פשט אין שפאצירן מיטן ווייב אויפן גאס אפגערוקט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

פשט אין שפאצירן מיטן ווייב אויפן גאס אפגערוקט?

שליחה דורך שבת אחים »

כהאב היינט באזוכט מיינע עלטערן אין וויליאמסבורג. כהאב געפארקט די קאר. און גערעדט אויפן טעלעפאון . און איך באמערק ווי א יונגע פארפאלק שפאצירט אויפן גאס. די מאן מיט א ברייטע הוט, בעיקטשע מיט א גארטל. קוקט אויס מעגליך פון א רבישע משפחה. די פרוי מיט א שפיצל. און זיי גייען אפגערוקט איינע פונעם צווייטן מיט אפאר פוס. און שפאצירן ח”ו נישט אינאיינעם.

אסאך מאל קען מען זעהן א פארפאלק שפאצירן אינאיינעם און זיי רעדן, שמועסן, און לאכן צווישן זיך- און מ’דערקענט אז זיי זענען ביידע אויף א גוטע פלאץ, זענען ביידע העפי, גליקלעך און צופרידן. אבער דא האט עס אויסגעקוקט פונקט פארקערט. די פרוי האט אויסגעזעהן צוזיין זייער פארזויערט און אנגעזעצט.

איך בין ליבעראל. איך לאז יעדען פירן זייער אייגענע לעבן. און יעדער קען טוהן וואס ער וויל און זיין מעהר פרום ווי גאט, און איך וועל אייביג האלטן אז יעדער האט אלע רעכטן צו זיין פרום און טוהן כל מה שלבו חפץ ווילאנג ער באדראעט נישט קיין אנדערע.

אבער פונקט ווי יעדער האט א רעכט צוטוהן וואס ער וויל. האב איך אויך א רעכט צוזאגן וואס איך וויל. און איך זאג אפילו איך געב אים די רעכטן דאס צוטוהן. און איך פארשטיי אז ער מיינט נאר גוטס. איז דאס א מוראדיגע טפשות און א פשוטע משוגעת. סהאט גארנישט מיט אידשקייט, סהאט נישט קיין שום מקור. סהעלפט נישט קיינעם. און סקען נישט זיין אז דאס איז די ווילן פון דער מלך מלכי המלכים.
פארקערט, דער אייבישטער וויל א מענטש זאל לעבן מיט זיין ווייב ווי א נארמאלע מענטש. ווען ער גייט מיט איר שפאצירן אויף די גאס זאל ער רעדן מיט איר, און פארברענגן מיט איר מיט געשמאקייט. א מענטש דארף זיין נאנט צוזיין ווייב, און נישט אוועקלויפן פון איר און זי זאל אים דארפן נאכלויפן אפאר טריט אינטער אים!

ווען איך זעה דאס, און די זעלבע די מוסלימענער פרויען וואס גייען צוגעדעקט אינגאנצן מיט די צוויי קליינע לעכער פאר די אויגן האב איך פשוט רחמנות אויף די מענטשען...

קיינער פון די אידישע רבנים און פון די אלע גרויסע מענטשען אין היסטאריע פון די אידישע רעליגיע האט זיך אזוי אויפגעפירט!
נישט רבי יוחנן בן זכאי. נישט הלל הזקן, נישט אביי ורבא. נישט רש”י, נישט די רמב”ם, נישט די בעש”ט, נישט די ווילנער גאון. קיינער נישט!
דאס איז נישט קיין פרומקייטן! דאס איז פשוטע משוגעתן און אבסעסיעס. סקומט נישט פון קיין געזונטע פלאץ. און ס׳מאכט אויסקוקן די רעליגיע ווי א קולט, זייער נעגעטיוו, זייער נעריש, זייער צוריקגעשטאנען. און האט נישט קיין שום פשט! גארנישט!
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר