געפעלן פאר אנדערע - Peer Pressure

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

געפעלן פאר אנדערע - Peer Pressure

הודעהדורך בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 21, 2021 10:58 am

ווילסטו זיין א פרייער מענטש זיך צו פירן דיין לעבן וויאזוי דו האלסט פאר ריכטיג?
שפירסטו אז דו אינוועסט צו פיהל צייט, געלט, כח און מח צו געפעלן אנדערע?
דו קלערסט אז וויבאלד למעשה ברויכסטו צוקומען צו (געוויסע) מענטשן,
ביסטו געצווינגען צו דינען זייערע אינטערעסן??

- טראכט אריין -

״דער וואס נעמט אויף זיך דעם שווערן לאסט פון געפעלן פאר אנדערע, ווערט דערנאך נאך א גרעסערע נצרך און דארף דעריבער געפעלן מער מענטשן כדי זיי זאלן זיין וויליג אים צו העלפן שלעפן דעם שווערן לאסט...״

לדוגמא: וויפיל גיבסטו אוועק פון דיר צו פארדינען דיין געלט? נאר כדי עס צו קענען דערנאך ספענדן אויף זאכן וואס דו דארפסט עס נאר צו בלייבן אנשטענדיג אין יענעמ׳ס אויגן? וויפיל זאכן טוסטו צו קענען טון געוויסע סארט שידוכים בכדי אנצוהאלטן דיין אימעדזש אין די שדכנים׳ס אויגן?

דעריבער געדענק גוט:

״דער וואס נעמט אויף זיך דעם שווערן לאסט פון געפעלן פאר אנדערע, ווערט דערנאך נאך א גרעסערע נצרך און דארף דעריבער געפעלן מער מענטשן כדי זיי זאלן זיין וויליג אים צו העלפן שלעפן דעם שווערן לאסט...״


געב א דריי דעם צויבער ראד אויפן אנדערן ריכטונג און הייב אן לעבן ׳דיין׳ לעבן, טו זאכן וואס דו האלסט פאר ריכטיג, הער אויף צו טראכטן וואס אנדערע ווילן/עקספעקטן פון דיר, וועט דיין לעבן ווערן פיל גרינגער מיט ווייניגער געברויכן וועסטו דארפן ווייניגער הילף עס צו קענען שלעפן; וועסטו דארפן ווייניגער אינוועסטירן אין געפעלן אנדערע; וועט דיין לאסט ווערן גרינגער; וועסטו דארפן ווייניגער הילף עס צו קענען שלעפן; וועסטו דארפן ווייניגער אינוועסטירן אין געפעלן אנדערע; וועט דיין לאסט ווערן גרינגער; וועסטו דארפן ווייניגער הילף עס צו קענען שלעפן; וועסטו דארפן ווייניגער אינוועסטירן אין געפעלן אנדערע; וועט דיין לאסט ווערן גרינגער......


---
דאס אלעס האבעך גערעדט צו מיר אליין, יעצט בינעך נייגעריג וואס דו זאגסט צו דעם?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בְּתוֹךְ עַמִּי אום מאנטאג יוני 21, 2021 11:07 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג יוני 21, 2021 11:04 am

*peer pressure

איך האלט אז האבן peer pressure איז א מענטשליכע נאטור.
אזוי ווי דו וועסט סייווי האבן פיר פרעשור, דריי זיך ארום מענטשן וועמענס פרעשור דו ווילסט יא האבן אין דיין לעבן.

ווילסט זיך פארבעסערן אין תפילה? דריי זיך ארום מענטשן וואס זענען מקפיד אין דעם.
ווילסט זיך פארבעסערן אין בין אדם לחברו? דריי זיך ארום מענטשן וואס רעדן נישט ל"ה א.א.וו.

ווילאנג דו וואוינסט צווישן מענטשן גייסטו סייווי האבן פיר פרעשור. קאנטראליר עס וויאזוי עס קומט דיר אויס גוט
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 947
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1103 מאל

הודעהדורך בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 21, 2021 11:25 am

בת קול האט געשריבן:*peer pressure

איך האלט אז האבן peer pressure איז א מענטשליכע נאטור.

ש׳כח פאר דעם ספעלינג תיקון, שוין פאראכטן.

צום ענין: אקוראשט יעצט זיצעך אין טראכט איבער דיין נקודה... ברוך שכוונתי!

באמת איז דא א נאטירליכע דראנג צו זיין צווישן מענטשן, צו זיין קאנעקטעד מיט מענטשן... און פון די גרעסטע אלטימעט פחד וואס א מענטש האט איז צו ווערן אייסעלעיטעד און נישט נאר מענטש זענען אזוי, דאסיז נאטירליך אריינגעבויט ביי רוב בעלי חיים social animals בלע״ז.

נאר איך גלייב און טראכט אז רוב מענטשן ווערן פארכאפט דורך דעם דראנג אין א צויבער ראד און מ׳קומט קיינמאל נישט אן צום ציל. דער עול אין שיעובוד (איך רעד במחנינו שטייטסעך) איז ענדלעס, ביזט אייביג אויף א מצב פון נאכלויפן דעם crowd.

למשל: כידוע באשטייט א סטאדע שאף פון דעם אז יעדע איינציגע שאף וויל זיין ווי מער אין סענטער, מעורב אינעם סטאדע (באמת האט דאס מיט survival ואכמ״ל). יעצט א שעפעלע וואס גייט אביסל שטייטער געפינטסעך כסדר היפש אפגעריקט פונעם סטאדע און האט דעריבער כסדר׳דיגע ענקזייעטי.

יעצט לאמיר זאגן אז אינטער אים שפאצירט נאך א סטאדע אביסל שטייטער, ס׳איז טאקע א קלענערע אבער אין דעם סטאדע קענער זיך געפינען אינעם סענטער וועט ער זיין פיהל באקוועמער דארט - נאר א שעפעלע האט נישט קיין שכל, און זעט נישט פון אינטען - אבער אונז קעמער יא נוצן אונזער מוח שבראש און פארשטיין אז אה״נ אז אפאר משוגעים וועלן זיך נישט שטיפן צו זיין ארום דיר, אבער ס׳אלץ דא גענוג בעלי שכל מיט וועם העסטעך פילן בעקוועם...!

נאכאזאך: דער שעפעלע וועט זיך שטיפן צו זיין צווישן דעם עולם און וועט נאכגיין דעם סטאדע אפילו אין גריב אריין צו ווערן באגראבן לעבעדיגערהייט אבער א מענטש נוצט זיין שכל צו מענאווערן זיינע אינסטינקטס.

בת קול האט געשריבן:אזוי ווי דו וועסט סייווי האבן פיר פרעשור, דריי זיך ארום מענטשן וועמענס פרעשור דו ווילסט יא האבן אין דיין לעבן.

ווילסט זיך פארבעסערן אין תפילה? דריי זיך ארום מענטשן וואס זענען מקפיד אין דעם.
ווילסט זיך פארבעסערן אין בין אדם לחברו? דריי זיך ארום מענטשן וואס רעדן נישט ל"ה א.א.וו.

ווילאנג דו וואוינסט צווישן מענטשן גייסטו סייווי האבן פיר פרעשור. קאנטראליר עס וויאזוי עס קומט דיר אויס גוט


איך זעי נישט וויזוי דאס איז אן עצה אויף למעשה... פאר רובא דרובא איז נישט קיין עצה צו ממש טוישן געזעלשאפט... אפילו איך טרעף א געזעלשאפט וואס שטימט מיט מיר אין איין ענין, מעגיך זיך מחולק זיין אין אנדערע ענינים...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בְּתוֹךְ עַמִּי אום מאנטאג יוני 21, 2021 11:37 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יוני 21, 2021 11:34 am

שעפעלעך?

מאלפעס!!

אונז האבן פרעשור צו זיין וואס מער העכער איבער אנדערע, מער אין קאנטראל.

איך קען מענטשן וואס זענען געגאנגען קעגן דער נאטור, און געוועהן וואס זיי האבן געוואלט, און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט פאר זיי.

באלאנס איז דער שליסל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3385
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1827 מאל

הודעהדורך בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 21, 2021 11:46 am

אישתישבי האט געשריבן:שעפעלעך?

מאלפעס!!

אונז האבן פרעשור צו זיין וואס מער העכער איבער אנדערע, מער אין קאנטראל.


יא, דעיס איז נאך א מהלך וואס מענטשן טוען מיט דעם פראבלעם וואס אונז זעמער דן איצטער; טון וואס מ׳וויל און בלייבן אין געזעלשאפט, סאוי דער איז יוצא ביידע מיט ׳פירן׳ דעם געזעלשאפט וויזוי ער וויל... ;) :x

אישתישבי האט געשריבן:איך קען מענטשן וואס זענען געגאנגען קעגן דער נאטור, און געוועהן וואס זיי האבן געוואלט, און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט פאר זיי.

דאס איז וואס ׳זיי׳ זאגן? אדער דעיס ׳זאגסטו׳?


אישתישבי האט געשריבן:באלאנס איז דער שליסל.

100%
דעי ענין האט זייער א ברייטע ספעקטרום, יעדער דארף ניצן דעם אייגענעם שכל צו אפוועגן ווי וויכטיג ס׳איז אים דעי זאכן וואס ער וויל אנדערש פון אנדערע/געזעלשאפט לעומת צו זיין א מענטש צווישן מענטשן.... אבער איך מיין אז פיהל מענטשן לעבן אין א דמיון אז זיי וועלן ווערן אויסגעשפיגן פון געזעלשאפט. מענטשן האבן אסאך גרעסערע טאלערענץ ווי מ׳מיינט. ובפרט אז ווייל זיי אליין טוען דעי אלע זאכן געצווינגענערהייט, בלויז ווייל אנדערע ווילן... ;)
בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך חתן בחור » מאנטאג יוני 21, 2021 1:21 pm

בת קול האט געשריבן:איך האלט אז האבן peer pressure איז א מענטשליכע נאטור.

די מענשטליכע נאטור איז צו טוהן וואס מ׳האט אים/איר אויסגעלערנט פון יונגווייס אן. טאמער די עלטערן זענען געוועהן משועבד צו געפעלן פאר אנדערע וועט דאס די קינד בדרך כלל גיין אויף די זעלבע רעלסן. (אחוץ טאמער דאס קינד כאפט זיך און ווערט קלוגער פון די עלטערן.)
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 21, 2021 3:45 pm

בתוך עמי: דו האסט עס זייער גוט אראפגעלייגט. דאס דערמאנט מיך א (טראגי)-קאמישע סיטואציע וואס איך האב צוגעזעהן.

מיינער א שטיקל קרוב, וועלכער איז אויך פון די הויפט מענטשן וועלכע זייער גאנץ לעבן זוכן צו געפעללן פאר די וועלט. זיי טוען אלעס נאר פאר .."אימעדזש"... די פראבלעם איז אז ער איז נעבעך א גרויסער ארימאן...! האט ער זיך מיט מזל משדך געווען מיט א איד וואס איז אינגאנצן אזוי ווי ער. אויך א שלעפער. וואס ווילל געפעללן פאר די וועלט...! דער קידוש, אין ביהמ"ד איז געווען ווי ביי די גרעסטע גבירים. מיט אלערליי גערייכערטע פיש און פליישן מכל המינים.

איך האב ביי מיר געטראכט. ..."דער איד האט נעבעך קוים מיט וואס צו מאכן שבת. און דא האט ער זיך אנגעבארגט פון די האלבע שטאט כדי אהערצושטעללן אזא גרויסארטיגן קידוש"... געזונטערהייט.

ווען ס'איז געקומען צו די חתונה האט ער עס געמאכט (שטייצעך צוזאמען מיט זיין מחותן. אזא עושר ווי ער אליינס.) אין א טייערן, פענסי זאל וואס האט בשעתו געהייסן..."אפפער קלעס"...! אבער ווען ס'איז געקומען צו די אלע טריממינגס, די איבער געטריבענע לוקסוס'ן וואס א נארמאלער מענטש טראכט אפילו נישט דערפון און נאר עשירים לאזן זיך קאסטן, האט ער שוין נישט געהאט פון וואו צו בארגן. האט טאקע די חתונה (נעבעך) אויסגעזעהן שוואכער ווי א ..."תקנות"... חתונה...!

איך האב באמת רחמנות געהאט אויף איהם...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מאנטאג יוני 21, 2021 4:12 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14774
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9653 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יוני 21, 2021 4:01 pm

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:שעפעלעך?

מאלפעס!!

אונז האבן פרעשור צו זיין וואס מער העכער איבער אנדערע, מער אין קאנטראל.


יא, דעיס איז נאך א מהלך וואס מענטשן טוען מיט דעם פראבלעם וואס אונז זעמער דן איצטער; טון וואס מ׳וויל און בלייבן אין געזעלשאפט, סאוי דער איז יוצא ביידע מיט ׳פירן׳ דעם געזעלשאפט וויזוי ער וויל... ;) :x

אישתישבי האט געשריבן:איך קען מענטשן וואס זענען געגאנגען קעגן דער נאטור, און געוועהן וואס זיי האבן געוואלט, און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט פאר זיי.

דאס איז וואס ׳זיי׳ זאגן? אדער דעיס ׳זאגסטו׳?


אישתישבי האט געשריבן:באלאנס איז דער שליסל.

100%
דעי ענין האט זייער א ברייטע ספעקטרום, יעדער דארף ניצן דעם אייגענעם שכל צו אפוועגן ווי וויכטיג ס׳איז אים דעי זאכן וואס ער וויל אנדערש פון אנדערע/געזעלשאפט לעומת צו זיין א מענטש צווישן מענטשן.... אבער איך מיין אז פיהל מענטשן לעבן אין א דמיון אז זיי וועלן ווערן אויסגעשפיגן פון געזעלשאפט. מענטשן האבן אסאך גרעסערע טאלערענץ ווי מ׳מיינט. ובפרט אז ווייל זיי אליין טוען דעי אלע זאכן געצווינגענערהייט, בלויז ווייל אנדערע ווילן... ;)



נו איז דאך דא דער באקאנטער ניגון,

ווער איז דער יעדער וואס פירט דער וועלט אויף רעדער
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3385
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1827 מאל

הודעהדורך מורינו ורבנו » מאנטאג יוני 21, 2021 5:02 pm

איך הער פון מענטשן אסאך, אז זיי וואלטן געוואלט טון וואס איז ריכטיג, און נישט נאכלויפן די גאס, נאר זיי שפירן אז זיי טארן עס נישט טון פאר זייערע קינדער. אויב זייערע קינדער וועלן נישט קענען טון פאסיגע שידוכים, אדער עס וועט ריזיקירן זייערע משפחות נארמאלן אויסקוק, שפירן זיי אז זיי טארן דאס נישט טון.

איך הער דעם געפיל פון פיל מענטשן וואס זאגן דאס מיר.
מורינו ורבנו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג יוני 21, 2021 5:09 pm

מ’דארף עס דורכברעכן פאר די קינדער, אז דו וועסט זיך אנפייפן אין די סיסטעם אין די פיר פרעישער, וועלן דיינע קינדער לעבן סאך רואיגער, און זיי וועלן קענען טון נארמאלע שידוכים, נארמאל מיין איך נארמאל נישט דווקא שידוכים וואס האבן א שיינע נאמען פאר די גאס און זענען גארנישט מיט גארנישט.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 21, 2021 5:16 pm

תרמב: איך ווייס איינער וואס מ'האט איהם אנגעטראגן א שידוך מיט א תמימות'דיגן איד וואס גייט געהעריג אין דזשאב אריין. אן ארבעטער. האט ער אפילו נישט געוואלט הערן פון דעם.

ווען מ'האט איהם אנגעטראגן א צווייטן שידוך מיט אן אזוי-גערופענעם ביזנעסמאן. א..."דריי-קאפ"...אה... דארט האט ער שוין געכאפט. ער איז נאכגעלאפן דעם שדכן אז ער זאלל פאר א יעדן פרייז אויספיהרן דעם שידוך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14774
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9653 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג יוני 21, 2021 5:28 pm

ס’איז דא אידן וואס זיי מוטשענען זיך יארן לאנג צו האלטן אפען א בית מדרש’ל, זיי דארפן צאלן רענט אנגרייטן שאלעשידעס קלינען, וכדומה, אלעס טוען זיי אז זיי זאלן קענען טון שיינע שידוכים און זיך משדך זיין מיט א צווייטן וואס האט א בעסמעדרעש פאר די זעלבע סיבה........ זיי וואלטן זיך ביידע געקענט שפארן די געלט און קאפוויי דורכן זיך משדך זיין ציווישן זיך אן די שולכ’ל.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

הודעהדורך בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 21, 2021 6:24 pm

מורינו ורבנו האט געשריבן:איך הער פון מענטשן אסאך, אז זיי וואלטן געוואלט טון וואס איז ריכטיג, און נישט נאכלויפן די גאס, נאר זיי שפירן אז זיי טארן עס נישט טון פאר זייערע קינדער. אויב זייערע קינדער וועלן נישט קענען טון פאסיגע שידוכים, אדער עס וועט ריזיקירן זייערע משפחות נארמאלן אויסקוק, שפירן זיי אז זיי טארן דאס נישט טון.

איך הער דעם געפיל פון פיל מענטשן וואס זאגן דאס מיר.


זאת אומרת:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אבער איך מיין אז פיהל מענטשן לעבן אין א דמיון אז זיי וועלן ווערן אויסגעשפיגן פון געזעלשאפט. מענטשן האבן אסאך גרעסערע טאלערענץ ווי מ׳מיינט. ובפרט אז ווייל זיי אליין טוען דעי אלע זאכן געצווינגענערהייט, בלויז ווייל אנדערע ווילן... ;)


בקיצור: איך האב מורא פון דיר און דו פון מיר... איין גרויסע באבל!
בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך yatzmachp » מאנטאג יוני 21, 2021 11:58 pm

ווי לאנג מען לעבט צווישן מענטשן לעבט מען מיט פיער פרעשור. קיינער דרייט זיך נישט ארויס. די שאלה איז נאר ווער איז דיין פיער?
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 22, 2021 12:15 am

יצמח פ.: דו ביסט גערעכט. פיער פרעשור מיינט אויך אז מ'זאלל נישט ארויסגיין אויפ'ן גאס אזוי ווי נחום ראזנבערג. מיט אן אפענעם זיפער און א הענגעדיגע העמד. (אזוי ווי כ'האב געזעהן אויף א קליפ.). נאר אלעס דארף זיין מיט א מאס. נישט איבערגעטריבן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14774
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9653 מאל

הודעהדורך בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 22, 2021 12:19 am

yatzmachp האט געשריבן:ווי לאנג מען לעבט צווישן מענטשן לעבט מען מיט פיער פרעשור. קיינער דרייט זיך נישט ארויס. די שאלה איז נאר ווער איז דיין פיער?

כ׳האלטעס נאך אינמיטן זיכן... :P
און ׳דו׳... האסט שוין געטראפן?


ערענסט גערעדט, דעי היינטיגע סארט פ״פ איז אמאל נישט געווען... היינט אויב האסטו נישט קיין געלט, דאן ווער ביסטו בכלל...?! ווען וועלט איז געווען וועלט זענען געווען ארעמעלייט אזוי ׳לכתחילה׳ דאס איז ער אין פארטיג. פינטל. אמאל איז געווען אמעראצים, היינט גייטעס; ביסט נארמאל אז דו קענסט נישט דעם פסוק חימוש?! אמאל האט יעדער געמעגט האבן א ׳יוניקנעס׳ היינט וואג דיר נאר ארויסצושטעקן דיין נאז פון באקס....

דאס פייניגט מענטשן. דאס האלט צוריק מענטשן פון ארויסגעבן זייערע כוחות הנפש...

yatzmachp האט געשריבן:ווי לאנג מען לעבט צווישן מענטשן לעבט מען מיט פיער פרעשור. קיינער דרייט זיך נישט ארויס

ס׳הייסט בכלל נישט געלעבט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בְּתוֹךְ עַמִּי אום דינסטאג יוני 22, 2021 12:31 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 22, 2021 12:31 am

בתוך עמי: כדי צו וויסן ווער דיין פיער איז. דארפסטו דיך אליינס קענען זייער גוט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14774
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9653 מאל

הודעהדורך בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 22, 2021 12:37 am

berlbalaguleh האט געשריבן:בתוך עמי: כדי צו וויסן ווער דיין פיער איז. דארפסטו דיך אליינס קענען זייער גוט...!

כ׳אב זייער מורא אז ווען כעל מיר קענען העליך איבערבלייבן מיט זייער א נעראו ליין מיט וועם זיך צו פערן.... איז לאמיר מאכן אנדערש, לאמיר הייבן אונזער קעפעסעטי צו קענען פארליידן און עקסעפטן א ברייטערע צאל פון אלע סארט מענטשן און מ׳העמיר צוזאמען עסן איין גרויסע קוגל... :P
בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך yatzmachp » דינסטאג יוני 22, 2021 9:54 am

yatzmachp האט געשריבן:ווי לאנג מען לעבט צווישן מענטשן לעבט מען מיט פיער פרעשור. קיינער דרייט זיך נישט ארויס

ס׳הייסט בכלל נישט געלעבט!



ביזט גערעכט. די מענטשן אויפן בית החיים וואס האבן נישט קיין פיער פרעשור זיי לעבן. איך בין זיכער עס איז נאך דא פלאץ דארט.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 22, 2021 1:22 pm

מורינו ורבנו האט געשריבן:איך הער פון מענטשן אסאך, אז זיי וואלטן געוואלט טון וואס איז ריכטיג, און נישט נאכלויפן די גאס, נאר זיי שפירן אז זיי טארן עס נישט טון פאר זייערע קינדער. אויב זייערע קינדער וועלן נישט קענען טון פאסיגע שידוכים, אדער עס וועט ריזיקירן זייערע משפחות נארמאלן אויסקוק, שפירן זיי אז זיי טארן דאס נישט טון.

איך הער דעם געפיל פון פיל מענטשן וואס זאגן דאס מיר.

א רחמנות אויף קינדער וואס זייערע עלטערן זענען מוריש שקר לבניו, זיי באהאלט פון זיי זייער אמת׳ער מציאות - לעבעדיגע יתומים! - זיי ווייסן ניטאמאל ווער זייער טאטע/מאמע איז... נאכדעם ווינדערט מען זיך פארוואס דער חינוך איז אין ד׳רערד, קינדער זענען זייער גרויסע מבינים אויף אטענטישקייט.
בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דינסטאג יוני 22, 2021 1:56 pm

יא, אלס איינער וואס דרייטזיך אין די גאר היימישע מקמומות קען איך מעיד זיין אז די פרעשור איז פיל איבער געטריבן און אז זייער שווער צו פארנעמען! און נעמט ארום די מחנטש יעדע רגע פון זיין לעבן! בעיקר ביי די וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די אינטערנעט.
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך בת קול » דינסטאג יוני 22, 2021 4:17 pm

חתן בחור האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:איך האלט אז האבן peer pressure איז א מענטשליכע נאטור.

די מענשטליכע נאטור איז צו טוהן וואס מ׳האט אים/איר אויסגעלערנט פון יונגווייס אן. טאמער די עלטערן זענען געוועהן משועבד צו געפעלן פאר אנדערע וועט דאס די קינד בדרך כלל גיין אויף די זעלבע רעלסן. (אחוץ טאמער דאס קינד כאפט זיך און ווערט קלוגער פון די עלטערן.)


Peer pressure איז א social skill וואס מען לערנט זיך פון עקספיריענס.
אויב מען טוהט אן עפעס אינטערעסאנט אין קינדערגארטן, און די גאנצע קלאס לאכט, לערנט מען זיך אויס אז מען וויל דאס נישט טוהן נאכאמאל.
זיין אנגענומען ביי די ארומיגע איז human nature. עס האט נישט מיט די חינוך.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 947
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1103 מאל

הודעהדורך בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 22, 2021 4:57 pm

ס׳ביידע אמת. ס׳דא א נאטירליכע בילט-אין רצון צו זיין אנגענומען ביי די סביבה... דערנאך איז דא די פערסעפשאן וואס עלטערן לייגן אריין אין חיי יום יום, וועלכע סארט זאכן אויב דו וועסט טון וועסטו בלייבן אויסגעשפילט... און דאס איז פיהל מאל היבש איבערגעטריבן.
בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט