די ארוינים זענען געווען גערעכט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1484 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

די ארוינים זענען געווען גערעכט

שליחה דורך רימון »

די וואלן אין ניו יארק איז זיך פארלאפן א קיימא לן פון צוויי וואכן צוריק און נאך אלץ איז מען פארכאפט אין א דראמא אן קיין געהעריגע רעזולטאטן מיט א טוץ פרישע סקאנדאלן און מיסברויכן דורך די בארד אוו עלעקשאנס וואס קען זיך נישט צאמנעמען די ביינער און ארויסגעבן געהעריגע ציפערן. מיר, ניו יארקער איינוואוינער, מיט הונדערטער טויזנטער שטים בארעכטיגטע בירגער דארפן פארקערפערן דעם דרשו את שלום העיר און נאכפאלגן די עלעקשאן אויסגאנג מיט נייגער און זיך נישט קווארטירן אין א שטאט ווי ס'וואלט ווען געווען א האטעל אן די מינדעסטע זיך קימערן פאר איר וואוילזיין.

ביי אונז אבער איז דער מנהג צו קאמוניקירן מיט'ן עולם נאר פאר די עלעקשאנס ווען פארשידענע מענטשן מיט אינטערעסן פרובירן צו געווינען שטימען, א טאג דערנאך איז ולא נודע כי בא אל קרבנה און אנטשולדיגט מיר האבן זיך געטראפן ביז צו די קומענדיגע רונדע וואלן. אויב זוכט איר שטארק דעם פאליטיקאנט וועמען איר האט אריינגעוועלט העט איר דארפן געדולדיג אויסווארטן ביז צום קומענדיגן כ"א כסליו אין די ארמארי ווי אויב איר וועט זיין לאקי מיט גענוג פראטעקציע ביי יאסעלע פליעט, אייזדארפער און אינדיג, וועט איר קענען כאפן א סעלפי און אויב זענט איר גאר לאקי קען עס נאך לאנדן אויף אלתר'ס סטעטוס און פון דארט צו מלך הדרייווערס.

אז קיינער טוט עס נישט און די צייטונגען זענען נאר ביזי פייערן זיג און ווי מיין טיעם האט געווינען, מיינט אבער נישט אז ס'איז נישטא פארשידענע לעקציעס און געדאנקען וואס פאדערט מ'זאל זיי מעלה זיין על הכתב און אביסל נעמען אויף זיך א חשבון הנפש מיט'ן באטראכטן דעם עבר וואס קען נוגע זיין דעם עתיד.

1. ווי עס שיינט זענען נישט צופיל מענטשן פאראינטערעסירט אין פריימערי פאליטיקס. אין א סיטי פון מיליאנען איינוואוינער האבן זיך ווייניג גענומען די מי ארויסצוקומען שטימען. וויאזוי עס גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך. אויך אין חרדישן לאגער וואס איז ארויסגעקומען שטימען אין ריזיגע ציפערן דורכאויס די אלגעמיינע וואלן ווען ס'איז זייער ווייניג נוגע פאר'ן טאג טעגליכן לעבן (סיידן אויב איר שלאפט נישט רואיג אין וועלכע שטאט ס'געפינט זיך די אמעריקאנער אמבאסאדע אין ארץ ישראל), איז אידענטיטעט פאליטיקס וויכטיגער ווי זאכן וואס זענען אמת'דיג נוגע יום יום, ווי מער סערוויסעס פאר די היימישע געגנטער אדער גרענטס פאר די מוסדות התורה.

2. די עסקנים און היימישע פונדיטס האבן אונטערגענומען א כמעט פאראייניגטע טאקטיק וויאזוי צו טרייבן דעם עולם צו די שטום בודקעס מיט פעיר מאנגערינג און דערשרעקן דעם עולם צום טויט. סאיז אבער קלאר אז דער היימישער עולם האט דורכגעזען די בלאף פון דער אויסגעזויגענער היסטעריע ארום חינוך הטהור, אדער עדיוקעישאן, ווי נישט מער פארוואס דאס איז, קראקאדייל טרערן און א סעלף סערווינג שטורעם אין א גלעזל וואסער דורך עסקנים און פאליטיקאנטן פון אייגענער אינטערעסן וואס מיינען נאר זיך.

מ'דארף נישט זיין קיין גרויסע תנא קמא צו זען אז דא איז נישטא די מינדעסטע חינוך הטהור קריזיס און אלע פאליטיקאנטן לאזן אונז טון וואס מיר ווילן, אנגעהויבן פון קאומא אין אלבאני וואס לאזט סיי וועלכן רבי'ן פירן סיי וועלכן פאראדע אדער זינלאזע חינגא אין ברען פון אן אלוועלטליכע פאנדעמיע, און געענדיגט ביי דעבלאזיע וועמען מיר האבן ממש געהאט אין די לינקע קעשענע און סיידן גראבע געלטער פאר די מוסדות און א בלינד אויג אויף סיי וועלכע מיסברויכן האט מען גארנישט געהערט פון אים.

די פאניק ארום חינוך איז נישט ניי. ווער געדענקט נאך ווען מ'האט פרובירט אריינוועלן עפעס אן אלטן קאקער פון אכציג יאר קעגן עמעלי געלעגער אן טראכטן אפילו פאר א רגע אז אפשר איז נייע צייטן און די פראגרעסיוון האבן דעם אויבערהאנט. האט מען דעמאלט געשראקן אז אויב געלעגער געווינט איז געענדיגט מיט אידישקייט און מ'קען גיין לערנען אין וואלד מיט דריידלעך פאר ווען די יוונים קומען. ב"ה אז געלעגער איז שוין אין דער אסעמבלי פאר איבער א יאר און אידישקייט בליעט, קינדער לערנען נאך קמץ אלף א און קיין פיפס האט מען פון איר נישט געהערט איבער דער חרדישער חינוך.

3. וואו מ'האלט יעצט דינסטאג נאכמיטאג איז דא שטארקע שאנסן אז די קומענדיגע מעיאר זאל זיין נישט קיין אנדערע ווי פרוי גארסיע. ס'איז שאקירנד ווי ווידעראמאל האט מען איבערגעמאכט דעם געלעגער טעות און ס'איז נישט געווען קיין שום אוטריעטש צו דער קאנדידאט אנצוקנופן סיי וועלכע באציאונגען.

4. די רבי'ס אינטערעסירט נישט גארנישט. ניטאמאל די אייגענע מוסדות. אזעלכע פרנסים וואס זענען נישט מיצר ודואג אויף די צרכים פונעם דור איז נאך קיינמאל געווען און געבן נישט די מינדעסטע דעקל פאר המון עם. לו יצוייר איין רבי וואלט אפגעקויפט די עדיוקאציע געפאר, אדער זיך געזארגט פאר האוזינג, פאר פראגראמען פאר ארעמע, פאר פארברעכן, וואלט דאך דער רבי געגאנגען שטימען אדער כאטש געהייסן גיין שטימען. פארוואס איז נישט געווען קיין איין רבי (מיט'ן אויסנאם פון דעם שרף פון ליסקא), אדער דיין, אדער רב וואס איז געגאנגען צו די שטום בודקעס? ווי קען דער בד"ץ פון סאטמאר זיין אזעלכע היפאקריטן און אונטערשרייבן א חוב קדוש צו גיין שטימען ווען זיי אליין נעמען נישט אנטייל אין די וואלן. דער תירוץ איז זייער פשוט, א רבי איז נישט געמאכט צו קעירן. פינטל. ער איז דא צו ווארעמען א פאטעל, פארן קיין פלארידע און נעתר ווערן לבקשתינו עטליכע מאל אין יאר צו פארן אפנעמען געלט פון די רייכע חסידים.

5. משה דוד נידערמאן פארשטייט נישט קיין כי הוא זה צו פאליטיק. ס'איז נישטא דאס ערשטע מאל וואס ער האט זיך ארויפגעזעצט רייטן אויף א טויטן הארסי. אמאל האט ער כאטש געזינגען דעם ניגון פון הכרת הטוב, יעצט איז ער סתם געגאנגען קאפ אין וואנט אריין אן די מינדעסטע חשבון, אינאיינעם מיט יעגער און אייכנשטיין צוויי אנאלפעבעטס אין פאליטיק וואס האבן זיך ארומגענומען מיט דעם טויטן פערד און זיך געלאזט אריינפירן אין באד אריין. אז מ'רעדט שוין, היינט איז ארויסגעקומען א באריכט פון ניו יארק פאסט ווי UJO האט באקומען 275K אין גרענטס פון די רעגירונג און קיינער זאגט נישט קיין ווארט. פארוואס קומט זיך זיי אזויפיל געלט? ווער האט שוין אמאל געהאט א טובת הנאה פון זיי? הצלה האט באקומען 100K פיין, החרשתי, ס'איז אן ארגאניזאציע פון פאבליק סערוויס, אבער יו דזשעי או זאל באקומען דריי מאל אזוי סך, וואו איז די אויפברויז פונעם ציבור? וואו גייט דאס געלט אנקומען? מ'וואלט דאך באמת געקענט עפעס אויפטון מיט אזויפיל געלט.

6. די חרדישע פאליטישע שושקעס ווי אייכנשטיין און יעגער קומט זיך מכות פאר'ן עינעבלען אזא מטורף ווי העשי טישלער און אים גאר געהאלפן פארוואנדלען אין א הירא. העשי טישלער איז ניטאמאל א קלאון נאר ריין א לונעטיק מיט זיינע גאנצע פינף פראצענט וואס ברענגט ארויס די אפגעריסנקייט און שאנדע און א בושה אויף די היימישע פאליטיקאנטן וואס האבן זיך נישט גענומען די מי צו אינדארסירן איינער פון די אנדערע קאנדידאטן און זיך אפשאקלען פון דעם גאסן-משוגענער.

ווען ס'איז אויס מורא פון זיין גרויס מויל איז עס א האלבע עבירה, אבער ווי ס'שיינט האבן זיי שטילערהייט זאגאר געוואלט ער זאל זאגאר (אין זאגאר אחר זאגאר אלא לרבות) געווינען און דאס פנים קען פלאקערן פאר בושה לאן הגענו.

7. א געווינער פון דער גאנצער צירקוס איז דוד שווארץ וואס האט באוויזן צו משוגע מאכן א שטאט און א רייע גרויסע קהלות זאלן גיין מיט קאנדידאט וואס פארקויפט גארנישט, איז גענצליך א פרעמדער אויף דער פאליטישער ארענע און האט נישט קיין שאנסן צו געווינען, בלויז ווייל ער האט אויף יעדע זאך געזאגט יא יא יא, און געוויזן גענוג א לאנגע צונג, איז דער באדן געווען גענוג רייף אז א קליינער פאליטישער ראצערל זאל באווייזן צו משוגע מאכן א שטאט און זיי פארקויפן די וואשינגטאן בריק אינאיינעם מיט'ן אייפעל טורעם און אפאר זויערע אוגערקעס אן דע האוז.
אויך די בארא פארק'ער מוסדות האבן געטון א משוגענע אקט מיט'ן גיין מיט יענג ווייל ער איז פינף מינוט געווען פאפולער, אדער יעדער מיט זיין חשבון וועמען ער וויל אנלערנען בלק. יעדער וואס קען אביסל ניו יארקער פאליטיק האט פארשטאנען אז דאס וועט נישט אנהאלטן בנוסף וואס יענג איז א מענטש אן קיין פרינציפן און סתם א פוסטע באלאן וואס פארקויפט נישט גארנישט.
מיט וואס א טאג ס'גייט דורך לאזט זיך קלערן נאכאמאל און נאכאמאל וואס איז געווען זייער חשבון? ס'איז גרינג צו זיין א חכם לאחר המעשה אבער דא האט מען קיין גרויסן חכם נישט געדארפט זיין צו פארשטיין אז ענדו יענג איז אן עליען ווען ס'קומט צו ניו יארקער פאליטיק און ער וועט בדרך הטבע נישט זיין דער צוקונפטיגער מעיאר.
וואס איז מיט אביסל פאליטישע סעווינעס צו פארשטיין אז מ'דארף אינוועסטירן אין דער עסטעבלישמענט און נישט גיין מיט עפעס א כינעזער גר צדק וואס האט קיינמאל קיין עמטליכן אמט נישט געהאלטן אלעס ווייל ער איז גרייט צוצוזאגן גאלדענע בערג און וואס נאר מ'וויל הערן?!
אז דוד שווארץ האט דאס געקענט דעליווערן, קומט זיך אים א גאלדענעם מאדעל, אפגעזען אז די חרדישע וואוטס האבן דעם יענגען גאנץ ווייניג געהאלפן און ער איז געווען בבחינת DOA. לבי אומר לי אז דאס איז צו פארדאנקען די טראמפיען שכרות מיט וואס אונזער היימישע קאמיוניטי איז געשלאגן אז מ'גייט לערנען בלק, און אונז העמיר, ווייזן און מיר דארפן אן אוטסיידער און אונז פארשטיימיר בעסער און מ'עט זיך נישט לאזן.

8. ענדרו יענג, שטעלט זיך ארויס איז די גרעסטע פאליטישע זייפן בלאז וואס איך געדענק אין מיין לעבנסגעשיכטע. ער איז נישט קיין פאליטיקאנט און נישט קיין ביזנעסמאן, נאר איין שטיק הבל ורעות רוח וואס איז גרייט צו טון אלעס אין דער וועלט פאר א פאר נארישע שטימען. באזונדער האט זיך עס דערקענט ווען ס'איז געקומען צו די דעבאטעס איז נתגלה געווארן קלונה במלוא הודה והדרה ווי דער בחור האט זיך אריינגעלייגט די פיס אין מויל מיט נארישע אומסענסיטיווע סטעיטמענטס איינס נאכ'ן אנדערן.
ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט איז ער כאטש געקומען מיט עפעס א יוטאפישע מעסעדזש אז מ'גייט יעדן לייגן אויף קעסט וואס האט געכאפט א פאלאושיפ פון א ספוילד גענעראציע z וואס וואוינען אין מאמע'ס קלאר און זיצן א גאנצן טאג אויף טיק טאק און מיינען אלעס קומט זיך זיי אומזיסט אדער אפאר אונטער חכמים וואס האבן געמיינט אז דא ליגט די הונט באגראבן. ווען ס'איז געקומען צו לויפן פאר מעיאר איז עפעס זיין מעסעדזש פארלוירן געגאנגען, בעיסיקלי האט ער פרובירט צו טאנצן אויף אלערליי חתונות און ס'האט זיך נישט אויסגע'ארבעט.

9. דער יעגער, מיט'ן בארד אדער אנעם בארד, איז נישט דער גרויסער תנא קמא און זיינע פריאריטעטן זענען נישט אין פלאץ, אנשטאט טוויטן איבער מיטל מזרח אנגעלעגנהייטן זאל ער ביטע זיך זארגן פאר בארא פארק וואס האט גענוג איבלען ווען ס'איז ממש נישטא קיין גאס אן קיין פאטהאל אדער ענדלאזע פלייץ פון פארקינג טיקעטס ווען מ'קען ממש נישט אטעמען אין דער שטאט.
בארא פארק זעט אויס ווי א פארלאזטע שטאט און אז זיי ווילן עפעס אויפטון זאלן זיי ביטע לאזן טישלער טאנצן מיט זיינע בארבי אדוואקאטן אויף טיק טאק און א פשוט'ע זאך וואס זיי קענען טון צו פארבעסערן די לעבנסקוואליטעט פון די שטאטישע איינוואוינער איז זיך צו נעמען צו קארנס בעקעריי אויף פופצנטע עוועניו, וואס איז ממש אן אבן נגף פאר דער שטאט, א בעקעריי וואס כ'בין מתפלל יעדן טאג זיי זאלן זיך פארמאכן ווען האלב בארא פארק איז רוב טאג אין א גרידלאק צוליב זיי. מי יתן והיה אז מ'זאל זיך צוזאמנעמען אין בויקאטירן אזא פירמע וואס האט נישט די מינדעסטע מיטגעפיל מיט די ליידן פון די שטאט.

10.אז מ'רעדט פון פאליטיק מוז מען אוודאי ווידערהאלן אז אונזער שונא נומער איין איז ביל דעבלאזיע. פארוואס? ווייל מ'קען אונז קיינמאל צופרידנשטעלן און אונז זעמער פארשטינקענע כפוי טובה. דעבלאזיע איז א מעיאר וואס האט אונז געלעקט און געדרעקט, געגאסן פראגראמען און פרי קעי און טייטל וואן און כל שום חינוכא דיליה, ביז געציילטע יארן זענען חרדישע מוסדות התורה געווארן גאלד גרובן, טויזנטער יונגעלייט מאכן פרנסה אן גארנישט קענען, נישט געטשעפעט קיין מציצה בפה און קיין עדיוקאציע, ער האט אונז געלאזט טון קאוויד וואס מיר האבן געוואלט און צוגעמאכט א בלינד אויג צו אונזער הפיקרות, געליטן און געשוויגן און אויסגעשטאנען רדיפות פון זשורנאליסטן און לאביאינג גרופעס וועגן אונזער עדיוקעישאן און אונזער קאוויד באהאנדלונג אבער ער האט זיך פארביסן דער ליפן און דער זעלבער דעבלאזיע, ער איז דא דער המן בדורינו ממש, פארוואס? ווייל ער האט געטוויט וועגן (נאר יאסי געשטעטנער מעג טוויטן) א פראות'דיגע לוי' פון א רב וואס האט בקושי געהאט דרייסיג מתפללים און גאנץ וויליאמסבורג האט זיך געמוזט צוזאמקומען ביי זיין לוי' אינמיטן אן אלוועלטליכע מגיפה, און אויף דעם קומט אים טויט שטראף.

לבי אומר לי אז די עכטע עבירה פון דעבלאזיע איז ווייל ער איז אנטי טראמפ און דאס איז שוין אן עוון בל יכופר ווייל ווער ס'איז מהרהר אחר טראמפ איז כמהרהר אחר השכינה וואס כידוע איז דאך טראמפ בגימטריא משיח און טאהשער רבי האט דאך צוגעזאגט אז ווען שלום ווייס וועט ארויסגיין פון תפיסה דורך טראמפ דעמאלט ווען נתגלה ווערן נשמת משיח בן יוסף אין א סטרעטשט ווייסע לעמבוגיני. אז אונזער מעיאר האט געהאט די העזה צו בארירן דעם קרוין פון אונזער מלך זקן וכסיל, דאס איז שוין א חטא אויף וועלכן מיר וועלן אים נישט מוחל זיין נישט בזה און נישט בבא.

11. כ'ווייס נישט וואס איז געווען די מעשה מיט די ארונים הינטער די קוליסן און וואס איז געווען די הווה אמינא און דערנאך די מסקנא, אבער א גוטע מאוו איז א גוטע מאוו און באצייטנס האבן זיי זיך געכאפט אז מ'מוז דעם יענג ווארפן איבער'ן דראנג און כאטש האלבוועגס זיך ראטעווען דעם פנים און אינדארסירן א קאנדידאט מיט וועמען מ'האט אנגעקנופטע באציאונגען פון פאראויס און עמיצן וואס האט א שטארקע שאנס צו זיין דער צוקונפטיגער מעיאר. אינגאנצן איגנארירן גארסיע איז אבער געווען א טעות ווי אויבן דערמאנט.

12. אונזערע היימישע רעדנעקס האבן אלע געשטימט אין דער מאסן פאר דעם קורטיס סליווע, ווייל איך בין נישט קיין ליבעראל סנאו פלעיק נאר א קלוגער פרא קאנטרי, פרא פרידאם, פרא סעיפטי פוירסט, פרא סעקאנד עמענדמענט, פרא לייף, מיין אייגענע חברותא זאגט מיר גלייכגילטיג אז ער האט געשטימט פאר דעם סליווע, האט מען דומערהייט געשטימט פאר א בהמה א וויסטן אנטיסעמיט.

עניוועיס, טשולדיגט פארן אייך אלע דרייען א קאפ מיט מיינע פאליטישע פשעטלעך, אין אנדערע נייעס האט בשר א סעיל אויף די צוויי אינטשיגע סחורה און עטס זענטס אלע געלאדנט צו די בארביקיו היינט נאכט, חיימא איז שוין צוריקגעקומען אויף סטאטוס ווי ערשטהאנטיג רעפארטעד ביי לעזער וויינשטאק, ס'זעט אויס ווי ביידע, האצמער און זייצמער, דא רעדט משה בן ר' שלמה בן ר' לייב אין עוד מלבדו פון דענווער קאלאראדא.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר