געפעלן פאר אנדערע - Peer Pressure

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 609
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

געפעלן פאר אנדערע - Peer Pressure

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

ווילסטו זיין א פרייער מענטש זיך צו פירן דיין לעבן וויאזוי דו האלסט פאר ריכטיג?
שפירסטו אז דו אינוועסט צו פיהל צייט, געלט, כח און מח צו געפעלן אנדערע?
דו קלערסט אז וויבאלד למעשה ברויכסטו צוקומען צו (געוויסע) מענטשן,
ביסטו געצווינגען צו דינען זייערע אינטערעסן??

- טראכט אריין -

״דער וואס נעמט אויף זיך דעם שווערן לאסט פון געפעלן פאר אנדערע, ווערט דערנאך נאך א גרעסערע נצרך און דארף דעריבער געפעלן מער מענטשן כדי זיי זאלן זיין וויליג אים צו העלפן שלעפן דעם שווערן לאסט...״

לדוגמא: וויפיל גיבסטו אוועק פון דיר צו פארדינען דיין געלט? נאר כדי עס צו קענען דערנאך ספענדן אויף זאכן וואס דו דארפסט עס נאר צו בלייבן אנשטענדיג אין יענעמ׳ס אויגן? וויפיל זאכן טוסטו צו קענען טון געוויסע סארט שידוכים בכדי אנצוהאלטן דיין אימעדזש אין די שדכנים׳ס אויגן?

דעריבער געדענק גוט:

[justify]״דער וואס נעמט אויף זיך דעם שווערן לאסט פון געפעלן פאר אנדערע, ווערט דערנאך נאך א גרעסערע נצרך און דארף דעריבער געפעלן מער מענטשן כדי זיי זאלן זיין וויליג אים צו העלפן שלעפן דעם שווערן לאסט...״[/justify]

געב א דריי דעם צויבער ראד אויפן אנדערן ריכטונג און הייב אן לעבן ׳דיין׳ לעבן, טו זאכן וואס דו האלסט פאר ריכטיג, הער אויף צו טראכטן וואס אנדערע ווילן/עקספעקטן פון דיר, וועט דיין לעבן ווערן פיל גרינגער מיט ווייניגער געברויכן וועסטו דארפן ווייניגער הילף עס צו קענען שלעפן; וועסטו דארפן ווייניגער אינוועסטירן אין געפעלן אנדערע; וועט דיין לאסט ווערן גרינגער; וועסטו דארפן ווייניגער הילף עס צו קענען שלעפן; וועסטו דארפן ווייניגער אינוועסטירן אין געפעלן אנדערע; וועט דיין לאסט ווערן גרינגער; וועסטו דארפן ווייניגער הילף עס צו קענען שלעפן; וועסטו דארפן ווייניגער אינוועסטירן אין געפעלן אנדערע; וועט דיין לאסט ווערן גרינגער......


---
דאס אלעס האבעך גערעדט צו מיר אליין, יעצט בינעך נייגעריג וואס דו זאגסט צו דעם?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער פרטים איבער די קלענערע היימישע חבורות וואס קומט פאר ׳בתוך עמי׳ שיקט אן אימעיל צו: teauvent@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר