ליבנו בתורתו - גור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

ליבנו בתורתו - גור

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

אינטערעסאנט אז מען האט נאכנישט דערמאנט דא דעם קאמפיין.

ווי באקאנט גייט די קהילה פון ר' שאול אלתר דורך שווערע רדיפות. אנשי דלא מעלי רודפ'ן זיי, נאר פאר דעם איינעם חטא אז ער האט זיך דערוואגט ארויסצוגיין און עפענען אן אייגענעם קהילה. פון די אנדערע זייט איז נישט קיין סוד, וואספארא תורה וחסידות דער מענטש פארקויפט, עס גיסט זיך פון זיין מויל פערל ווערטער, און זיינע מוסדות האלטן אין איין בליען לשם ולתפארת.

אצינד קומט פאר א טשערעדי קאמפיין פאר די קהילה. מען זעט ווי אזוי מענטשן האבן א שטארקע אינטערעסע אז דאס זאל מצליח זיין. צווישן די תורמים איז דערקענט געווארן די נגידים לואי שיינער, מרדכי בן דוד, און הנגיד מענדי טייטלבוים פון לאנדאן און נאך, וועלכע האבן מנדב געווען שווערע סכומים.

מיר דא אויף קאווע שטיבל, האבן א באזונדערע פליכט זיך אנצונעמען פארן נרדף, און זען דערצו אז טעראר זאל נישט האבן קיין שליטה. עס איז כדאי אז יעדער איינער זאל עפעס ביישטייערן, לטובת הענין. זיכער מאכן אז מען העלפט ארויס אין דער מצב.

דא איז דער לינק צום קאמפיין:
https://www.charidy.com/cmp/libenub

פאר די וואס ליינען די הערליכע גליונות, נאות דשא און דבר אמת, גיבט אפ אביסל הכרת הטוב, פאר די עסקנים וואס ארבעטן אומאויפהערליך יום ולילה, אוועקצושטעלן א הערליכע גליון (גלייכצייטיג קענט איר בעטן א תפילה אז די גליונות זאלן נישט גע'גנב'עט ווערן פון די בתי מדרשים מדי שבוע בשבוע). ווייזט ארויס הכרת הטוב און ביישטייערט דא:

https://www.charidy.com/cmp/libenub/504109309

אט האט איר א לינק פון א צען יעריגע יונגל, וואס איז אריבערגעגאנגען שווערע צייטן. עס איז כדאי פאר יעדן צו לייענען וואס דער עולם שרייבט אים און וואס מען גיבט לכבודו. זאל יעדער איינער דא אים געבן חיזוק און אויך געבן. זאל ער באקומען חיזוק פון איבעראל, אויך פון אמעריקע.
https://www.charidy.com/cmp/libenub/88643093

יעדע דאלער איז א שטימע אנטקעגן טעראר, און שטיצע פאר איינע פון די גדולי התורה בדורינו.

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר