ר"י שטיינווארצעל, לשה"ר אקעי, פרי שבת איסור גמור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2070 מאל

ר"י שטיינווארצעל, לשה"ר אקעי, פרי שבת איסור גמור

שליחה דורך אישתישבי »

הקדמה

ר' יצחק שטיינווארצעל איז א טייערע איד א בעל מדות ומעשים טובים, נאר וואס דען? איך האב אביסל קריטיק אויף זיינע טייערע רייד וואס ער האט גערעדט לעצטע וואך, אין זיין דרשה זאגט ער אסאך שיינע זאכען, דברים טובים ומועילים וואס זענען שיין צו הערען, און אנדערע רבנים וואלטען זיך קיינמאל נישט געטרויט צו זאגען אזעלכע זאכען, איך וועל בעזר השם אנצייכענען צו אפאר אזעלכע פלעצער אויך. אבער למען האמת פיל איך א חובת השעה אז איך מוז ארויסברענגען דער טעות און זיינע ווערטער.

אירגון שיעורי תורה מאכט א קאמפיין נעקסטע וואך, ווער עס קען זאל צושטייער געבען, זיי טוהן א געוואלדיגע זאך, זיי לייגען אלע שיעורים ארויף אויף'ן געוועב, און זענען מזכה אסאך אידען צו הערען די דברי חיזוק וואס ווערען דארט גערעדט דורך רבנים פין אלע חוגים.

והיה זה שכרי, טאמער רבנים וועלען וויסען אז איש תשבי פין ק"ש וועט זיי אויספראקען אויף א שטות וואס זיי זאגען וועלען זיי טראכטען אביסל מער פאר זיי זאגען עפעס, נישט ארויסזאגען קיין נארישקייטען.

און יעצט צום ענין.

דער שיעור קען מען הערען דא פין אנהייב, שפעטער וועל איך פראבירן אנצייכענען דער גענויער מינוט און סעקונדע וואס ער זאגט פארשידענע ענינים.

ער הייבט אהן מיט א קרעכץ אז די אלע צרות וואס זענען געשעהן מוז זיין צוליב עפעס, ער קען נישט און וויל נישט זאגען פארוואס, אבער ער מוז, אבער עס קומט זיכער נישט צוליב לשון הרע, זיין טאטע האט געזאגט אז מען טוט מגזם זיין די עבירה פין לשון הרע, און ר' אלעזר'ל אושפוצינער האט אמאהל געזאגט אז "נאך א מזל עס איז דא לשון הרע אויף די וועלט ווען נישט וואלט יעדער געקענט טוהן וואס ער וויל און זיך מתלבש זיין באיצטלא דרבנן" בערך אזא לשון, ממילא קען נישט זיין אז די אלע צרות קומען צוליב לשון הרע. ער חזרט נאך אפאר מאל איבער אינמיטען שיעור דער פונקט, און ברענגט ארויס אז אוודאי איז לשון הרע יא הארב, ער זאגט נישט קיין דברים ברורים אין דער ענין. אבער א גענעראלע יסוד קען מען הערען פין אים אז לשון הרע איז בעיסיקלי א חלק פין לעבען וכו'.

יעצט איז דער שאלה, פין ווי קומט טאקע אזא זלזול אין א מציאות'דיגער לאו אין די תורה? בפרט ווען די חפץ חיים האט עס אזוי אויפגעפלאקערט? איז דא צוויי סיבות, דער עיקר סיבה איז ווייל דער חפץ חיים האט דא געמאכט א נייע שולחן ערוך, און געאסר'ט לפי דעתו פין גמרות און ראשונים, דער זאך איז נישט אדורך געטוהן געווארען פריער בכלל בכלל אויף אפילו א פראצענט פין דער פארנעם וואס דער חפץ חיים האט געטוהן, און דער חפץ חיים לפי דרכו איז א גרויסע מחמיר, ער מאכט באמת שווער דאס לעבען, מען קען זאגן מיט א פשטות אז לויט דער חפץ חיים'ס הגדרות און לשון הרע איז נישט מעגליך צו וויסען אויף א בעלעבאס צו מען זאל דארט ארבעטען, א ישיבה צו מען זאל דארט שיקען די קינדער, א כולל, א שידוך, א מענטש קען אריין פאלען און אנלעבען א לעבען פין פיין און ווייטאג דורך נישט רעדען לשון הרע לויט דער חפץ חיים. און קיינער וויל דאך נישט אויפציען קינדער אז זיי זאלען נישט קענען פונקציאנירען אין לעבען ווי א מענטש, ממילא מאכט פין דער לשון הרע א זאך, אז מען היט דאך מיט פרעמדע, אבער מיט א גאר גוטע חבר רעדט מען אלעס, קו"ח מיט שטוב מענטשען, אזוי איז געווארען דער סדר החיים.

איז מתוך חומרתו בא קולתו, ווייל דער חפץ חיים האט אזוי מחמיר געוועהן, ממילא איז מען אזוי מקיל.

דער צווייטער סיבה, איז ווייל אונזער קולטור איז געבעיסט אויף לשון הרע, און בעוה"ר נאך מער ווי גוים, אונז זענען אלע ביזי מיט יענעם, אזוי לעבען מיר, דאס איז חריידיזים, יענער מעג, מעג איך אויך, אדער איז יענער א רשע, ויש להאריך עוד, אבער דאס איז אונזער לעבען. טאמער מען זאל אויפהערען גענצליך רעדען לשון הרע, פארלירט חריידיזים איר פנים. און דאס איז דער יסוד פין דער ווארט פין ר"א אושפיצינער, און פארדעם זאגט ר"י שטיינווארצעל אז לשון הרע איז נישט דער פראבלעם.

מתוך דער גדלות פין חפץ חיים איז לכאורה כמעט נישטא קיין ספר וואס איז מברר זיינע חומרות, און שלאגט אפ זיינע חומרות, צו מאכען לשון הרע א מצוה וואס איז סאסטעיניבעל, עס וואלט געמעגט זיין אזאנס, ווייל זיין מהלך איז פשוט נישט פראקטיש, און מאכט אז עס ווערט ממש אחד בעיר שנים ממשפחה וואס זענען נזהר לויט דער חפץ חיים, און דער רעשט רעדט אלעס, און זענען בכלל נישט נזהר.

זאל דער ר"י שטיינווארצעל וויסען אז עס איז נישט קיין חכמה אוועקצומאכען לשון הרע, לשון הרע איז א גרויסע פראבלעם ביי אונז, און נישט נאר לשון הרע, נאר בכלל לעבען אין יענעמס טאפ איז א דבר הצריך תיקון גדול.

המשך יבוא
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר