די מערכה פון ר' יונתן שווארץ קעגן היימישע אוממענטשן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

די מערכה פון ר' יונתן שווארץ קעגן היימישע אוממענטשן

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 14, 2021 7:41 pm

יעדער איז באקאנט מיט ר' יונתן שווארץ, דער באקאנטער בדחן, משורר, אייגנטימער פון א שפילצייג געשעפט, און שפילצייג פראדוצירער אין כינע. ר' יונתן איז אין די לעצטע יארן אויך געווארן א באקאנטער גוט-זאגער, מיט אָפטע קליפּס וועלכע פארן ארום פון אים, וואו ער זאגט א גוט ווארט אויף דער פרשה, אדער איז מעורר אויף א דבר הצריך תיקון.

באזונדער זעט מען ר' יונתנ'ס אש קודש ווען ער קאכט קעגן אומרעכטן וועלכע ווערן געטון קעגן אנדערע מענטשן. דעמאלט קען מען זען ווי זיין הארץ ווערט ממש פארקלעמט ביים הערן וועגן אומ'יושר'דיגע מעשים וואס ווערן געטון קעגן מענטשן.

גאנץ לעצטנס האט ער ארומגעשיקט עטליכע אזעלכע מעסעדזשעס ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט דער "שומרים" ארגאניזאציע, וואס האט בלאקירט פילע גאסן אויף דער אכצטנטער עוועניו אין בארא פארק – אריינגערעכנט די גאס וואו זיין אייגענער געשעפט געפונט זיך – פאר א "בייק רעגיסטראציע".

אין זיין מעסעדזש האט ר' יונתן זייער ריכטיג ארויסגעברענגט די עוולה פון זיך נישט רעכנען מיט אנדערע מענטשן, און שעדיגן ביזנעסעס פון אנדערע מענטשן. עס פארשטייט יעדער אז א ביזנעס בויט זיך נישט פון זיך אליין, נאר עס נעמט בלוט און שווייס דאס אויפצובויען, און זאל איינער קומען אין שעדיגן דעם ביזנעס – אפילו נאר פאר איין טאג – איז דאס א שרעקליכע עוולה.

פארשטייט זיך אז וואס "שומרים" האט געטון איז געווען לעגאל; די פאליציי האט אפילו מיטגעארבעט מיט זיי, אבער דאך, שרייט די שאלה, וויאזוי קען מען אזוינס טון צו אן אייגענעם ברודער וואס מ'שעדיגט זיין פרנסה?

דער גאר וויכטיגער מעסעדזש פון ר' יונתן האט אפגעהילכט איבעראל, און יעדער האט זייער גוט פארשטאנען דאס ווייטאג פון א ביזנעסמאן וואס מ'שעדיגט זיין פרנסה. דער מעסעדזש איז געווארן דעם געשפרעך פון טאג, און אידן האבן אנגעמערקט אויף ענליכע ערשיינונגען וואס מ'זעט לעצטנס, ווי אידן טרעטן אריין אין דעם גבול פון אנדערע מענטשן, און שעדיגן זייער פרנסה.

מ'האט אנגעמערקט מיט שאק וואס איז לעצטנס געזען געווארן אז ס'האט ארויסגעשפראצט אין די שפילצייג געשעפטן א סעריע "מענטשעלעך" מיט'ן נאמען "קינדער-וועלט" וואס איז גענוי נאכגעמאכט די לאנג-יעריגע "מצוה קינדער" מיט וועלכע קינדער שפילן זיך שוין אסאך יארן – אַן ענליכער קאנצעפט, ענליכער מאס, ענליכער מאטעריאל און ענליכער אויסזען. אזוי נאנט, אז איינער וואס איז נישט שטארק באהאוונט קען ניטאמאל דערקענען א חילוק.
KW.jpg

ס'איז אנגעוויזן געווארן דאס קאלטבלוטיגקייט פון א איד וואס האט נישט קיין פראבלעם צו נעמען דעם געדאנק פון א צווייטן איד וואס איז געווידמעט פאר דעם היימישן מארקעט, נאכצומאכן גענוי, און אריינצובייסן אין יענעמ'ס פרנסה.

נאר דאס אלעס גייט אריין אין דעם גדר פון דעם וויכטיגן שמועס פון ר' יונתן שווארץ, אז מענטשן האבן נישט קיין שום געפיל פאר א צווייטן, מ'זעט נאר זיך אליין און מ'טראכט נישט אריין וויפיל בלוט אין שווייס יענער האט אינוועסטירט אין זיין ביזנעס און פראדוקט בשעת מ'פרובירט אריינצוגיין אין יענעמ'ס טעריטאריע.

ס'איז צו האפן אז אידן וועלן אנפאנגען קוקן אויף אנדערע פונקט ווי זיך אליין, ווי ס'שטייט אין פסוק ואהבת לרעך כמוך, האב ליב דיין חבר, פארשטיי א צווייטן איד, ברענג נישט אום א צווייטנס ביזנעס, פונקט ווי דו ווילסט נישט אז מ'זאל שעדיגן דיין אייגענעם ביזנעס.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 729
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3194 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מאנטאג יוני 14, 2021 8:12 pm

יונתן האט נאך ביזנעס שמוץ, אבער אין דעם פאל געב איך אים גערעכט.

די מצוה קינדער איז ארויף די פרייז צו שרעקליכע נומערן, בערך 150 דאלער א סעט וואס איז הימל שרייענד.

יונתן צוזאמען מיט טויס 4 יו האבן אפגעמאכט אז אויב די פראדוקט ווערט נישט ביליגער נעמען זיי דאס נישט אריין אין געשעפט. נאך וואס גארנישט האט זיך גערירט האבן זיי אינאיינעם געמאכט זייער אייגענע מענטשיס.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 900
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יוני 14, 2021 8:13 pm

עס זעהט אויס אז אין אונזער געמיינדע פארשטייט מען אין דעם תחום פון ביזנעס ״עקסטערנעל״ אומרעכטן [אזוי ווי די מעשה מיט שומרים] וואס זענען מער בולט אז דאס איז אומריכטיג; מחוצה לה פון דעם תחום אליין. משא״כ מער ״אינטערנעל״ אומרעכטן אזוי ווי קאַפּיִרייט וכדומה בתוך התחום ממש כבנידון זה, דאס זעהט מען נישט איין די אומריכטיגקייט [״כך היא דרכה של ביזנעס וקאַמפּעטישאן״ וכו׳]. והיינו לכאורה טעמא פון פּלעידזשעריזם, וואס איז אינטערנעל באותה תחום פון שרייבעריי, וואס איז אויך ליידער דא אין אונזער געמיינדע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2380
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מאנטאג יוני 14, 2021 8:20 pm

נאך א נקודה, יונתן איז א פריוואטע מענטש וואס האט געטון אן עוולה צו א פריוואטע מענטש. דאס האט נישט מיט מיר און נישט מיט העניך איינגעלייגט.

משא"כ שומרים וואס איז עמטליך אן ארגאניזאציע אונז צו העלפן, און זיי שעדיגן א ציבור פון טויזנטער אידן, האט יעדער רעכט זיך אריינצומישן.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 900
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יוני 14, 2021 8:33 pm

איה״נ. אבער ווי עס זעהט אויס איז אבער די טענה דאן געווען איבער דאס׳ן צונעמען און שטערן די פרנסה פון א צווייטן וואס יענער האט זיך געמוטשעט דאס אויפצושטעלן. אין אזא פאל איז עס היפּאַקריסי ווען ער פאר זיינע אייגענע צילן האט נישט קיין פראבלעם דערמיט. והגע בעצמך, מ׳קען דאך נוצן די עצם טענה פון זיין א ציבור׳ישע ארגאניזאציע צו פארטיידיגן די שומרים דאן: די גוטס וואס קומט ארויס פאר׳ן ציבור וואס זיי באדינען מיט דעם בּייק רעגיסטראציע וועגט איבער דאס מעגליכע פארלוסט פון אפאר יחידים. דא איז עס אבער נישט שייך (אחוץ טאמער וויל מען טענה׳ן אז ער באדינט אויך די ציבור דערמיט [פרייזן]. עהה...).

ולגבי די סיכסוך מיט מצוה קינדער׳ס פרייז זעה איך נישט ווי אזוי דאס געבט ממש אן עטישע רעכט דאס ממש נאכצומאכן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2380
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 14, 2021 8:37 pm

ר' יונתן שוואַרץ איז אביסל היפּיקריטישׁ ווען ער שרייט אז ס'איז גניבה גזילה ושפיכת דמים צו דופּליקאטירן מוזיק קאסעטעס און און ווען ס'קומט צו זיינע אייגענע געשעפטן איז אינגאנצן פארקערט.

אבער למען האמת, וואס איז אזוי אוממענטשליך פון די קינדער וועלט? קומט זיך איינער א מאנאפאל אויף סיי וואס? ווען ס'זאל מארגן איינער צוברעכן די מאפאלישע ביבער הוט פרייז פון צוויי הונדערט פינף און זיבעציג דאלער וועט העניך אויך זיין אזוי פרינציפיש און שרייען השגת גבול? אדער וועט ער מאכן א עדיטאריעל קעגן די הוט מאפיע וואס האט שוין אזויפיל יאר גענומען עדווענטידזש? איז דען אזוי וויכטיג אז איין מענטש זאל האבן פרנסה? אדער איז וויכטיגער אז גאנץ כלל ישראל זאל צאלן ווייניגער? אז ס'איז איינער אויפגעקומען מיט א פלאן צו מאכן ביליגער, שענער, שטערקער, מיט נייע און בעסערע אידייען דארף ער עס האלטן אין בויך און יענער זאל יא פארדינען און ער נישט?

דאס אלעס איז באופן כללי, אן נעמען אין באטראכט אז די מענטשי קאנפליקט איז געווען א פערזענלעכע קאנפליקט מיט צדדים לכאן ולכאן וואס ביידע זייטן האבן לעגיטימע ארגומענטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קורקלענד אום מאנטאג יוני 14, 2021 8:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יוני 14, 2021 8:42 pm

ס׳איז לכאורה דא חילוקים בדבר צווישן א זאך וואס איז נישט קיין צורך הכרחי (פאָר לעק אָוו עי בּעטער טערם) פאר די חרדי׳שע געמיינדע [וואס מ׳מוז האבן] ווי בובער היטן וכדומה און וואס זענען נישט די אויפקום און פאטענט פון איינער, און אזא סארט זאך ווי א ספעציפישע פאטענטישע מענטשי שפילעריי וואס מ׳מאכט ממש נאך.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2380
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 14, 2021 8:43 pm

מפיל קינד האט געשריבן:די מצוה קינדער איז ארויף די פרייז צו שרעקליכע נומערן, בערך 150 דאלער א סעט וואס איז הימל שרייענד.

יונתן צוזאמען מיט טויס 4 יו האבן אפגעמאכט אז אויב די פראדוקט ווערט נישט ביליגער נעמען זיי דאס נישט אריין אין געשעפט. נאך וואס גארנישט האט זיך גערירט האבן זיי אינאיינעם געמאכט זייער אייגענע מענטשיס.

דו רעדסט פון "מצוה קינדער" ווי כאילו ס'איז פון די עשרת הדברות צו פארמאגן אזא סעט אין שטוב... דאס איז אן ערפינדונג פון א מענטש, יענער האט דאס אויסגעטראכט, דעזיינט, פראדוצירט וכו', און ס'געהערט צו יענעם. יענער מאכט אפ לויט זיין ביזנעס-מאדעל וואס דער פרייז איז, און ווער עס וויל קען קויפן און ווער עס וויל נישט מוז נישט. ס'איז נישט ווי עסן וואס יעדער מוז קויפן, און ס'איז ניטאמאל ווי לוקסוסן וואס ס'איז פאראן פיער פרעשור אז מ'מוז עס האבן, צב"ש א טייערער שטריימל פאר א חתן. ס'איז א פראדוקט פאר קינדער, און ווער עס וויל קען עס קויפן און ווער עס וויל נישט, קען קויפן אנדערע קינדער-פראדוקטן.

ס'איז א געלעכטער אז מ'האט פשוט געמיינט טובת הציבור מיט'ן נאכמאכן יענעמ'ס פראדוקט. זיי זענען נישט קיין שעפעלע-ביזנעסלייט וואס פירן א ביזנעס פאר צדקה. לאז געמאך מיט אזעלכע נארישקייטן.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 729
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3194 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 14, 2021 8:45 pm

נישטא קיין פיער פרעשור מיט קינדער אדער קינדערישע פראדוקטן? וואס איז מיט פישער פרייס וואס איז געווען אין ביזנעס מיט מענטשעלע שפילצייג פאר מצוה קינדער? איז עס פון זיי יא יושר אוועקצונעמען?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קורקלענד אום מאנטאג יוני 14, 2021 8:46 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 14, 2021 8:46 pm

קורקלענד האט געשריבן:אבער למען האמת, וואס איז אזוי אוממענטשליך פון די קינדער וועלט? קומט זיך איינער א מאנאפאל אויף סיי וואס? ווען ס'זאל מארגן איינער צוברעכן די מאפאלישע ביבער הוט פרייז פון צוויי הונדערט פינף און זיבעציג דאלער וועט העניך אויך זיין אזוי פרינציפיש און שרייען השגת גבול? אדער וועט ער מאכן א עדיטאריעל קעגן די הוט מאפיע וואס האט שוין אזויפיל יאר גענומען עדווענטידזש? איז דען אזוי וויכטיג אז איין מענטש זאל האבן פרנסה? אדער איז וויכטיגער אז גאנץ כלל ישראל זאל צאלן ווייניגער? אז ס'איז איינער אויפגעקומען מיט א פלאן צו מאכן ביליגער, שענער, שטערקער, מיט נייע און בעסערע אידייען דארף ער עס האלטן אין בויך און יענער זאל יא פארדינען און ער נישט?

דער מושג פון א ביבער הוט באלאנגט נישט פאר קיינעם, און יעדער קען דאס פראדוצירן. אדרבה, אז איינער קען דאס פראדוצירן פאר ביליג למצוה גדולה יחשב. אבער א פראדוקט וואס א יחיד האט ערפינדן, און ס'איז נישט קיין מוז פאר קיינער, האט מען נישט קיין רעכט נאכצומאכן. אויב וויל מען דווקא מאכן מענטשעלעך זענען פאראן גענוג אופנים וויאזוי צו מאכן אן גענוי נאכמאכן יענעם. מ'קען מאכן מיט אנדערע מאטעריאל, אנדערע סייזעס, אנדערע אויסזען, אנדערע טעקסטשור וכו' וכו'. פינקטליך נאכמאכן אז מ'זאל כמעט נישט דערקענען קיין חילוק האט נישט קיין שום תירוץ.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 729
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3194 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 14, 2021 8:48 pm

קורקלענד האט געשריבן:אבער למען האמת, וואס איז אזוי אוממענטשליך פון די קינדער וועלט? קומט זיך איינער א מאנאפאל אויף סיי וואס? ווען ס'זאל מארגן איינער צוברעכן די מאפאלישע ביבער הוט פרייז פון צוויי הונדערט פינף און זיבעציג דאלער וועט העניך אויך זיין אזוי פרינציפיש און שרייען השגת גבול? אדער וועט ער מאכן א עדיטאריעל קעגן די הוט מאפיע וואס האט שוין אזויפיל יאר גענומען עדווענטידזש?.

ביבער היטן איז עפעס קרויס'ס איינפאל??
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1436 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג יוני 14, 2021 8:52 pm

די חוצפה איז נאך גרעסער אז ער האט אנגעהויבן נאכמאכן די גאנצע ליין.
טיטשער טויבי האט געארבייט פאר א יאר ארויסצוגעבן א שיינע ביכל פאר די ימים טובים.
יונתן שווארץ האט געלייגט זיין האנט דעראויף דורך די גרעפיקס דיזיינער און האט אומפארשעמט ארויסגעגעבן א כמעט קאפי פונעם ביכל 2 וואכן שפעטער. די ביכער ענדלען אזוי- ממש נישט צום פארשטיין.
איינער ארבייט זיך אן אויפצוקומען מיט איידיעס און דעזיינס, און ער האט ניטאמאל די אינטערעסע צו מאכן די ליין זיין אייגנס.
יעדע זאך וואס מצוה קינדער קומט אויף מיט, מאכט ער תיקף נאך.
אויף קול מבשר געבט ער אומפארשעמט א שמועס ווי זיין גאנצע געשעפט איז ביליגע נאכגעמאכטע זאכן. סיי קליקס און סיי מעגנעטס, וואס ער רייט אויף אידישע שפילצייג דיזיינער.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 14, 2021 8:55 pm

איר מיינט אז ס'איז קיינמאל קיינער נישט בייגעפאלן אז קליינע מענטשעלעך קען זיין א גוטע שפילצייג? וואו קומט טאקע איינער א מאנאפאל אויף א געוויסע פראדוקט? און ווער רעדט נאך פון אזא מאנאפאל אן א סוף.

גראדע האלט איך אז ס'איז אומריכטיג דאס אז ער שטעלט זיך דירעקט אהער צו צומישן די קונדן אז מ'זאל מיינען אז מ'קויפט די אנדערע. אבער אין אמעריקע איז דאס נארמאל ביי אלע נאציאנאלע געשעפטן מיט זייער סטאָר בּרענדס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 14, 2021 8:56 pm

בת קול האט געשריבן:די חוצפה איז נאך גרעסער אז ער האט אנגעהויבן נאכמאכן די גאנצע ליין.
טיטשער טויבי האט געארבייט פאר א יאר ארויסצוגעבן א שיינע ביכל פאר די ימים טובים.
יונתן שווארץ האט געלייגט זיין האנט דעראויף דורך די גרעפיקס דיזיינער און האט אומפארשעמט ארויסגעגעבן א כמעט קאפי פונעם ביכל 2 וואכן שפעטער. די ביכער ענדלען אזוי- ממש נישט צום פארשטיין.
איינער ארבייט זיך אן אויפצוקומען מיט איידיעס און דעזיינס, און ער האט ניטאמאל די אינטערעסע צו מאכן די ליין זיין אייגנס.
יעדע זאך וואס מצוה קינדער קומט אויף מיט, מאכט ער תיקף נאך.
אויף קול מבשר געבט ער אומפארשעמט א שמועס ווי זיין גאנצע געשעפט איז ביליגע נאכגעמאכטע זאכן. סיי קליקס און סיי מעגנעטס, וואס ער רייט אויף אידישע שפילצייג דיזיינער.

וועלכע אידישע מאגנעטישע שפילצייג האט ער נאכגעמאכט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג יוני 14, 2021 8:59 pm

גייט אריין אין ספרים געשעפט און מישט די ביכער זייט ביי זייט.
אפילו די fonts ענדלען שטארק.

5215E1A4-0CDA-4364-9B77-AF8BB3AD8A00.jpeg
84FAC4DC-CE05-4FE1-88E6-E3EAB0237818.jpeg
84FAC4DC-CE05-4FE1-88E6-E3EAB0237818.jpeg (35.18 KiB) געזען געווארן 1356 מאל

אינעווענדיג

57835B56-604C-4C04-9B1E-463324FAB515.jpeg
23BAEFF4-2BF1-4D28-9E0B-124F05B12FA4.jpeg
23BAEFF4-2BF1-4D28-9E0B-124F05B12FA4.jpeg (31.53 KiB) געזען געווארן 1304 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בת קול אום מאנטאג יוני 14, 2021 9:38 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 14, 2021 9:00 pm

העניך האט געשריבן:דער מושג פון א ביבער הוט באלאנגט נישט פאר קיינעם, און יעדער קען דאס פראדוצירן. אדרבה, אז איינער קען דאס פראדוצירן פאר ביליג למצוה גדולה יחשב. אבער א פראדוקט וואס א יחיד האט ערפינדן, און ס'איז נישט קיין מוז פאר קיינער, האט מען נישט קיין רעכט נאכצומאכן. אויב וויל מען דווקא מאכן מענטשעלעך זענען פאראן גענוג אופנים וויאזוי צו מאכן אן גענוי נאכמאכן יענעם. מ'קען מאכן מיט אנדערע מאטעריאל, אנדערע סייזעס, אנדערע אויסזען, אנדערע טעקסטשור וכו' וכו'. פינקטליך נאכמאכן אז מ'זאל כמעט נישט דערקענען קיין חילוק האט נישט קיין שום תירוץ.

ממש כמעט יעדע ערפינדונג האט זיך אנגעהויבן מיט א יחיד. זעהט אבער אויס אז ס'איז נישט געבליבן ביים יחיד. אויב אזוי איז דא נישט אנדערש.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 14, 2021 9:11 pm

בת קול האט געשריבן:גייט אריין אין ספרים געשעפט און מישט די ביכער זייט ביי זייט.
אפילו די fonts ענדלען שטארק.

5215E1A4-0CDA-4364-9B77-AF8BB3AD8A00.jpeg
84FAC4DC-CE05-4FE1-88E6-E3EAB0237818.jpeg

wow!
כ'האב דאס ניטאמאל באמערקט. אומגלויבליך.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 729
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3194 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג יוני 14, 2021 9:20 pm

נאכגעמאכטע dollhouse.
דאס איז נישט קאמפעטישן. קאמפעטישן איד זעהן ווער עס קען ארויסקומען מיט א בעסערע פראדוקט. נישט נאכמאכן א פראדוקט אויפן האר.
A29B789E-9178-47E2-A42B-9EE7D9259FA0.jpeg
C27184D7-5707-4E8E-A3BE-03765830D72A.jpeg
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג יוני 14, 2021 9:24 pm

Megabucket

69F3BC9B-2C12-484E-8622-C32BDA125636.jpeg
BEA8D20A-F90D-4E51-9E60-A57735C9B067.gif
BEA8D20A-F90D-4E51-9E60-A57735C9B067.gif (31.56 KiB) געזען געווארן 1318 מאל
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג יוני 14, 2021 9:27 pm

שבת טיש

6DE3D0A2-1361-4EA6-8999-862689256551.jpeg
EC2A6A2D-7628-4A33-A518-D6DAD4E69374.jpeg
EC2A6A2D-7628-4A33-A518-D6DAD4E69374.jpeg (46.67 KiB) געזען געווארן 1318 מאל
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 14, 2021 9:29 pm

בת קול האט געשריבן:Megabucket

69F3BC9B-2C12-484E-8622-C32BDA125636.jpeg
BEA8D20A-F90D-4E51-9E60-A57735C9B067.gif

אפשר זענען די בּאָקעט און דאָלל הויז אידייען געווען יונתן'ס? פארגעס נישט אז זיי פלעגן ארבעטן צוזאמען יארן לאנג און יונתן האט אויך געהאט א גרויסע האנט אין איר 'הארעוואניע' און 'מוטשעניש'.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג יוני 14, 2021 9:34 pm

קורקלענד האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:Megabucket

69F3BC9B-2C12-484E-8622-C32BDA125636.jpeg
BEA8D20A-F90D-4E51-9E60-A57735C9B067.gif

אפשר זענען די בּאָקעט און דאָלל הויז אידייען געווען יונתן'ס? פארגעס נישט אז זיי פלעגן ארבעטן צוזאמען יארן לאנג און יונתן האט אויך געהאט א גרויסע האנט אין איר 'הארעוואניע' און 'מוטשעניש'.

ער איז נאר געווען איר דיסטריביוטער. ער האט גארנישט געהאט מיט די איינפעלער.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 14, 2021 9:36 pm

בת קול האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:Megabucket

69F3BC9B-2C12-484E-8622-C32BDA125636.jpeg
BEA8D20A-F90D-4E51-9E60-A57735C9B067.gif

אפשר זענען די בּאָקעט און דאָלל הויז אידייען געווען יונתן'ס? פארגעס נישט אז זיי פלעגן ארבעטן צוזאמען יארן לאנג און יונתן האט אויך געהאט א גרויסע האנט אין איר 'הארעוואניע' און 'מוטשעניש'.

ער איז נאר געווען איר דיסטריביוטער. ער האט גארנישט געהאט מיט די איינפעלער.

נישט אמת.

ס'איז א פריוואטע קאנפליקט און איך פיר זיך נאר צו קאמענטירן אויף פובליק פרטים. איך האלט אז אין די קאנפליקט פונקט ווי רוב גרעסערע קאנפליקטן זענען ביידע צדדים יא און נישט גערעכט. און ס'זענען דא טענות און דעטאלן לכאן ולכאן. איר זעהט אויס אז איר זענט געווארן עמאציאנעל איבער גענומען פון איין צד אן הערן די פרטים פון די אנדער צד.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג יוני 14, 2021 9:43 pm

מיט די קליקס און מעגנעט קאמפעניס האט ער אויך די 2 צדדים טענה?
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 14, 2021 9:48 pm

מיט די מאגנאטישע פירמע לפי ידיעתי איז עס געווען א גוי'אישע פירמע וואס האט איהם אנגעקלאגט אין געריכט און ער האט פולקאם לעגאל געוואונען.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot], פאדעם און 2 געסט