אומאן ר"ה תשפ"ב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3684 מאל

אומאן ר"ה תשפ"ב

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

לערנענדיג אינעם היינטיגן דף, סוכה ל"ג, די סוגיא פון יש דיחוי או אין דיחוי אצל מצוות. האב איך געטראכט ביי מיר צו אומאן ר"ה קען דינען ווי אן עקזעמפעל צו מ'פסקנט יש דיחוי או אין דיחוי אצל מצוות??

אומאן אידאך געווען פארמאכט פאראיאר מ'האט קיינעם נישט אריין געלאזט. אוודאי זענען געווען עטליכע מסירת נפש אידן וואס האבן געהאלטן אז דאס נישט אריין לאזן איז די זעלבע ווי בשעת השמד און מ'מוז זיך מוסר נפש זיין דערויף אזויווי ערקא דמסאני.

. אבער די שאלה איז נישט לגבי די געהויבענע מסירות נפש אידן, נאר לגבי די פשוטי המון עם. צו וויבאלד פאראיאר איז געווען א דיחוי אין מ'האט נישט געקענט אנקומען דארט, הייסט דאס דיחוי מעיקרא, און הואיל ואידחי אידחי? אדער ווי די גמ' בלייבט אין די מסקנא אז דיחוי מעיקרא לא שמיה דיחוי.

אדער קען עס אריין גיין אין די שאלה פון נראה ונדחה ווייל למעשה אויב וואלט מען ווען געפארן אסאך פריער וואלט מען עס ווען יא געקענט מאכן און דארט בלייבן אזוי ווי די ערקא דמסאני'שע אידן האבן געטוהן??

אזוי ליגענדיג אריינגעטוהן אינעם סוגיא מיט מיין קאפ איבערגעבויגן איבערן גמ' מיט די הינטערשטע עקן פון מיין בארד אריינגעשטעקט צווישן מיינע פאדערשטע ציינער. איז מיר אריין געקומען אין קאפ א פרישע שאלה צו אומאן ר"ה איז א מצות עשה שהזמן גרמא אדער נישט?

די צד אז יא, איז ווי מ'זעהט דאך אז נאר אויף ר"ה האט ר' נתן מעיד געווען אז זיין רבי האט מבטיח געווען ארויס צו שלעפן מיט די פאות פון גיהנם. פון די אנדערע זייט, קען מען אפשר קלערן צו בעצם דאס וואס זיין תלמיד ר' נתן האט מעיד געווען אויף זיין רבי'ן גייט נאר אן אויף ר"ה צו אויף אגאנץ יאר אויך?

לכאורה איז משמע פון דעם שטארקן לשון "ארויסציען מיט די פיאות פון גיהנם" אז בעצם איז א מצוה צו זיין דארט אגאנץ יאר. און דאס קען מען ארויסלערנען פון א קל וחומר פון ארץ ישראל, נאר דיו לבא מן הדין להיות כנידון און אז פון ארץ ישראל מעג מען ארויסגיין לחוץ לארץ פאר דריי וויכטיגע זאכן ללמוד תורה, לישא אשה און לצורך פרנסה מעג מען פון אומאן זיכער, קומט אויס לפי זה אז אז ס'נישט קיין מצות עשה שהזמן גרמא במילא איז עס אויך נישט א דיחוי מעיקרא און זיכער נישט קיין נראה ונידחי.

ס'נאך דא אסאך פשט'לך דן צו זיין איבער דעם אומאן סוגיא אבער דאס וועל איך איבערלאזן פאר מיינע חברים דא אין שטיבל.

דיסקלעימר!
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אומאן. הגם כ'האב שוין געהאט אפפערס פון חברים מיך אפילו אויסצוצאלן א בילעט, אבער כ'בין צו א באקוועמער מענטש, און כ'וויל זיין צוזאמען מיט פאמיליע און זעהט אויס אז נאך אלעמען קען איך מיך נאכאלץ נישט שיידן פונעם באקס, דעריבער זוך איך תירוצים.


Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר