ליבנו בתורתו - גור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ליבנו בתורתו - גור

הודעהדורך אבשלום בן מעכה » דינסטאג יוני 15, 2021 2:00 am

אינטערעסאנט אז מען האט נאכנישט דערמאנט דא דעם קאמפיין.

ווי באקאנט גייט די קהילה פון ר' שאול אלתר דורך שווערע רדיפות. אנשי דלא מעלי רודפ'ן זיי, נאר פאר דעם איינעם חטא אז ער האט זיך דערוואגט ארויסצוגיין און עפענען אן אייגענעם קהילה. פון די אנדערע זייט איז נישט קיין סוד, וואספארא תורה וחסידות דער מענטש פארקויפט, עס גיסט זיך פון זיין מויל פערל ווערטער, און זיינע מוסדות האלטן אין איין בליען לשם ולתפארת.

אצינד קומט פאר א טשערעדי קאמפיין פאר די קהילה. מען זעט ווי אזוי מענטשן האבן א שטארקע אינטערעסע אז דאס זאל מצליח זיין. צווישן די תורמים איז דערקענט געווארן די נגידים לואי שיינער, מרדכי בן דוד, און הנגיד מענדי טייטלבוים פון לאנדאן און נאך, וועלכע האבן מנדב געווען שווערע סכומים.

מיר דא אויף קאווע שטיבל, האבן א באזונדערע פליכט זיך אנצונעמען פארן נרדף, און זען דערצו אז טעראר זאל נישט האבן קיין שליטה. עס איז כדאי אז יעדער איינער זאל עפעס ביישטייערן, לטובת הענין. זיכער מאכן אז מען העלפט ארויס אין דער מצב.

דא איז דער לינק צום קאמפיין:
https://www.charidy.com/cmp/libenub

פאר די וואס ליינען די הערליכע גליונות, נאות דשא און דבר אמת, גיבט אפ אביסל הכרת הטוב, פאר די עסקנים וואס ארבעטן אומאויפהערליך יום ולילה, אוועקצושטעלן א הערליכע גליון (גלייכצייטיג קענט איר בעטן א תפילה אז די גליונות זאלן נישט גע'גנב'עט ווערן פון די בתי מדרשים מדי שבוע בשבוע). ווייזט ארויס הכרת הטוב און ביישטייערט דא:

https://www.charidy.com/cmp/libenub/504109309

אט האט איר א לינק פון א צען יעריגע יונגל, וואס איז אריבערגעגאנגען שווערע צייטן. עס איז כדאי פאר יעדן צו לייענען וואס דער עולם שרייבט אים און וואס מען גיבט לכבודו. זאל יעדער איינער דא אים געבן חיזוק און אויך געבן. זאל ער באקומען חיזוק פון איבעראל, אויך פון אמעריקע.
https://www.charidy.com/cmp/libenub/88643093

יעדע דאלער איז א שטימע אנטקעגן טעראר, און שטיצע פאר איינע פון די גדולי התורה בדורינו.
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 153
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 15, 2021 6:57 am

אבשלום בן מעכה: דו ביסט נישט גערעכט. ווייל אויב א יעדער וועט ..."מאכן שבת פאר זיך"... וועט דער גערער רבי און דאס גערער חסידות זיין אויסגעשפיעלט.

מיט דעם האלט איך אז די סקווערער זענען גערעכט. אויב מ'וועט צו לאזן איעדן איינעם מיט א פרייע האנט. וועט דער אריגינאלער רבי און זיין חסידות בלייבן אויס קאפעליטש מאכער...!

ס'איז אינו דומה צו דעם מצב אין מאנרא. וואו ס'האטציך געהאנדלט אין א יורש דאורייתא. ביי וועם מ'האט געוואלט צוליעב פאליטיק און בייזוויליגע, שמאלע אינטרעסן אוועקנעמען זיין רעכט פון הנהגה, עפ"י התורה...!

ניין. חסידות איז נישט קיין דעמאקראטיע...! סאציאליזם איז יא.. נו, וואספארא פנים וואלטן מיר געהאט אלס סאציאליסטן...?! די שאלה איז געווענדעט צו שבת אחים...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דינסטאג יוני 15, 2021 7:24 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14785
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9659 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יוני 15, 2021 7:12 am

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:מיר דא אויף קאווע שטיבל, האבן א באזונדערע פליכט...

קיינער האט מיר נישט געזאגט בשעתן אויפסיינען אויף ק"ש, אז דאס קימט מיט געוויסע פליכטען אדער אז מיר דארפ אלע טראכטען איין וועג און האבן איין געדאנקען גאנג...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2883
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1316 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג יוני 15, 2021 7:20 am

berlbalaguleh האט געשריבן:אבשלום בן מעכה: דו ביסט נישט גערעכט. ווייל אויב א יעדער וועט ..."מאכן שבת פאר זיך"... וועט דער גערער רבי און דאס גערער חסידות זיין אויסגעשפיעלט. ..!

דו האלטס אז גאט גייט גיין באנקראט אן ר' יענקל אלתר? די וועלט איז געשטאנען פאר 5,700 יאר אן אים, און וועט שטיין אויך נאך זיין טויט.

רבי שאול איז נאך אזא ערליכע איד ווי אים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סדרן אום מאנטאג יוני 21, 2021 8:52 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: צוגעלייגט טיטל
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 15, 2021 7:27 am

מפיל קינד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אבשלום בן מעכה: דו ביסט נישט גערעכט. ווייל אויב א יעדער וועט ..."מאכן שבת פאר זיך"... וועט דער גערער רבי און דאס גערער חסידות זיין אויסגעשפיעלט. ..!

דו האלטס אז גאט גייט גיין באנקראט אן יענקל אלתר? די וועלט איז געשטאנען פאר 5,700 יאר אן אים, און וועט שטיין אויך נאך זיין טויט.

רבי שאול איז נאך אזא ערליכע איד ווי אים.

מפיל קינד: דו ביסט גערעכט. אבער ער איז דער יורש דאורייתא. און אונז האמיר שוין געשמועסט אז חסידות איז נישט קין דעמאקראטיע. סאציאלזים איז יא. אבער אונז אלע (אויסער שבת אחים, שטייצעך.) וויללן נישט זיין קיין סאציאליסטן...לאל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14785
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9659 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 15, 2021 7:34 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אבשלום בן מעכה: דו ביסט נישט גערעכט. ווייל אויב א יעדער וועט ..."מאכן שבת פאר זיך"... וועט דער גערער רבי און דאס גערער חסידות זיין אויסגעשפיעלט. ..!

דו האלטס אז גאט גייט גיין באנקראט אן יענקל אלתר? די וועלט איז געשטאנען פאר 5,700 יאר אן אים, און וועט שטיין אויך נאך זיין טויט.

רבי שאול איז נאך אזא ערליכע איד ווי אים.

מפיל קינד: דו ביסט גערעכט. אבער ער איז דער יורש דאורייתא. און אונז האמיר שוין געשמועסט אז חסידות איז נישט קין דעמאקראטיע. סאציאלזים איז יא. אבער אונז אלע (אויסער שבת אחים, שטייצעך.) וויללן נישט זיין קיין סאציאליסטן...לאל...!


ער איז יורש פון וואס??? פון ר' שאול אלתר'ס לעבן???
ר' שאול פרובירט נישט צוצונעמען זיינע בנינים, בתי מדרשים, אדער מוסדות. ער האט ס"ה געעפנט אן אייגענע קהילה!

די איינציגסטע סיבה צו בארעכטיגן די רדיפות וואס זיי גייען דורך, איז אויב פארשטייען מיר אז גור'ער רבי איז גאט אליינס, אוועקגיין פון גאט איז טאקע א פראבלעם...
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 487 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 15, 2021 7:53 am

ליעב צו וויסן: גערעכט אדער נישט. די רעבעס טוען אזוי. זיי רודפ'ן די קאמפעטישן עד חורמה. או. קעי. נישט די רבי אליינס. ער איז דאך א צדיק. די חסידים טוען עס פאר זייער רבי. און די רבי ..."וועיסט נישט! אז זיי טוען עס. אזוי ווי א געוויסער צאאדיק אין ראקלענד קאונטי. איי. די רעבע האט דאך ריעך הקאוידעש...? אבער דאס וועיסט ער נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14785
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9659 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יוני 15, 2021 8:02 am

דער רבי ר' יאנקעל איז א פשוט'ע קרח, א מחזיק במחלוקת, א בעל מדות מגונות, און א בור ריק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3390
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1828 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 15, 2021 8:09 am

אישתישבי: דו האסט איהם פארהערט...?!

לערנען קען ער גראדע יא. אזוי האביך געהערט...! איבער זיינע מידות עמיר זיך נישט דינגען. איך קען איהם נישט אזוי גוט. פערזענליך. אבער עפעס (מעדזשיק) מוז ער האבן. ער האט דאך צענדליגער טויזנטער חסידים/נאראנים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14785
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9659 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יוני 15, 2021 8:27 am

יעדער שטריק וואס נעמט איבער א חסידות האט חסידים.

ווען ער האט וואס צו פארקויפען וואלט זיין זילבערבערג נישט געוועהן ביזי פארשטיקען ר' שאול.

און ב.ד.וו. מיין נישט אז נאר ר' יאנקעל פין גער האט די אלע מעלות טובות, נעם יעדעס רבי פין יעדעס גרויסע פירמע, און אונז זענען געבענטשט מיט רבי'ס פון דער זעלבער סארט.

דער דברי חיים האט נישט מורא געהאט פין אנדערע רבי'ס, און אפילו געהייסען חסידים פארען צו אנדערע רבי'ס, און זיך לערנען וואס מען קען. פארוואס? ווייל ער האט געהאט וואס צו פארקויפען.

יעדעס רבי וואס האט מורא פין א צווייטער איז עס פשוט ווייל ער ווייסט ער איז א שטריק. און אין גער, יעדעס מאל זיין מיניסטער זילבערבערג בארעדט ר' שאול, שרייט ער הויך, ר' יאנקעל האט נישט וואס צו פארקויפען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אישתישבי אום דינסטאג יוני 15, 2021 9:48 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3390
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1828 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 15, 2021 8:40 am

berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: גערעכט אדער נישט. די רעבעס טוען אזוי. זיי רודפ'ן די קאמפעטישן עד חורמה. או. קעי. נישט די רבי אליינס. ער איז דאך א צדיק. די חסידים טוען עס פאר זייער רבי. און די רבי ..."וועיסט נישט! אז זיי טוען עס. אזוי ווי א געוויסער צאאדיק אין ראקלענד קאונטי. איי. די רעבע האט דאך ריעך הקאוידעש...? אבער דאס וועיסט ער נישט...!


דאס אז רעבעס טוהן אזוי דאס ווייס איך אויך...
דארף מען טאקע מוחה זיין.
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 487 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג יוני 15, 2021 12:24 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: דו האסט איהם פארהערט...?!

לערנען קען ער גראדע יא. אזוי האביך געהערט...! איבער זיינע מידות עמיר זיך נישט דינגען. איך קען איהם נישט אזוי גוט. פערזענליך. אבער עפעס (מעדזשיק) מוז ער האבן. ער האט דאך צענדליגער טויזנטער חסידים/נאראנים...!

איך פארשטיי נישט, וואס ברענגסטו א ראיה פון דעם אז ער האט טויזענטער חסידים, דו זאגסטעך אז חסידות איז נישט קיין דעמאקראטיע, במילא קען די רבי זיין אוטיסטיק און ס'וועט נישט אויסמאכן, ער אידעך א יורש דאוריתא, ניין?
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 620
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג יוני 15, 2021 12:28 pm

איך האב געהערט א מעשה אז דער שומרי אמונים רבי איז געקומען צו ר' דוד יונגרייז זצ"ל מיט טענות אויף זיין שוואגער די תולדות אהרן רבי, היתכן אז ער גענומען די גאנצע חסידות פאר זיך בשעת ער איז א יורש דאוריתא, האט ר' דוד אים געענטפערט אז ס'ווענדט זיך וואס די חסידים זענען, אויב זענען זיי בהמות, ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט אז דאס איז דיין טאטעס נכסים און דו דארפסט זיי ירשנען, אבער אויב זענען זיי מענטשן זאלן זיי גיין ווי זיי ווילן......
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 620
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג יוני 15, 2021 12:39 pm

דערמאנט מיר די מעשה פון יענער וואס איז געקומען אין בית דין אז זיין טאטע איז אים געקומען אין חלום אז ער מוז איבערנעמען די רבי'סטעווע.

האט אים דער דיין גע'פסקנ'ט אז דו חלומ'סט איז נישט גענוג, די חסידים דארפן אויך חלומ'ן...
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יוני 15, 2021 12:43 pm

ביי די זעלביגער דין תורה, האט דער שרף פון שומר אמונים אויך ארגומענטירט, אז ער זעט זיין פאטער רבי אהרן ז''ל בהקיץ, און ער זאגט מיר אז איך בין גערעכט!
דער ירושלימער צדיק רבי דוד האט זיך מער נישט געקענט באהערשן, און ער האט געזאגט פאר דעם שומר אמונים שרף: די ביזט א פרעכער ליגנער! כ'האב אליינס געזען ווי מ'לייגט אים אין דער ערד אריין...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יוני 15, 2021 1:04 pm

תרמב האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: דו האסט איהם פארהערט...?!

לערנען קען ער גראדע יא. אזוי האביך געהערט...! איבער זיינע מידות עמיר זיך נישט דינגען. איך קען איהם נישט אזוי גוט. פערזענליך. אבער עפעס (מעדזשיק) מוז ער האבן. ער האט דאך צענדליגער טויזנטער חסידים/נאראנים...!

איך פארשטיי נישט, וואס ברענגסטו א ראיה פון דעם אז ער האט טויזענטער חסידים, דו זאגסטעך אז חסידות איז נישט קיין דעמאקראטיע, במילא קען די רבי זיין אוטיסטיק און ס'וועט נישט אויסמאכן, ער אידעך א יורש דאוריתא, ניין?



במילא קען די רבי זיין אוטיסטיק


פארוואס מישטו אריין פאפא אין א גערער אשכול?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3390
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1828 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג יוני 15, 2021 1:21 pm

דאס איז ריין חסידישע ראסיזם, וואס מ'טוט מיט פאפא
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 620
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דינסטאג יוני 15, 2021 2:13 pm

למעשה איז גור א פעסטונג פין אידישקייט און ער צוברעכט דאס!!!!
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך אנשטענדיגע ייוד » דינסטאג יוני 15, 2021 2:22 pm

אייראפעישער חסיד האט געשריבן:למעשה איז גור א פעסטונג פין אידישקייט און ער צוברעכט דאס!!!!

דו ביסט נאך ניי דא און די שיסט כסדר סטעיטמענטס אנע זיך מסביר זיין!
דו מיסט מבאר זיין דיינע ווערטער!
דא איז נישט א חסידיש שטיבעל ווי מזאגט ככל העולה על הדעת!
איך פארשטיי אז דו קימסט פון א אנדערע סארט געמיינדע, אבער אז דו ווילסט זיין דא דאן מיסטו זיך צושטעלן!
באניצער אוואטאר
אנשטענדיגע ייוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:35 pm
געפינט זיך: ביי די ארי עמבערס
האט שוין געלייקט: 322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג יוני 15, 2021 2:25 pm

אייראפעישער חסיד האט געשריבן:למעשה איז גור א פעסטונג פין אידישקייט און ער צוברעכט דאס!!!!

גור איז א פעסטונג פון טעראר. אידישקייט און תורה האט ר' שאול מער.

מציאות האט געוויזן אז פאליטיק האט געבויט אידישקייט, בפרט ווען מ'רייסט זיך אפ פון טעראריסטן און דיקטאטורן. לעבן זאל די רעוואלוציע.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: ליבנו בתורתו - גור

הודעהדורך דעברעצינער » דינסטאג יוני 15, 2021 2:28 pm

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:
אייראפעישער חסיד האט געשריבן:למעשה איז גור א פעסטונג פין אידישקייט און ער צוברעכט דאס!!!!

דו ביסט נאך ניי דא און די שיסט כסדר סטעיטמענטס אנע זיך מסביר זיין!
דו מיסט מבאר זיין דיינע ווערטער!
דא איז נישט א חסידיש שטיבעל ווי מזאגט ככל העולה על הדעת!
איך פארשטיי אז דו קימסט פון א אנדערע סארט געמיינדע, אבער אז דו ווילסט זיין דא דאן מיסטו זיך צושטעלן!
לאז יעדעם ארויסגעגעבן זיין מיינונג
דעברעצינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 06, 2020 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יוני 15, 2021 3:02 pm

ווי אזוי צוברעכט ער?

עס איז באקאנט דער משל פין חסידישע ספרים, דער חילוק פין א בן מלך און א גענעראל, וואס פירען ביידע אהן א באזונדערע מיליטער פאר דער קעניג, ווען דער גענעראל באזיגט דער שונא, איז דער בן מלך אויך צופרידן, ווייל ער וויל דער תכלית אז מען זאל באזיגן דער שונא, און ווען דאס געשעהט אפילו דורך א צווייטער איז ער צופרידן, ווידער דער גענעראל וואס מיינט נאר זיך און זיין כבוד, טאמער דער בן מלך איז דער וואס באזיגט דער שונא איז ער צובראכן און דעפרעסט, און נאך מער, אויב דער שונא באזיגט דער בן מלך איז ער צופרידן, אפילו דער מלך לייגט שווערע פארלוסטן, ווייל ער מיינט נאר זיך און זיין כבוד.


זאגען זיי, אז ר' יאנקעל מיינט נאר זיך און זיין כבוד, קיינער טאר נישט אויפטוהן פאר דער אויבערשטער, ווייל ער איז ווי דער גענעראל אין דער משל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3390
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1828 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 15, 2021 3:12 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: גערעכט אדער נישט. די רעבעס טוען אזוי. זיי רודפ'ן די קאמפעטישן עד חורמה. או. קעי. נישט די רבי אליינס. ער איז דאך א צדיק. די חסידים טוען עס פאר זייער רבי. און די רבי ..."וועיסט נישט! אז זיי טוען עס. אזוי ווי א געוויסער צאאדיק אין ראקלענד קאונטי. איי. די רעבע האט דאך ריעך הקאוידעש...? אבער דאס וועיסט ער נישט...!


דאס אז רעבעס טוהן אזוי דאס ווייס איך אויך...
דארף מען טאקע מוחה זיין.

ליעב צו וויסן: אדרבה. זיי מוחה. אז דו ווילסט האבן א פארגאסענעם שטריימל און בעקישע מיט דזשינדזשער עיל (אדער קאלא. פארשטייצעך פון מים חיים.).רייץ דיך מיט די רעבע'ס כלבים. איך האב עס שוין אדורכגעמאכט אין העיליגן שטעיטל, סקווירא יצ"ו.

אייגנטליך. זיי האבן נישט מיך געמיינט. נאר מיין שוואגער.איך בין געזיצן נעבן איהם. אויל לר'-- ואויל לשכינו...!

ער האטציך עס פארדינט. ווייל ער האט געשיקט זיין זון לערנען קיין ארץ ישראל. אויך. ווייל ער איז אויך געווען א חסיד פון רחמיסטריווקא רבי, שליט"א...! האבן דעם רעבע'ס כלבים איהם (און מיך) באשפריצט מיט (כשר'ע) דזשינדזשער עיל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14785
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9659 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג יוני 15, 2021 3:21 pm

נאר די סקווירא זענען שקצים פארן גיסן אויף דיין שוואגער, אבער די וואס וואגן זיך אריינצוטרעטן ביי ר' שאול אלטר מעג מען אויסצאפן די בלוט ווייל זיין קאזין איז יורש דאוריתא מיט נאך א פאר בעלאוניס וואס דו גייסט באלד אויפטרעפן פארוואס גור מיט מהר"א מעגן טוהן וואס זיי ווילן? איך ווייס שוין נישט וואס דו מיינסט ערנסט און וואס דו ביזט סארקאסטיש.........
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 620
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 15, 2021 3:33 pm

תרמב: כמו שאמרתי. גערעכט אדער נישט. דאס איז די מציאות פון די רעבעס היינטיגע צייטן.

דעם גערער רעבע ווילל קיינער נישט בארויבן פון זיין רעכט צו זיין רעבע. ס'נאר דא א ביסל קאמפעטישן. משא"כ אין קר"י שב'מאנרא האט מען (די זאליס און בני יואל. ושאר מרעין בישין.) געוואלט בארויבן מהר"א שליט"א פון זיינע לעגיטימע רעכטן. האט ער זיך באשיצט. און ער האט (ב"ה) געוואונען.

פארקערט. ער איז גאר מקיים דעם מאמר חז"ל אין פרקי אבות..."איזהו גיבור הכובש את יצרו. טוב ארך אפיים מגיבור. ומושל ברוחו מלוכד עיר."...! קוק אריין וואס ר"ע מ'ברטנורא זאגט פשט אויף דעם...!

מהר"א וסייעתו לאזן די בני יואל לעבן במנוחה. כל זמן זיי רודערן נישט (צו שטארק) ארום. איך ווייס נישט אויב אין בעלזא און וויזניץ אין ארץ ישראל וואלט מען אויך געלאזט די .."שונאים"... לעבן במנוחה פאר זייער נאז...!

איך האב אליינס געזעהן, ווען כ'האב געדאוונט אמאל שבת אין ביהמ"ד עצי תמרים. דארט האט אויך געדאוונט א יונגערמאן וואס איז א זון פון איינעם פון די הויפט רודערערס פון די בני יואל. און דער עולם האט זיך באצויגן צו איהם מיט'ן גרעסטן כבוד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14785
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9659 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט

cron