א שטויס פאר גור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

א שטויס פאר גור

שליחה דורך רימון »

די וועלט שטייט געשטוינט און געפלעפט פון דעם אומגלויבליכן סוקסעספולן קאמפיין וואס קהילת הגר"ש אלתר האט אפגעראכטן מיט אריינברענגען א צאל פון קרוב צו פופציג טויזנט (!) נדבנים און אן אסטארנאמישער סומע פון איבער פופציג מיליאן שקל.

כמעט וואס ס'לאזט זיך נישט גלייבן; נישט בלויז איז עס פון די סאמע אדער סאמע גרעסטער קאמפיין וואס איז נאר אמאל אפגעראכטן געווארן, נאר אז מ'נעמט אין אכט פון וועמען מ'רעדט דא, א קליינע מיטגעמאכטע און גע'רודפ'טע גלות קהלה וואס ווערט געפייניגט דורך די סאמע מאכטפולסטע קהלה אין דער וועלט און ווערט אפן און גראב באיאקאטירט דורך כמעט יעדע עמטליכע פלאטפארמע אז אפילו נארישע טאג בלעטלעך האבן זיי נישט געוואלט שטיצן.

מיט שאק שטייט די וועלט און קוקט ווי די מאכטפולע ארעם פון טעראר דורך גור וואס האט נישט געשפארט קיין מיטלען קעמפט מיט ציין און נעגל קעגן הגר"ש האט זיך צונויפגעברעקלט איבערנאכט און איז געפאלן באוואוסטלאז ווי קאמוניזם אין סאוויעטישן פארבאנד איז געפאלן בשעתו. דאס איז נישט סתם א באכע, נאר א טויט שלאפ. לאנג וועט נאך נעמען ווען מ'וועט כאפן וואס פאר א שטויס גור האט געכאפט און וואס וועט זיין די נאכפאלגן דערפון ווען זייער גאנצער מערכה איז זיך צעגאנגען אין א זייפן בלאז און כ'האף ס'וועט ברענגען די נויטיגע חשבון הנפש וואס אזא מאכט איבערווארפונג דארף ברענגען.

אלה ברכב ואלה בסיסים, גור מיט אירע מיליאנען חסידים כפליים כיוצאי מצריים, מיט דעם פאליטישן כח, מיט דער מאנאפאל אויף דער גאנצער חרדישער מידיע, איז ווערד געווען א געפלאכטענע תאינה שבכרה לצור על צלוחיתו, ווייל ואנחנו בשם אלוקינו נזכיר. גבירים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן געגאסן שווערע טויזנטער דאלארן און שקלים בנוסף צו די צענדליגער טויזנטער קלענערע נדבות וואס האבן פשוט נישט אויפגעהערט שטראמען פון אלע עקן וועלט און געשאנקען פאר הגר"ש די אנערקעננג פון פינאנציעלע בסיס איינמאל פאר אלעמאל זיך צו שטעלן אויפ'ן רעכטן פיס.

ס'איז דא פארשידענע מחשבות און לעקציעס וואס מ'קען ארויסנעמען פון אזא פרעצעדענטלאזע אנטוויקלונג און פאקטארן וואס האבן צוגעשריבן צו אזא אבנארמאלע סוקסעס.

א) כלל ישראל איז א מבין אויף אן ערנסטע זאך און הגר"ש וועלכע איז א גדלישע מענטש בתורה ובמדות געניסט פון שעצונג איבער דער גאנצער וועלט.

ב) כלל ישראל איז זאט פון טעראר און השחתה און האבן אלע ווי איינער זיך געוואלט אננעמען פאר'ן נרדף און זיך מדבק זיין במדותיו של הקב"ה שמבקש את הנרדף.

ג) כלל ישראל איז א מבין און מכיר טוב די נייע ווינטן וואס קהילת הגר"ש שטעלט מיט זיך צו, סיי מיט'ן קוקן אויף תכלית און ערנסטקייט, נישט קיין רביסטעווע, טעראר און מאכט, נאר תורה און ערנסטקייט, סיי מיט'ן אריינברענגען א גייסט פון אהבת ישראל און אהבת הבריות, סיי מיט'ן זיין מיט צוויי פיס אויף דער ערד און לעבן אין רעאליטעט און פארשטיין די היינטיגע גאס און די צרכים פון בני הנעורים און מיט אן אמת אן קיין געמאכטע צביעות.

ד) חותמו של כלל ישראל אמת, מ'זעט פשוט די גאנצע וועג וויאזוי רבי שאול האט באהאנדלט די מעטשינג קאמפיין, אנשטאט זיך טומן זיין בצלחת און זאגן איך שמעק נישט איך וועיס נישט, האט ער געוואוסט און געזאגט אז יא ס'איז מיין קאמפיין, פערזענליך געארבעט דערויף און נישט יוצא געווען מיט מלאכתו נעשית ע"י אחרים, אוועקגעשטעלט קלארע גדרים אז ס'האט מיט בחורים קיין שייכות אבער גלייכצייטיג נישט געשפילט די לבן הארמי שפיל אז ס'איז נאר א טעלעפאן קאמפיין און טשארידי איז נאר פאר די אידן פון לארענס און מעקסיקא, און ווען ס'איז געקומען צו פראווען די הצלחה האט מען נישט געזען בלויז עסקנים און יוצא משרתים נאר מורינו ורבינו שליט"א אליין האט זיך פערזענליך באטייליגט און אויפגעטרעטן, מסתמא די סאמע ערשטע מאל וואס א מנהיג ישראל זאל אנטיילנעמען ביי אזא סארט מעמיד.

ה) כלל ישראל זאגט פאר גור לאז שוין אפ, נעמט אראפ אייערע בלוטיגע לאפעס, לאזט אנדערע לעבן, מיר וועלן נישט פארשווייגן ווען איר פארגיסט בלוט, אויב ווילט איר מאכן ארדענונג מאכט ארדענונג מיט אייערע אייגענע פראבלעמען, הערט אויף פייניגער אייערע אייגענע מענטשן, און הערט אויף אונטערדרוקן אנדערע.

ו) איך האב אויסגעהערט די דרשה פון הגר"ש צום שלוס, אזוי זיס, אזוי אמת, אזוי פשוט, ער רעדט ליבערשט ווי א מנכ"ל און ווי אחד מבני החבורה, ווי איידער עפעס א רבי וואס איז ראשו מגיע השמימה און בקישוי לאזט ער זיך אראפ געבן ברכות קודש פאר זיינע כצאן לטבח יובל, דער וועג וויאזוי ער איז זיך מייחס צו זיין ברודער מיט כבוד הרמה, אשרינו מה טוב חלקינו.

כלל ישראל קוקט מיט שעצונג אויף דער נייער גייסט פון תורה בטהרת האמת וואס קומט ארויס פון דעם הייליג ווינקל פון קהילת פני מנחם בראשות פון איר גרויסן מנהיג, כלל ישראל שרייט הילכיג מיר וועלן אייך נישט לאזן פאלן, כל משבריך וגליך עלי עברו וועט אייך נאר שטארקן, חזק חזק ונתחזק, שרעקט אייך נישט פון קיין טעראר ווייל אמת מארץ תצמח ושפת אמת תכון לעדה, בך שאול בחר ה', קהילת פני מנחם איז מחייב אנדערע קהלות און כלל ישראל וועט טון וואס נאר אימער ווייטער צו זען בשגשוג ופריחת האי קהלה נאה וחסידה.

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר