בטעות אריינגעפארן אין דעם. איך רעד פון זיין רוחניות... ווי אזוי ווילט איר אז ער זאל זיך האלטן ביי אידישקייט? - א וואונדער אז פיל גרושים פירן זיך אויף נישט אזוי ווי זיי וואלטן זיך געדארפט אויפפירן? - אז א איד קומט אריין צו מיר מיט א לשון-הרע, אז גרוש פלוני גריסט אלע פרויען אין גראסערי, ווערט היימיש מיט גרושות, און מען דארף זען עפעס צו טון... ווילט זיך מיר פרעגן, און וואס האט איר געטון? - האט איר אים געגרוסט היינט? - איך מאך נישט אוועק, מען דארף קער נעמען פון זאכן אויב עס גייט ארויס פון קאנטראל, אבער פארוואס און ווי אזוי זאל ער זיך האלטן אין די גלייזן? - ווי אזוי קען ער האבן סיפוק אין רוחניות, ווען קיינער וויל אים נישט אנקוקן. איינער קומט מיר זאגן, אז ער האט געזען גרוש פלוני פרייטאג צו נאכטס דריי אזייגער פארטאגס דורכגיין דא און דארט. איך פרעג יענעם, וואס גייט עס דיר אן? - זאגט ער מיר אז ער האט דורכשפאצירט זיין הויז און ער האט מורא... זאג איך אים, אז א בחור מעג דאס טון, יא? - א יונגערמאן אויך, דאן פארוואס טאר ער נישט? - זאגט ער מיר אז בחורים גייען צו טישן און פארברענגען מיט חברים, יונגעלייט גייען אויך צו זכרים און טישן, אבער גרושים האבן זיך נישט וואס צו דרייען אין די גאס די צייט... איר הערט ווערטער?

שומו שמים!

און איר וואונדערט זיך, פארוואס אסאך גרושים קענען זיך נישט האלטן היימיש און פרום. "פארוואס רעדט ער אזוי פראסט און אומאיידל"? - פארוואס זאל ער יא האלטן זיין מויל. מיט וועמען קען ער בכלל רעדן א גראד ווארט, אויב נישט מיט מענטשן וואס ווילן דאס הערן? - דער היימישער יונגערמאן וויל נישט האבן מיט אים צופיל צו טון. איז וואס זאל ער טון? - צו וועמען זאל ער רעדן? - לעבט ער אפ זיין לעבן ווי אזוי ער לעבט, און דער מצב שרייט געוואלד.

דאס איז בלויז גרושים. ווען עס קומט צו גרושות, ווערט דער מצב צומאל פיל מער פארפלאנטערט. איך וויל נישט רעדן צופיל וועגן דעם, אבער איך מוז מקדיש זיין אפאר מינוט דערויף, אז מען זאל כאפן וואס גייט פאר.

ביי פרויען ווערט דער מצב צומאל פיל ערגער. אויב איז ביי מענער א מצב אז מען קוקט זיי נישט אן און דאס ברענגט א ירידה ברוחניות, קען דאס זיין ביי א פרוי פיל ערגער. פיל גרושות פאלן אריין אין מצבים, וואס איז שווער ארויסצוזאגן פון מויל. גרושות ווערן באטראכט ביי פיל מענטשן ווי ז.... זייער אסאך מענטשן וואס זענען נישט אזוי ערליך און פרום, קוקן אן א גרושה, ווי א מוכנת ומיועדת לז... רח"ל. אפילו ערליכע מענטשן, אויב האט ער א שכינה א גרושה, און ס'וועט אים אנפאלן א שווערע מינוט, קען אים אריינפאלן א געדאנק און ער קען מאכן א טריט למעשה. די מעשה'לעך קומען אן צו די רבנים.

אונז האבן באוויזן אוועקצושטעלן א סיסטעם, וואס אין די אלגעמיינע גוי'אישע גאס איז נישטא. א ווייבל און א מיידל ביי אונז, איז פיל מער סעיף ווי אין די גרויסע ברייטע גאס. א פרוי איז ביי אונז פיל מער פארזיכערט, און אין אלגעמיין קען מען זאגן בפה מלא, אז פרויען אין אונזער קאמיונטי זענען פיל ריינער און איידעלער ווי אין די גאס. זיי זענען פון א ריינערן קוואליטעט. און מיר קענען זיך מיט רעכט שטאלץ האלטן דערמיט. אונזערע פרויען זענען ריינער און מיר זענען זוכה צו לעבן דערמיט און אזוי אויפציען די קינדער. אשרי לנו ואשרי חלקינו.

אבער דאס איז אלעס ביז עס קומט צו גרושות. זיי זענען עפעס אנדערש, זיי ווערן באטראכט ווי הפקר'דיג. שוואכערע עלעמענטן האבן נישט קיין שום פראבלעם זיך אנצוהויבן מיט זיי. קיינער וועט זיך נישט אננעמען פאר זיי. צי א מיידל וועט מען ציטערן זיך אנצוהויבן, ווייל ס'וועט ווערן א סקאנדאל, מיט א ווייבל וועט מען אויך נישט אנהויבן, זי איז אן אשת-איש און ס'וועט ווערן א סקאנדאל. א גרושה איז הפקר, און נישט נאר הפקר, נאר אויך ביליג. ווייל אין אונזער קאמיונטי זענען גרושים און גרושות סעקנד קלאס מענטשן, און מ'מעג שוין טון מיט זיי וואס מ'וויל.

צו מיר איז אנגעקומען א מעשה (נישט ממקור ראשון, נאר איך האב עס געהערט פון די נוגעים בדבר), אז א גרושה איז געקומען צו אן עסקן, אז פלוני אלמוני - א שכן, האט איר פארגוואלדיגט. דער עסקן האט איר געפרעגט צו זי האט הוכחות מיט ראיות, האט זי געזאגט אז ניין... דען, ווי אזוי זאל זי האבן? - האט ער איר געענטפערט, אז זי זאל בעסער מאכן א שווייג, ווייל יענער איז א רבני'ש קינד מיט א שטוב מיט קינדער, און דו ביסט א מענטש אליין, איז לאמיר בעסער האלטן אויף זיין כבוד וכו'...

וואלט אזא מעשה געקענט פארקומען מיט א מיידל אדער מיט א ווייבל? - רחמנא לצלן וואס עס איז געווארן. מען האט זיי ארויסגעווארפן פון אונזער מחנה, מפקיר געווען לחיות טורפות, מפקיר געווען דמם לכל מאן דבעי. אפילו אויב זי וועט האבן הוכחות, וועט מען דיר גארנישט טון דערפאר... אמער, זי איז דאך א גרושה.

איך וויל רעדן וועגן דעם און אויפהייבן א קול רעש גדול. וואס דאס זענען זאכן וואס יעדער איינער ווייסט דערפון. עס איז נישט קיין סוד אז עס קומט פאר, אבער קיינער רעדט נישט וועגן דעם. מען פארווישט עס כאילו עס איז נישטא. מען לאזט זייער בלוט אויף הפקר. מיר רעדן פון חשוב'ע פרויען, צניעות וכשרות, וואס אויב וואלטן זיי געווען מיידלעך אדער ווייבלעך, וואלט דאס נישט פאסירט מיט זיי, אבער מיר - היימישע ערליכע אידן, האבן מפקיר געווען זייער בלוט און זייער נשמה, ציפור נפשם פון יעדע אידישע פרוי, זיי זענען הפקר אפילו פאר אנשים חשובים, וואס מיט אנדערע וואלטן זיי זיך נישט דערוואגט זיך אנצוהויבן. מען לאזט זיי פשוט נישט זיין ערליך. אז עס זיצט א בארד יונגערמאן אינדערהיים, זיין ווייב איז יעצט נישט ריין, און ער איז אנגעצויגן. ער דערמאנט זיך אין זיינע שכינות, צווישן זיי א גרושה... אה, ער ווייסט שוין וואס צו טון... זי איז דאך א גרושה... א טעקסט, א מעסעדזש... וואס קען ער שוין דערלייגן? - העכסטנס וועט עס נישט געלונגען... קיינער וועט אים נישט שטראפן דערפאר, אפילו זי וועט דערציילן וועט איר קיינער נישט גלויבן...

דאס זענען יונגעלייט וואס קענען זיין זייער חשוב אין פערזענליכן לעבן, אפילו אפגעהיטן. יעצט האט ער א נסיון, און מיט אנדערע האט ער אימתא דציבורא, ער וויל זיך נישט פארפליישיגן, אבער מיט איר קען מען מקיים זיין דעם ילבש שחורים ויתעטף, קיינער וועט נישט וויסן און קיינער וועט איר נישט גלויבן. אדער געלונגט עס אדער נישט. און די מעשיות זענען נישט קיין פאנטאזיעס, און יעדער ווייסט דאס. קיינער וויל נאר נישט רעדן. מ'רעדט פון חשוב'ע יונגעלייט, חשוב'ע פרויען, וואס דארט צוברעכט זיך די גדר. די פרויען זענען א שטח הפקר, וואס עס קומט זיך זיין נישט קיין רחמנות, קיין צדקה, קיין גוט ווארט, זיי זענען נישט קיין געווענליכע מענטשן.. זיי זענען... גרושות! - ווייסט וואס דאס מיינט?

וואו איז אנטלאפן אונזער זיכערע סוסייעטי? - וואו זענען די עסקנים און כלל-טוער? - קיינער וויל נישט טון דערין. וועלן מיר טאקע קענען זאגן אז ידינו לא שפכה?

לאמיר שוין נישט רעדן, ווען עס קומט צו אזעלכע מצבים - און יא, עס קומט ליידער אסאך אפטער ווי איר קלערט אז עס קומט, און אפילו מיט חשוב'ע געזעצטע פרויען, וואס זייער איינציגסטע חטא איז, אז זיי זענען א גרושה. אבער געוואלד, ווי אזוי שפירן זיך די פרויען, ווען זיי גייען אין גאס, און אנדערע מענער מיט פרויען קוקן איר אן מיט אזא בליק... דורכגרינטליך, כאילו זי איז ווער ווייסט וואס... גרושות זענען א זאך, וואס שוואכערע עלעמענטן קלעבן זיך אן אין זיי, מען הויבט זיך אן מיט זיי... אין רוב פעלער ווילן זיי בלייבן ערליך און גוט, און זיי בלייבן טאקע ערליך. אבער אנשי דלא מעלי הויבן זיך אן מיט זיי, מיט כל מיני וועגן זיי אריינצוכאפן אין נעץ. צומאל איז דא ערליכע תמימות'דיגע פרויען וואס כאפן אפילו נישט פון אנהויב וואס מען וויל פון זיי.

און איך וויל רעדן דערפון אפן, ווייל דאס איז א נושא וואס מען רעדט נישט דערפון. מען קערט דאס אונטערן קארפעט, אבער דאס פאסירט, דא ממש אונטער אונזער נאז. איך קען נישט שווערן, אבער איך מיין אז יעדע גרושה וועט האבן מעשיות צו דערציילן, ווי פרום און ערליך זי איז נאר, וועט זי קענען דערציילן ווי פלוני האט פראבירט און אלמוני. נישט אלעמאל כאפן זיי גלייך, צומאל נארט מען איין דורך אנהויבן טעקסטן וכו', צי אנדערע וועגן. און יא... אמאל מאכט זיך אויך, פרויען זענען געענגט אין געלט, אין אהבה, אין אנדערע געברויכן, און עס קענען פאסירן זאכן, וואס אויב וואלט זי געהאט איינער וואס זארגט זיך פאר איר, וואס איז מקרב, מאכט איר שפירן ווי א נארמאלע מענטש, וואלטן די זאכן נישט געשען.

איך שריי עס דא ארויס מנהמת לבי, ווייל מענטשן וועלן מיר נישט גלויבן. אבער דער מצב פון גרושות איז א הימל שרייענדע פראבלעם. מען קוקט זיי אן פאר אזעלכע, און דער סוף איז אז זיי ווערן טאקע אזעלכע, ברצון צי באונס. דא אין קאווע שטיבל קען איך רעדן אפן. דאס איז א פראבלעם וואס ווערט באהאלטן אונטערן קארפעט, אבער ס'איז קאי וקיים, ס'איז הימל שרייענד. דאס איז א זאך וואס מען דארף תיכף קעיר נעמען דערפון, ווייל דער פסוק זאגט "לא תהיה קדשה בבנות ישראל". יעדע מאל וואס ס'קומט ארויף א פראבלעם, וועלן רבנים עוסק זיין דערין און קעיר נעמען פון דעם פראבלעם. אבער פארוואס טראכט מען נישט, מתקן צו זיין דעם עצם פראבלעם אז דאס זאל בכלל נישט פאסירן? - מען קען און מען דארף! - אויב וואלטן די פרויען זיך געשפירט נארמאל, וואלטן אזעלכע געשיכטעס נישט פארגעקומען.

פארוואס דארף איך הערן, אז א גרושה שטייט אין די שפעטע נאכט שעות אין א גאז סטאנציע, און זוכט צו פארקויפן עפעס מאלערייען (נישט פארשטאנען פונקטלעך וואס), ווייל זי דארף לעבן. מען רעדט פון א צנועה און א נארמאלע פרוי. איך האב זיך ספעציעל נאכגעפרעגט ווי אזוי זי איז געווען אלס מיידל. זי האט פשוט נישט קיין שוה-פרוטה צו באצאלן רענט, זי מוז דאס טון פאר א לעבן. איך האב נישט געהערט מער ווי דאס, אבער איך פרעג אייך, וואס קלערט איר פאסירט מיט אזא פרוי? - ווער דרייט זיך אין אזא שעה אין גאז סטאנציע, און וואספארא הצעות האט זי שוין באקומען דורכאויס די צייט? - איך בין זיכער אז זי שטייט נישט דארט ווייל זי זוכט עפעס שלעכט, זי וויל באמת פארקויפן אירע מאלערייען און מאכן עפעס געלט. אבער געוואלד... אזוי זאל מען מאכן פון אונזערע טעכטער? - הכזו... יעשה את אחותינו?

וואו זענען די עסקנים, וואו זענען די רבנים?

איך שריי ארויס מנהמת לבי, מיין הארץ טיפעט בלוט. עס באדערט מיר, ווייל איך אליין ווייס נישט וואס איך קען טון דערצו. איך וויל גאר שטארק עפעס טון צו ראטעווען דער מצב, מיין הארץ גייט אויס פאר אידישע קינדער, און איך וויל עפעס טון. אבער איך זעה נישט אויפן האריזאנט וואס מען קען טון.

די מערסטע וואס איך קען איז, שרייבן דא פאר אייך. אולי ירחם, אפשר וועט עפעס גוט ארויסקומען פון דעם, אפשר וועט מען דורכשמועסן דא דעם ענין, מען וועט אויפקומען מיט עפעס, וואס וועט קורם זיין עור וגידים, און עפעס א ישועה וועט שוין ווערן דערפון.

ווער ווייסט - הלוואי!!!
מורינו ורבנו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך yn.NY » מאנטאג יוני 14, 2021 4:05 pm

כ'מיין קודם זאל מען גיין צום מקור פון די פראבלעם; די סיבות פארוואס ס'זענען דא אזויפיל גרושים :roll:
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 14, 2021 4:06 pm

מורינו ורבנו האט געשריבן:
וואו זענען די עסקנים, וואו זענען די רבנים?

איך שריי ארויס מנהמת לבי, מיין הארץ טיפעט בלוט. עס באדערט מיר, ווייל איך אליין ווייס נישט וואס איך קען טון דערצו. איך וויל גאר שטארק עפעס טון צו ראטעווען דער מצב, מיין הארץ גייט אויס פאר אידישע קינדער, און איך וויל עפעס טון. אבער איך זעה נישט אויפן האריזאנט וואס מען קען טון.

די מערסטע וואס איך קען איז, שרייבן דא פאר אייך. אולי ירחם, אפשר וועט עפעס גוט ארויסקומען פון דעם, אפשר וועט מען דורכשמועסן דא דעם ענין, מען וועט אויפקומען מיט עפעס, וואס וועט קורם זיין עור וגידים, און עפעס א ישועה וועט שוין ווערן דערפון.

ווער ווייסט - הלוואי!!!

עם, געסטו דיך נישט אן אלס א רב? נאך מיט אן עדה, אזש ס'דא אש''ל מלא?! קום נישט ארויף דא אויף קאווע שטיבל, ביי די קומענדיגע רבנישע מיטינג וועגן שייטלעך צו וועגן סיי וועלכע פירצה, ברענג עס ארויף, ווארף עס ארויף אויף די נאך גרעסערע רבנים.
און אגב איז דא אן ארגענעזאציע פאר גירושים, פאר גרושות ווייס איך נישט,אבער פאר מענער איז דא עפעס
אלע צוזאמען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:39 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 14, 2021 4:36 pm

א איד איז אמאל אריינגעקומען צום הייליגער ראפשיצער רב זי''ע. און ער האט פארגעלייגט פארן רבי'ן א גאנצע ליסטע פון שרעקליכע זינד וואס זיין חבר איז אנגעבליך באגאנגען. האט אים דער רבי געפרעגט, פארוואס קומט נישט דיין חבר אליינס? ווייל ער שעמט זיך, איז געקומען די אנטווארט! זאל דיין חבר אליינס קומען האט דער רבי געזאגט.
הער מורינו ורבינו ביטע קומט אליינס.....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

Re: גרושים וגרושות במחנינו - א הימל געשריי

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג יוני 14, 2021 5:25 pm

אוי וויי, האסט פארהארגעט די מעשה. ראפשיצער רב האט צוריקגעפרעגט אזוי: פארוואס קומט נישט דיין חבר אליינס און ער זאגט אז סהאט פאסירט מיט א חבר נאר דער חבר שעמט זיך?!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3497
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2969 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יוני 14, 2021 5:30 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:אוי וויי, האסט פארהארגעט די מעשה. ראפשיצער רב האט צוריקגעפרעגט אזוי: פארוואס קומט נישט דיין חבר אליינס און ער זאגט אז סהאט פאסירט מיט א חבר נאר דער חבר שעמט זיך?!

viewtopic.php?p=428834#p428834
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1807 מאל

הודעהדורך דעת » מאנטאג יוני 14, 2021 9:04 pm

אשל מלא...
זיך אננעמען פאר פארגוואלדיגטע גרושות...
הממ...

נפלה עטרת ראשינו.
נעקסט טיים ווארט אביסעלע לענגער.
דעת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:21 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 14, 2021 9:09 pm

yn.NY האט געשריבן:כ'מיין קודם זאל מען גיין צום מקור פון די פראבלעם; די סיבות פארוואס ס'זענען דא אזויפיל גרושים :roll:


גראדע האבן מיר פיל ווייניגער גיטין ווי אין די אלגעמיינע גאס (אין א געוויסע זין איז עס והוא הנותן...)
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 661
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 501 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 14, 2021 9:42 pm

די פראבלעם איז נישט אזוי ווייט אז ס'דא אינגעלייט וואס האבן געגעבן א גט פאר א פרוי נאר אז ס'דא "גרושים".
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4496
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3953 מאל

Re: גרושים וגרושות במחנינו - א הימל געשריי

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יוני 15, 2021 3:35 am

קאך_לעפל האט געשריבן:א איד איז אמאל אריינגעקומען צום הייליגער ראפשיצער רב זי''ע. און ער האט פארגעלייגט פארן רבי'ן א גאנצע ליסטע פון שרעקליכע זינד וואס זיין חבר איז אנגעבליך באגאנגען. האט אים דער רבי געפרעגט, פארוואס קומט נישט דיין חבר אליינס? ווייל ער שעמט זיך, איז געקומען די אנטווארט! זאל דיין חבר אליינס קומען האט דער רבי געזאגט.
הער מורינו ורבינו ביטע קומט אליינס.....
אגב, כ'האב גערעדט צו זיין חבר. ער זאגט אז מורינו ורבינו טרייבט איבער..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3497
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2969 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 15, 2021 6:34 am

yn.NY האט געשריבן:כ'מיין קודם זאל מען גיין צום מקור פון די פראבלעם; די סיבות פארוואס ס'זענען דא אזויפיל גרושים :roll:

לפענ"ד: ווייל מ'שפיעלט ..."הויז"...! צוויי (אימ'מעטשור) בעיביס האבן חתונה. און דער יונגערמאן מיינט אז ר'איז נאכאלץ אין ישיבה. און אנשטעללן א גוטן, געלונגענעם שפיצל פאר זיין חבר איז געשמאק. און די ווייב איז א בעיבי אז זי לויפט מיט א יעדע נארישקייט צו ..."מאמי"...!

(המשך). און די מאמע האט נישט קיין שכל. אז זי זאגט נישט פאר איהר טאכטער...."דו "האסט חתונה געהאט. גיי צוריק צו דיין מאן און סעטטל דיינע פראבלעמען מיט איהם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14832
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17042 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9681 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דינסטאג יוני 15, 2021 10:58 am

יא! מורינו ורבינו האט א שטארקע ווארט אויף זיינע חסידים(ווירטאולע צו פיזישע)!
היינט געווען אין טעגליכע אויסגאבע אין אייינע פון די גרויסע שטעט אין אייראפע א מודעה ווי פאלגענד:
בייגעלייגטע פיילס
גירושים.png
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך מורינו ורבנו » דינסטאג יוני 15, 2021 12:44 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:אגב, כ'האב גערעדט צו זיין חבר. ער זאגט אז מורינו ורבינו טרייבט איבער..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk


איך טרייב איבער? - שומו שמים אזוי צו זאגן... פרעג עני גרוש אדער גרושה. ס'דערמאנט מיר ווען מיט עטליכע יאר צוריק איז געקומען איינער און אויפגעהויבן א הימל געשריי קעגן די מצב פון קינדער וכו', און יעדער האט געשריגן אז יענער איז א ליגענער און טרייבט איבער. און מענטשן האבן טאקע אזוי געהאלטן. היינט איז ב"V אסאך בעסער אין דעם הינזיכט, אבער איבער גרושים אוןן גרושות באגראבט מען זיך נאך אין זאמד און מען שרייעט, ס'איז נישט אמת, ס'איז נישט אזוי געפערליך.

דער מצב פאדערט א באלדיגע תיקון.
מורינו ורבנו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך אבשלום בן מעכה » דינסטאג יוני 15, 2021 12:50 pm

אייראפעישער חסיד האט געשריבן:יא! מורינו ורבינו האט א שטארקע ווארט אויף זיינע חסידים(ווירטאולע צו פיזישע)!
היינט געווען אין טעגליכע אויסגאבע אין אייינע פון די גרויסע שטעט אין אייראפע א מודעה ווי פאלגענד:


וויפיל איך ווייס איז דער הרב אברהם מאנדרר א רבי און פארמאגט א בית-המדרש. מורינו ורבינו אלערט?
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 153
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דינסטאג יוני 15, 2021 1:15 pm

די עק פונעם שטריק האמיר שוין!
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג יוני 15, 2021 1:19 pm

ווי זענען די רבנים........ זיי זיצן און ברענגען אן די צייט אויף קאווע שטיבל........
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

הודעהדורך yn.NY » מיטוואך יוני 16, 2021 1:17 am

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:
אייראפעישער חסיד האט געשריבן:יא! מורינו ורבינו האט א שטארקע ווארט אויף זיינע חסידים(ווירטאולע צו פיזישע)!
היינט געווען אין טעגליכע אויסגאבע אין אייינע פון די גרויסע שטעט אין אייראפע א מודעה ווי פאלגענד:


וויפיל איך ווייס איז דער הרב אברהם מאנדרר א רבי און פארמאגט א בית-המדרש. מורינו ורבינו אלערט?

אש"ל מלא פארמאגט דער מאנדרר אויך?... :D
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך תרמב » מיטוואך יוני 16, 2021 9:10 am

עפעס א ליגנט מעג מען דאך צולייגן אז מ’זאל נישט כאפן........
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

הודעהדורך דעת » מיטוואך יוני 16, 2021 5:52 pm

מורינו ורבנו האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:אגב, כ'האב גערעדט צו זיין חבר. ער זאגט אז מורינו ורבינו טרייבט איבער..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk


איך טרייב איבער? - שומו שמים אזוי צו זאגן... פרעג עני גרוש אדער גרושה. ס'דערמאנט מיר ווען מיט עטליכע יאר צוריק איז געקומען איינער און אויפגעהויבן א הימל געשריי קעגן די מצב פון קינדער וכו', און יעדער האט געשריגן אז יענער איז א ליגענער און טרייבט איבער. און מענטשן האבן טאקע אזוי געהאלטן. היינט איז ב"V אסאך בעסער אין דעם הינזיכט, אבער איבער גרושים אוןן גרושות באגראבט מען זיך נאך אין זאמד און מען שרייעט, ס'איז נישט אמת, ס'איז נישט אזוי געפערליך.

דער מצב פאדערט א באלדיגע תיקון.



אפשר אין לאנדאן/יוראפ זענען די פרויען מער תמימות'דיג מילא קען מען נעמען מער עדווענטיזש פון זיי?

(האלפערין i.e.)
דעת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:21 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך מורינו ורבנו » מיטוואך יוני 16, 2021 5:55 pm

ווער ס'וויל טראכטן אז איך וואוין אין לאנדאן, כל הכבוד... מסכים. אבער... לאנדאן האט אן אנדערע מענטעלעטי, זיי זענען אפשר מער תמימות'דיג, אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי אזוי תמימות'דיג, אז ס'וועט נישט קענען גיין ווייטער ווי די נארמאלע נארמע... ודו"ק וקצרתי במקום שאמרו לקצר... וואס פעלט דאס אויס?
מורינו ורבנו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 17, 2021 6:23 am

מורינו ורבנו: אויסערדעם. דער פעטער שמואל פון אמעריקע, זז"ג געט א בעסערע שטיצע ווי די שטייפע ענגלענדער. די קאלטע ברואים וואס זיי זענען. זיי (די גוי'אישע באפעלקערונג) האבן נישט די השגות פון אויסהאלטן ערליכע אידן וועלכע וויללן נישט גיין ארבעטן מכמה טעמים הכמוסים עמהם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14832
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17042 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9681 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 17, 2021 8:53 am

berlbalaguleh האט געשריבן:מורינו ורבנו: אויסערדעם. דער פעטער שמואל פון אמעריקע, זז"ג געט א בעסערע שטיצע ווי די שטייפע ענגלענדער. די קאלטע ברואים וואס זיי זענען. זיי (די גוי'אישע באפעלקערונג) האבן נישט די השגות פון אויסהאלטן ערליכע אידן וועלכע וויללן נישט גיין ארבעטן מכמה טעמים הכמוסים עמהם...!

וואס מיינסטו צו זאגען? די ענגלישע גיט דאך פיל מער ווי די אמעריקאנער?
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:32 am

אייראפעאישער חסיד: די ענגלישע רעגירונג אויב, און וויפיהל זיי געבן, איז עס נישט פון גוטהארציגקייט. נאר ענדערש איבער זייער דאגמאטישע סאציאליזם. און סוכ"ס קענען זיי (די אפיציעלע רעגירונגס אינסטאנצן) נישט אינגאנצן דיסקרימינירן אקעגן חרדי'שע אידן...!

דער פאקט בלייבט. אז די אידן אלס גרופ מיט זייערע עסקנים און שתדלנים אין די יו. קעי. האבן נישט אזעלכע גוטע קשרים מיט די רעגירונגס מענטשן ווי אין אמעריקע. בחסדי ה'...!

זיכער זענען זיי (די גוי'אישע ביוראקראטן) נישט מודה אז דאס האט צו טון מיט דעם ..."אבק"... פון אנטיסעמיטיזם. אדער בכלל אומסימפאטיע צו די אידן אלס גרופ. זיי זענען עס ענדערש תולה אין ביוראקראטיע. און אין ..."לאו ענד ארדער"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14832
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17042 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9681 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » זונטאג יוני 20, 2021 9:08 am

yn.NY האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:
אייראפעישער חסיד האט געשריבן:יא! מורינו ורבינו האט א שטארקע ווארט אויף זיינע חסידים(ווירטאולע צו פיזישע)!
היינט געווען אין טעגליכע אויסגאבע אין אייינע פון די גרויסע שטעט אין אייראפע א מודעה ווי פאלגענד:


וויפיל איך ווייס איז דער הרב אברהם מאנדרר א רבי און פארמאגט א בית-המדרש. מורינו ורבינו אלערט?

אש"ל מלא פארמאגט דער מאנדרר אויך?... :D

גראדע יא!
ער האט די גרעסטע הכנסת אורחים אין לונדון!
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » זונטאג יוני 20, 2021 9:35 am

יא איך קען מעיד זיין אז די אלע רייד פון מו''ר איז אמת ויציב.
ביז אינז אין חסידיש שטיבל זייענדיג א אפענע פלאץ מיט א געשמאקע אויר, אפען ביז אין די קליינע נאכט שעה'ן דרייען זיך אסאך פון די וועלכע האבן אמאל מגרש געווען א פרוי , צומאל אין די שפעטע נאכט שעה'ן בשעת'ן זיך מתעלס זיין בנועם התורה טרעפן מיר זיך אויסהערן זייער צובראכן הארץ , ס'איז זייער שווער ארוס צוברענגן די טיפע ווייטאג וואס נעסטיגט אין זייער הארץ שפירנדיג זיך פארווארפן פון די מענטשהייט וואס קוקט זיי אן ווי צוויטע קלאס בירגער וואס דאס צוקלאפט זייער מאראל וואס איז זיי אזוי נוטיג זיך צו קענען אויפהייבן און ווייטער גיין.
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט