ראטעוועט מיין שטאָט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2095 מאל

ראטעוועט מיין שטאָט!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

גענומען פון דא

[כ'האב שוין מער ווי איינמאל ארויסגעברענגט מיין דעה אז מיך מאכט נישט אויס ווער עס איז מנהיג און פאליטיקאנטן קומט זיך געווענליך ווייניג קרעדיט ווייל עס איז מער מזל ווי ארבעט, זיי קענען נישט אויפטוען צופיל מילא, און אז תוצאות זעען זיך נישט אן בעפאר לאנג, אבער די לעצטע יאר האביך איינגעזען אז אויפטוען איז שווער זיי צו געבן פולשטענדיגע קרעדיט, אבער חרוב מאכן דאס קענען שוין אפי' נידעריג ראנגיקע ערוויילטע אויכעט..... דעריבער בינעך יא א יענג שטיצער. - פאליטיקאנט]



חברים יקרים.



איך בין א ביזנעס אונער אין ברוקלין וואס גיבט פרנסה פאר א שיינע פאר אידן. איך קוק זיך צו וואו מ'האלט דא א וואך פאר די וואלן, און מיין בלוט קאכט אין מיר. איך דריי מיר אין מקוה, און אין קאווע שטיבל, ביי וואכנאכטס און חתונות און איך זע אז דער עולם כאפט נישט וואס דא גייט פאר.



די סיטי איז א מעסס! מ'לאזט נישט זיין רייך, און מ'לאזט נישט זיין ארעם. מ'קען נישט קויפן קיין לייטישע הייזער, און מ'קען נישט גיין אויפ'ן גאס, ווייל ס'שטינקט.



זיצן זיך שוטים משוטים אין סיטי האול, מ'טרייבט פון אונז ליצנות, די איינציגסטע זאך וואס האלט זיי פארנומען איז שטיפן די לינקע וואגן מיט סטעיטמענטס און פארדאמונגען. קיינער איז נישט אינטערעסירט צו ארבעטן און טון די סימפעל קאמען-סענס שריט וואס פעלט אויס. מען דארף נישט דא קיין ווער ווייסט וואס, ראקעט-סייענס. מ'דארף פשוט נעמען ערנסט די סיטי און עס פירן ווי א ביזנעס. עס דארף זיין אקאונטעביליטי, ס'דארף זיין לידערשיפ און דירעקשאן.



דא זעמיר געווען סטאק מיט דעם שלאַנקען נאַר פאר 12 יאר, ווייל די טיפע עסקני'שע קעפ האבן געזען אז ער איז ארויפגעשווימען אין די פאולס פונקט אין די ריכטיגע מינוט. פאר א שווארץ יאר! ווען נישט מיר העלפן אים פארמיידן א ראנאף, אפשר וואלט ער פארלוירן? און אפילו נישט, איז די וויכטיגסטע זאך וואס מיר קוקן איז זיין פראנט ראנער?? האמיר אונז נישט קיין שום פרינציפן? אונז האמיר נישט קיין שום פארלאנגען?



אבער יא! די עסקנים זענען גוט מיט די עלעקטעד עפישעלס. ס'הייסט?! אונז לאכמיר דאך שוין מיט אים אויף בילדער פאר 22 יאר? ער קומט דאך אלץ צו "כאף אלעף כיסלעף", און ער זיצט אויף די טיש פון די "עסקנים". מ'מוז דאך האבן הכרת הטוב פאר איינעם וואס האט שוין אזויפיל מאל אויסגעצויגן זיינע לעפצן צו שמייכלען צו אונז, און אנטפלעקן זיינע ווייסע ציין.



יא, אבער וואס האט ער שוין געטון פאר אונז?



איינער וואס קען שיין לאכן און שאקלען הענט וואלט איך גערן אריינגעוואוט פאר א וועיטערער, אדער דאָר-מען, אבער פאר מעיאר פון די וויכטיגסטע שטאט אין אמעריקע????? השתעגנו??



אבער דא פאלן מיר נאכאמאל אריין אין די זעלבע פאסטאקע. די עסקנים זאגן אז מ'דארף האבן "הכרת הטוב". זיי זענען אזעלכע גוטע "פרענדס" מיט זיי, און זיי האבן אפילו זייער פרייוועט סעל נומבער. האלאו! שיק זיי א שיינע באר טשאקלאד און א "טענקיו" צעטל, אבער געב אים נישט איבער צוטריט צו פירן א שטאט מיט מיליאנען איינוואוינער; א שטאט ווי מ'דארף יעצט קריטיש וויכטיג א מענטש וואס טויג באמת.



אקעי, יעצט וועט איר זאגן אז יענג איז פריש און האט נישט קיין עקספיריענס.



גערעכט טאקע. ער האט נישט קיין עקספיריענס אין ארומלויפן צו אלע מסיבות, שמייכלען, שעיקען הענט, און קלאצן צווישן איין עלעקשאן און צווייטן. ער האט נאר עקספיריענס אין אויפשטעלן און פירן א סוקסעספולע ביזנעס, וואס דאס איז טאקע פונקט וואס אונז דארפמיר!



יא! די פאליטישאנס האבן עקספיריענס אין גארנישט טון! און יענג האט נישט דעי עקספיריענס!



צוריק צו די פאולס. הגם ס'איז מיר נישט צופיל נוגע, ווייל איך האלט אז מ'דארף וואוטן פאר וועם מ'האלט אז ער איז גוט פאר די דזשאב, און מ'טוט ממש גארנישט אויף מיט'ן וואוטן פאר איינעם וואס איז פאראויס. העכסטנס אויב עדעמס געווינט וועט ער זען ווי שטארק אונז האמיר געוואלט איינער וואס טוט, און ער וועט זיך צופלייסן.



אבער בכלל בין איך בכלל נישט קאנווינסט איבער די גאנצע פאולס געשעפט. אונז האמיר שוין גוט געזען ביי ביידע טראמפ-עלעקשאנס ווי שרעקליך אףף די פאולס זענען געווען. לויט די א.ג. פאולס האט טראמפ געדארפט פארלירן מיט 12 פראצענט, און צום סוף איז די ריזאלטס געווען טויט-נאנט. (ווען נישט די פאולס\מידיע מאלן אראפ טראמפ אלס דער זיכערער פארלירער, וואלט ער אפשר געקענט עס דורכשטיפן און מאכן.)



יענג איז א שטיקל בחינה פון טראמפ. די מידיע האַסט אים, מ'זוכט אלע וועגן אים אונטערצוברענגען, און איך בין בכלל נישט זיכער אז די מידיע שפילט נישט יעצט אויף אונזערע מוחות. געב נאר א קוק אין די דיטעילס פון די פאולס, זיי רעכן בכלל נישט די אידישע און אזיאנער קאמיוניטיס וואו ס'איז איינס פון יענג'ס שטערקסטע באזעס. ס'איז נישט קיין גרויסע קונץ צו מאכן א פאול אויסקוקן סך שוואכער ווי ס'איז באמת אויף די גראונד, און אזוי פרובירן צו באאיינפלוסן די אוטקאם פון די וואוטס.



איך בעט ענק ברחמים. לאמיר ראטעווען אונזער שטאט! מיר עסן זיך גענוג אגאנץ יאר, יעצט קעמיר אונז טון עפעס. לאמיר ארויסגיין שוין יעצט ביי לאנטש, אריינקאטשקענען פאר ענדרו יענג פאר מעיאר, מיט א תפלה צום אויבערשטן ער זאל אונז געבן אן עתיד דא אין גלות ניו יארק!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר