ר' אברהם שארר - מחאה אויף רעקלאמע לערנען ענגליש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

ר' אברהם שארר - מחאה אויף רעקלאמע לערנען ענגליש

שליחה דורך אישתישבי »

נעכטען האט ר' אברהם שארר אין סטאלין, ביי אירגון שיעורי תורה, געזאגט אז ער מוז מוחה זיין אויף א זאך וואס מען דארף מוחה זיין.

איינער האט אים געשפילט א רעקלאמע פין איינער פין די "קולות" וואס זאגט מען קען זיך לערנען ענגליש, אין פיר וואכען זאגט דער רעקלאמע האב איך מיר געלערנט ענגליש.

ר' שארר נאך א לענגערע שמועס ווי א איד לעבט נישט על פי טבע, נאר חוץ לדרך הטבע, און דאס מיינט שלא שם חלקינו כהם, דער אשר חלק ד' לכל העמים, דער זון שיינט נאר פאר די פעלקער, אונז האבען א אנדערע מהלך, נישט דער זון שיינט, דער אויבערשטער מאכט לעכטיג שלא כדרך הטבע פאר אידען, זאגט איך וואלט זעהר געוואלט פארגעסען ווי מען רעדט ענגליש, נישט קענען אפילו רעדען מיט א גוי, אבער דא איז גליק, אז נאך אפאר וואכען קען מען רעדען ענגליש.

דאס האבען אונזערע עלטערען געוואלט ווען זיי האבען אונז געברענגט קיין אמעריקא? און ער רעדט דארט נאך דברים כבושין. ברענגט א ווארט פין אורח לחיים אויף ויתערבו בגוים וילמדו ממעשיהם, און מען לערנט זיך פין גוים פין זיך אליין מיילא, אבער נאך גיין און דיירעקט זיך לערנען ענגליש כדי צו ווערען נענטער מיט גוים, חס ושלום.

ווער עס וויל הערען קליק דא
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר