א טאטעס דילעמא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

א טאטעס דילעמא

שליחה דורך שארפןקאפ »

זיץ איך נעכטן ביי א שיעור, די מגיד שיעור זאגט איך וויל ענק פארציילן א מעשה איך וויל הערן וואס ענק וואלטן געטאן

געווען איז א אינגערמאן לאמיר אים אנרופן ראובן 30 יאר אלט וואס וואוינט אין וויליאמסבורג אין א צוויי בעדראמדיגע דירה מיט ניין קינדער ב"ה ער ארבעט פון 8-6 צו צו שטעלן פאר זיין געזינדל פאר אפאר נישטגע דאלארן קוים וואס די רענט קען ער באצאלן זיין ווייב אעז אפילו געצווונגען צו אַרבעטן פון 10-4 צו אן פילן די איבעריקע באדזעט, אין מזל טוב זיין ווייב איז נאר וואס געגעבן געבארט צו זייער10טע קינד, זיצט ער איןדי האלוועי פון שפיטאל אין טראכט רבוש"ע די האסט מיר געגעבן א הערליכע מתנה מיין טייערע ליבע קינד, אבער ווי אזוי וועל איך קענען מחנך זיין אזוי סאך קינדער מיט אזוי ווייניג צייט וואס איך האב? ווי אזוי וועל איך צושטעלן אז עס זאל זיי גארנישט פעלן מיט ווי געדרוקט דאס בערזל איז?
אזוי פארטיפט אין זיינע געדאנקען שפאצירט ער ארויף אין אראפ די שפיטאל קארידארן, אינדערמיט באגעגנט ער א איד וואס זעט אויס זייער צעבראכן, זאגט דער יונגערמאן צום צעבראכנער איד עס איז דא א מאמר חז"ל דאגה בלב איש יסחנה לאחרים לאמיך אן פאנגען פארציילט ער אים זיינע הילפלאזע געדאנקען, פארציילט אים דער אי איך האב א פארקערטע פראבלעם ווי די איך בין א גרויסער עושר איך וואוין אין בארא פארק איך האב א גרויסע קאמפאניע וואס פארט פון זיך אליין סא איך דארף נאר ארבעטן אפאר שאה א טאג, א הויז האב איך א פאלאטץ נאר ליידער בין איך נארוואס ארויסגעקומען פונעם דאקטער מיט א פיינעל דייעגנויז אז ליידער וועט קיין קינדער אנצופילן דאס הויז נישט זיין, די 2 פרעמדע אין פראבירן זיך צו מחזק זיין איינע דעם צוויייטן,
אזוי רעדנדיג ריפט זיך דער עושר אן ווייסט וואס איך האב אן אייצע וואס וועט העלפן ביידע פון אינזערע פראבלעמען, איך וועל דיר שרייבן א טשעק פון 15 מיליאן דאלאר די וועסט מיר געגעבן דיין פריש געבארן קינד איך בין גרייט צו מחנך זיין דאס קינד אויף סיי וועלכע וועג די ווילסט ווי אויך זיך צו צו שטעלן סיי וועלכע טנאָים די וועסט וועלן ,


איין מינוט!!!איין מינוט!!! לאמיר צוריק קומען צום רעאליטעט, לאמיר דיר פרעגן וואס וואלסטו געטון אין די אינגערמאנן'ס שיך? וואלסט אוועק געגעבן דיין קינד? אדער נישט?

איך מיין אז די צד נישט אוועק געגעבן דארף נישט הסברה.... וואס הייסט די האסט דאך אזוי שטארק ליב דיין זוהן ווי אזוי קענסטו עם אוועק געבן

אבער פארוואס זאלסטו יא אים אוועק געגעבן?
גאנץ פשוט די ווייסט אז די וועסט אים נישט קענען געבן אלס וואס ער דארף ווייל די האסט נאך 9 אנדערע קינדער וואס די דארפסט צעטיילן דיין געלט אין צייט .... משא"כ ביים עושר וועט אים גארנישט פעלן דער עושר וועט יא קענען זיך אפגעבן מיט דאס קינד וויל ער האט נישט קיין אנדערע, קיין געלט פעלט אים נישט! אויב אזוי טאקע ווייל די האסט אים אזוי שטארק ליב, ווילסטו דאך אז ער זאל האבן די בעסטע לעבן שייח, דאס וועט ער נישט באקומען ביי דיר! נאר ביים עושר!

וואס וואלסטו געטאן אין פארוואס?

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר