גריבלען אין יענעמס טינופת

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

גריבלען אין יענעמס טינופת

שליחה דורך גאלד »

ליידער זייט וועלט איז וועלט איז דא דער ברענעדיגע יצר הרע פון פאליטיק, מחלוקת, לשון הרע.
דאס מאכט זיך ליידער ביי די שענסטע און בעסטע,
ס'איז זייער א שווערע יצר הרע,
איבערהויפט ווען מ'איז שטארק אינוועסטירט אין א חסידות אדער קהילה,
און ס'מאכט זיך א געדראטשקע איבער די הנהגה,
און מ'שפירט איז דער אנדערער צד טוט עפעס שלא ביושר,
יעדער פארשטייט אז ס'שווער א פרעמדער זאל זאגן מוסר,
איינער וואס איז נישט אינוועסטריט דערין איז שווער צו מקבל זיין מוסר וכדומה,

למשל, את חטאי אני מזכיר, אני הצעיר בין ליידער איינגעטינקען אין די סאטמארע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל],
איך ווייס אז ס'טויג נישט,
איך טריי אסאך זיך צו איינהאלטן,
אבער איך בין מעודי א סאטמארער פון ניו יארק,
כאב א יצר הרע, וואס זאל איך טאן,
כאב א וועסטעד אינטערעסט דערין,
אבער גלייבט מיר בתהום לבבי איז דאס א בדיעבד שבדיעבד,
מיין שאיפה איז אז זאל ווערן א שיינע שלום אין סאטמאר,
ווי יעדער גייט זיך זיין וועג און מ'איז ווי ברודער בעפאר,
מ'רעספעקט זיך איינעם דעם אנדערן וכדומה,

יעצט על שעכשיו באתי,
ווי באקאנט איז לעצטענס נולד געווארן עפעס א גער'ע געדראטשקע,
פרעג מיך נישט וואס ווי ווען,
דאס איז א ריב לא לו, ס'אינטערסירט מיך נישט,
כאב ליב אלע גור'ע אידן אהבת נפש, זיי זענען אלע טייערע אידן,
אבער ליידער האט זיך דארט געמאכט עפעס א מיירע,
און איך וואונטש זיי שלום ואהבה,

דא קומט אבער די הימלשרייענדע פירצה שאין כמוהו,
איך קוק מיך אזוי אים אין איינע פון די גערע אשכולות,
נישט מער אין נישט ווייניגער זעה איך דארט היימישע סאטמארע ניקס, פון מונרו גאר,
זיצן אין מישן דעם טאפ דארט!!!
האלא!! איך קען וויסן וואס דו האסט פארלוירן דארט?
למשל דיין אייגן סידור קידושין מערכה וואס פלאקערט אזוי באשיינפערליך,
מים רבים לא יכלו לכבות איז דיר נישט גענוג,
ביסטאך ממש א מומר להכעיס,
בשלמא די סאטמארע פאליטיק האסטו דאך א יצר הרע,
נו סאיז א מומר לתיאבון,
אבער ווי פאר א גוט יאר ביסטו א מחותן דארט??

איך בעט שוין מיינע טייערע סאטמארע ברודער,
אל נא אחי תרעו, פיצט שוין ארויס פון דארט,
שטייטצעך די זעלביגע בעהט איך מיינע ליבע גערע חסידים,
זאלן מוחל זיין שוין פארלאזן די אלע סאטמרע חאזעריי אשכולות

והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר