קבלת קהל לקראת ימי הרצון - יום ב' סליחות - קאווע שטיבל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

קבלת קהל לקראת ימי הרצון - יום ב' סליחות - קאווע שטיבל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

קודם כל טייערע אידן, בין איך אייך שולדיג א התנצלות, איך בין געווען שטארק פארנומען די לעצטע פאר וואכן. סוף כל סוף קומט צו גיין די ימים נוראים, דאס פארקערפערט אין זיך אסאך ענינים און אקטיוויטעטן, אזוי אז מען ווערט שטארק פארנומען, און קוים וואס עס איז דא צייט אויף אייגענע חשבון-נפש ותיקון המעשים, יותר מן הרגיל כראוי וכיאות. איך האב ליידער נישט געהאט צופיל צייט און מוח זיך צו געפינען דא מיט אייך און מיטהאלטן דאהי צופיל, אבער מיין קאפ איז דא און איך וויל זיך צושטעלן צו די געברויכן פונעם ציבור, אי"ה.

אזוי ווי עס קומט צו גיין די ימי הרחמים והסליחות, עס קומט א נייער פרישער יאר, וועל איך געבן די געלעגנהייט פאר די חברי הקאווע שטיבל, זיך צו וואונטשן און מזכיר זיין לשנה טובה ומבורכת, השפעות וכל טוב סלה. עס וועט פארקומען דעם קומענדיגן מאנטאג, וואו מען וועט זיך קענען דורכשמועסן און זיך וואונטשן לכבוד דעם נייעם יאר הבעל"ט.

פאריגע מאל עס איז געווען קבלת קהל אין קאווע שטיבל, איז געווען געוויסע טענות פון מאנכע, הן אז די צייט איז געווען אביסל צי שפעט ביינאכט, און נישט אלע האבן געקענט דא זיין. אנדערע האבן גע'טענה'עט אז מען האט געמאלדן פון איין מינוט אויפן צווייטן, און מען האט נישט געוואוסט דערפון, זיי האבן געוואלט מיטהאלטן.

דעריבער לאזן מיר יעצט וויסן דעם טאג, אבער נישט דעם זייגער. מיר בעטן אז דער עולם זאל אריינשרייבן וועלכע צייט בערך עס איז גוט פאר זיי, און ווען מען זאל מאכן דעם קבלת קהל, אזוי אז מען וועט פראבירן זיך צוצושטעלן צו די געברויכן פונעם ציבור.

דער אויבערשטער זאל בענטשן אלע אידן מיט כל טוב וטב.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר