צו איז דער "סיסטעם" נאך אלץ שטאנדהאפטיג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

צו איז דער "סיסטעם" נאך אלץ שטאנדהאפטיג?

שליחה דורך איש עברי »

זיבעציג יאר נאכ'ן קריג:
צו איז דער "סיסטעם" נאך אלץ שטאנדהאפטיג אדער איז דער שיף געלעכערט?


אין די פאלגנדע סעריע פון מאמרים האף איך צו אדרעסירן מיט א שטיקל טיפערע בליק און פון א ברייטערע פרעספעקטיוו דער וואקום אין הנהגה פון אונזער דור און וויאזוי מיר קענען באמת נעמען שריט צו פארזיכערן אונזער צוקונפט אלס חרד'ישע אידן אין אונזער היינטיגע שטורעמישע וועלט.


א סיסטעם פון אפהענגיקייט אדער זעלבסשטענדיגקייט?

איינע פון די שווערע מאמענטן פאר יעדע טאטע און מאמע איז דער מאמענט ווען דאס קינד שפרייט אויס די פליגלען און פארלאזט דעם ווארימען נעסט וואו ער איז ערצויגן געווארן - צו איז עס ווען ער האט חתונה און בויעט זיין אייגענע שטוב אדער ווען ער פארט אוועק אין ישיבה צו א ווייטן לאנד. עס איז א מאמענט פון געמישטע געפילן, נחת און שטאלץ אז מען האט באוויזן צו ערציען אן ערוואקסן קינד און א טיפע זארג אין הארץ אויב דאס קינד וועט טאקע באווייזן צו שטיין פעסט און זיך האלטן שטארק קעגן די שוועריגקייטן און נסיונות וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך.

ביים ערציען א קינד איז אלעמאל דא דער זעלבער אינערליכע געראנגל – אלס עלטערן ווילן מיר אונזערע קינדער זאלן קענען שטיין אויף די אייגענע פוס. זיי זאלן זיך קענען פארמעסטן מיט די כוואליעס וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך, אבער מיר ווילן זיי אויך באשיצן און פארזיכערן זייער וואוילזיין. דאס הייבט זיך אן ווען דאס קינד נעמט די ערשטע טריט, די מאמע שטייט פון די זייט און דאס הארץ צאפלט, זי וויל אנכאפן דעם קינד און זיכער מאכן אז ער פאלט נישט, אבער זי ווייסט אויך אז דאס קינד דארף זיך אליין לערנען און צומאל דארף ער אביסל פאלן אז ער זאל זיך לערנען צו גיין אויף די אייגענע פוס. דאס קינד ווייסט אבער אז די מאמע שטייט דארט און אפילו ער וועט פאלן וועט זי זיכער מאכן אז ער טוט זיך נישט וויי און ווערט נישט געשעדיגט – דאס געט אים די שטארקקייט און בראווקייט צו נעמען א טריט טראץ וואס ער וואקלט זיך און ווייסט נישט אויב ער וועט דאס קענען באווייזן.

דער זעלבער געראנגל שפילט זיך אויס דורכאויס די קינדער יארן און די שפעטערע צענערלינג יארן – מיר ווילן פארזיכערן אז דאס קינד אנטוויקלט זיך געזונט און אז ער מאכט נישט קיין טעותים אבער מיר ווילן אויך געבן פאר די קינדער די זעלבסט-זיכערקייט אז זיי קענען אליין זיך פארמעסטן מיט שוועריגקייטן, אז זיי זענען זעלבסטשטענדיגע מענטשן וואס טראגן פאראנטווארטליכקייט פאר זייער אייגענע וואוילזיין און שיקזאל. א גוטע טאטע אדער מחנך ווייסט אז צומאל דארף מען לאזן א קינד מאכן א טעות כדי ער זאל זיך קענען לערנען. "אין חכם כבעל נסיון" – צומאל לערנט מען זיך דאס מערסטע פון א דורכפאל.

א באקאנטער שפריכווארט לויטעט "אויב דו ווילסט אז דער ארימאן זאל זיין זאט פאר היינט געב אים א שטיקל פיש, אבער אויב ווילסטו ער זאל קיינמאל מער נישט הונגערן, לערן אים אויס צו כאפן פיש." – דאס ברענגט ארויס דעם זעלבן רעיון אין אנדערע ווערטער: מיר קענען נישט פארזיכערן אז יעדער איינער האט וואס צו עסן, אבער מיר קענען פארזיכערן אז מיר שטעלן אויף דורות פון אינדיווידועלן וואס זענען זעלבסטשטענדיג און אומאפהענגיק. מיר קענען פרובירן צו שפייזן אונזערע קינדער און קינד'ס קינדער פאר א גאנץ לעבן אבער דאס וועט זיין אוממעגליך, דעריבער איז אונזער פליכט פאר אונזערע דורות זיי צו געבן כלים זיך צו אנטוויקלען אלס געזונטע און זעלבסשטענדיגע מענטשן וואס קענען שפעטער זיך זארגן פאר זיך אליין און איבערגעבן די כלים פאר זייערע קינדער.

קא-דיפענדענסי: סם המוות ארומגעוויקלט מיט דעם זיסן טעם פון א ליבליכע קשר.

איינע פון די שווערע פסיכאלאגישע סיטואציעס איז באקאנט אלס 'קא-דיפענדענסי' – (אין אידיש: קעגנזייטיגע אנגעוויזנקייט). ווען אן ערוואקסענער מענטש איז נישט פולשטענדיג אנטוויקלט צו שטיין אויף די אייגענע פוס, ער איז כסדר אנגעוויזן אויף א צווייטן צו קענען פונקציאנירן - סיי פיזיש און סיי עמאציאנעל און גייסטיש. דאס קען זיך אויסשפילן אין די דינאמישע באציאונגען צווישן א פארפאלק, אדער צווישן א טאטע מיט א קינד. א געזונטע קשר מיינט אז צוויי מענטשן האבן זיך ליב, מען זארגט זיך איינע פאר די אנדערע און מען שטייגט אינאיינעם. א קשר פון 'קא-דיפענדענסי' מיינט אז דער פארבינדונג קומט פון שוואכקייטן און פחדים און אנשטאט וואקסן און בליען אינאיינעם איז דער פארבינדונג א קשר וואס האלט אפ ביידע פון געהעריג פונקציאנירן אין לעבן.

'קא-דיפענדענסי' צווישן עלטערן און קינדער פאסירט ווען מען דערהערט נישט דעם אויבנדערמאנטן אונטערשייד צווישן העלפן א קינד שטיין אויף די אייגענע פוס און פון באזארגן דאס קינד מיט זיינע געברויכן. א עמאצינאל-אומגעזונטע טאטע מאמע וועט זיכער מאכן אז דאס קינד איז אייביג אנגעוויזן אויף אים/איר וויבאלד דאס קינד'ס אנגעוויזנקייט ערפולט פאר זיי אן עמאציאנעלן געברויך און זיי קענען אומבאוואוסטזיניג סאבאטאזשירן סיי וועלכע ערפאלגרייכע פארשריט דאס קינד מאכט כדי ער זאל בלייבן אנגעוויזן – אפילו שעדיגן זייער קשר מיט זייער מאן אדער ווייב, און דאס זעלביגע מיט א פארפאלק – א מאן אדער ווייב וואס איז 'קא-דיפענדענט' זוכט א כסדר'דיגע קעגנזייטיגע אנגעוויזנקייט און וועט דעריבער נישט קענען פארנעמען ווען דער מאן אדער ווייב האבן זייער אייגענע לעבן אדער חברים – זיי ווילן א שטענדיגע אנגעוויזנקייט אויף זיי, און נאר אויף זיי.

עס איז זייער שווער צו היילן 'קא-דיפענדענסי' פאר צוויי סיבות. קודם כל וויבאלד עס איז צומאל שווער צו דיאגנאזירן א געוויסע קשר אויב עס איז א געזונטע, ווארימע, באזעסענע קשר, אדער א אומגעזונטע קעגנזייטיגע אפהענגיקייט. און אזוי אויך וויבאלד די באטרעפנדע טוען נישט רעאליזירן אז דער קשר וואס זיי האבן איז פאטאל און אומגעזונט, צומאל וועלן זיי דערזען דעם חורבן זייער שפעט און זיי דערזעען זיך וויאזוי אונטער דער ליבליכער און ווארימער קשר האט זיך באהאלטן א מאנסטער וועלכע שלינגט איין זייער גאנצע לעבן און ערלויבט זיי נישט צו שטיין אויף די אייגענע פוס און זיין א פולשטענדיג אנטוויקלטער ערוואקסענער מענטש. עס איז סם המוות ארומגעוויקלט מיט דעם זיסן טעם פון א ליבליכע און טיפע קשר.

ווי געשריבן, א געזונטע קשר איז א קשר וואו די צוויי אינדיווידועלן בליען און זענען צופרידן, זיי האבן זיך ליב און זיי העלפן איינער דעם צווייטן. זיי ווילן באמת די טובה פון זייער באליבטן. א קשר פון 'קא-דיפענדענסי' איז א קשר פון קנאה און שנאה, פון כסדר'דיגע פחדים – דער 'קא-דיפענדענט' מאן, ווייב, טאטע, אדער מאמע וועט כסדר זוכן צו ווידער-אינפארסירן ביים קרבן אז די גאנצע וועלט האט אים/איר פיינט און 'נאר' זיי מיינען זייער אמת'ע טובה, זיי וועלן אויף א קלוגן אופן דערנידערן זייער קרבן און אים מאכן שפירן קליין און אומבאהאלפן כדי צו זיכער מאכן אז זיי בלייבן אנגעוויזן.


וואס איז די חילוק צווישן א געזונטע געזעלשאפט און א קולט?


אט דער זעלבער געדאנק נעמט אן א ברייטערע פארעם ווען עס האנדלט זיך פון א געזעלשאפט, א ציבור וועלכע איז געזונט און זארגט זיך פאר אירע אינדיווידועלן אז זיי זאלן זיין זעלבסשטענדיג און געזונט. א געזונטע געזעלשאפט העלפן אירע יחידים אז זיי זאלן נישט פאלן, אבער זי לערנט זיי אויך אויס צו שטיין אויף די אייגענע פוס. דער זעלבער זאך מיט א מנהיג פון א ציבור, א געזונטער מנהיג לערנט אויס אז יעדער יחיד איז א מנהיג, אז יעדער יחיד איז חשוב און האט די כוחות און מעגליכקייט צו שטיין אויף די אייגענע פוס, אבער א אומגעזונטער מנהיג זוכט צו דערנידערן זיינע אונטערטאנען, שאפן א סיסטעם פון אנגעוויזנקייט און פארזיכערן אז מען דארף כסדר אנקומען צום "גרויסן מנהיג" אויף צו קענען עקזיסטירן.

דאס איז דער סאמע וויכטיגסטער אונטערשייד צווישן א קולט און א געזונטע געזעלשאפט: אין א געזונטע געזעלשאפט איז יעדער איינער א טייל פונעם ציבור וויבאלד מען האט א פאראייניגטע מטרה, מען האט א פאראייניגטע קולטור אדער ווערדן אין וועלכע מען גלייבט. אין א קולט נעמען זיך צוזאם שוואכע אינדיווידועלן וועלכע קענען זיך נישט פארמעסטן מיט די דרויסנדיגע וועלט און מען אנטוויקלט א פיינטשאפט צו די גאנצע וועלט, מען איז אנגעוויזן אויפ'ן קולט פירער – אדער פירערשאפט – אויף צו מאכן סיי וועלכע החלטה.

אין א געזונטע געזעלשאפט איז מען א טייל פונעם קאלעקטיוו צוליב פאזיטיווע סיבות – מען האט א פאראייניגטע מטרה און ציל, און יעדער אינדיווידועל איז א טייל פונעם ציבור און איז באליבט און רעספעקטירט. אין א קולט איז יעדער א באדינער און אן אינסטרומענט אינעם קאלעקטיוו. א געזונטע געזעלשאפט אנטוויקלט א 'סעיפטי נעץ' פון הילף פאר אינדיווידועלן וועלכע דארפן אביסל הילף צו שטיין אויף די פוס, אין א קולט מאכט מען זיכער איז קיינער שטייט נישט אויף די אייגענע פוס נאר אויב עס דינט דעם קולט.


באין חזון יפרע עם – א געזעלשאפט אן קיין הנהגה


א געזונטע געזעלשאפט פארמאגט א מנהיג - א מנהיג איז א זעלבסטלאזער אינדיווידועל, איינער וואס דינט א העכערע מטרה, ער גלייבט אין עפעס גרעסער ווי אים אליין. דער מנהיג קוקט נישט אויף זיינע געברויכן נאר אויף די געברויכן פונעם ציבור. א מנהיג איז עמיצער וואס קוקט אויף די וועלט מיט א בליק פון דער הייעך, ער זעט נישט נאר דעם יעצט און דא נאר אויך דעם צוקונפט און דער גלאבאלער מצב, און מאכט זיכער צו אנטוויקלען א געזעלשאפט וואו יעדער יחיד קען בליען און וואקסן און דינען דעם אויבערשטן אויף זיין שטייגער.

דער פארקערטער פון א מנהיג איז א נארסיסיסט – זיינע אייגענשאפטן זענען ענליך. ער איז טאלאנטפול און קוקט אויס אויסערליך ווי א מנהיג אבער ער איז דער אנטי-מנהיג, ער איז דער פארקערטער פון א מנהיג. ער זוכט זיינע אייגענע אינטערעסן און חשבונות, זיין בליק אויף די וועלט איז פארמירט מיט די עגאאיסטישע ברילן וועלכע ער טראגט, און ער זוכט בלויז וויאזוי קען ער זעטיגן זיין שעפערישע דראנג פאר כבוד און אנערקענונג דורך אויסנוצן זיין כאריזמאטישע כוחות צו בויען א סטאדע פון בלינדע נאכפאלגער וועלכע וועלן בלייבן אנגעוויזן אין אים.

א מנהיג בויעט א געזונטע געזעלשאפט און א נארסיסיסט בויעט א סטאדע פון בלינדע שאף. א מנהיג איז בראוו און קוראזשפול און א נארסיסיסט איז אנגעפולט מיט פחדים און שוואכקייטן.

דאן זענען דא אזעלכע וועלכע זענען נישט אהין און נישט אהער – זיי זענען נישט געבויט פון מנהיג'ישע מאטריאל, זיי זענען מיטלגארטיגע מענטשן מיט א גאר מצומצם'דיגע בליק. זיי קענען צומאל זיין פעאיג אין פירן א קהלה – אדער אפילו טאלאנטפולע רעדנער און תלמידי חכמים - אבער האבן גאר ווייניג וויזיע און ברייטקייט. זיי טרעפן זיך אין א פאזיציע פון הנהגה וויבאלד זייער טאטע, זיידע אדער פעטער איז געווען אן אמת'ער מנהיג (אדער אמת'ער נארסיסיסט) און זיי זענען אנגעוויזן אויפ'ן דעת הקהל צו מאכן באשלוסן, און זייערע באשלוסן זענען געווענליך דעטערמינירט לויט ווי דער ווינט בלאזט.

דער פראבלעם מיט אזא הנהגה איז אז עס איז דא אן אילוזיע פון הנהגה – אין פאקט ווערט אזא געמיינדע געפירט נישט דורך דעם אפיציעלן מנהיג נאר דורך א קאאליציע פון עקסטרעמיסטן און נארסיסיסטן וועלכע זענען גאר געשולט צו אידענטיפיצירן דעם וואקום און מאניפולירן דעם מנהיג און דעם ציבור פאר זייערע אינטערעסן. צומאל זייער אייגענע אינטערעסן און צומאל אין אן עקסטרעמיסטישע אידעאלאגיע אין וועלכע זיי גלייבן. אבער דער צד השווה איז אז דער געזעלשאפט איז ווי א שיף אן א קאפיטאן וואס לאזט זיך פירן פון די שטורעמישע כוואליעס.

עם שרידי חרב - דער דור נאכ'ן קריג און איר הנהגה

לאמיר אוועקגיין אביסל פונעם אבסטראקט און רעדן תכלית. לאמיר אנהייבן מיט 'עבדים היינו' – מיר זענען אלע קינדער און אייניקלעך פון א דור פון שרידי חרב, מענטשן וואס האבן זיך ארויסדערזען פונעם נאצישן גיהנם קוים מיט'ן לעבן. מענטשן וואס זענען אריבערגעגאנגען דאס ארגסטע וואס א מענטש קען זיך פארשטעלן און האבן דערגרייכט די ברעגעס פון ארץ ישראל אדער אמעריקע טראומאטאזירט און צובראכן אויף שברי שברים. נישט געוואוסט וואס דער מארגן וועט ברענגען און אויב זיי האבן נאך א שאנס צו צוריקבויען א לעבן נאך דעם אומבאגרייפליכן חורבן.

פון אט די בערג פון אש און ים'ן פון טרערן האבן זיי געקנאטן ציגל און ליים צו בויען א נייע וועלט. און מיר האבן זוכה געווען אז דער רבש"ע האט איבערגעלאזט גדולי ישראל און צדיקים וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט דרייסטקייט און צוריקגעבויט פונדאסניי קהלות און מוסדות, א זאך וועלכע האט געפאדערט אומגלויבליכע קוראזש און בראווקייט. זיי האבן אריינגעברענגט חיות און האפענונג אין די אויסגעלאשענע נשמות און באוויזן דאס אומגלויבליכע און צוריקגעבויט א אידישע וועלט וועלכע שפרודלט מיט לעבן.

דער פאקט אז מען האט צוריקגעבויעט א וועלט נאך אזא חורבן איז אן אומגלויבליכער נס. אויב וואלט מען ווען געזאגט פאר איינעם פון די איבערלעבער אז מיט זיבעציג יאר שפעטער וועלן מיר האבן א "דירות קריזיס" וואלטן זיי אונז אויסגעלאכט, אבער "צחוק עשה לנו אלקים" און די תחיית המתים פון די אידישע וועלט איז א רעאליטעט. דאס אידישע וועלט וואקסט און בליהט קע"ה ווי קיינמאל בעפאר אין אונזער היסטאריע, און צום ערשטן מאל אין אונזער היסטאריע זענען מיר אויך רעלאטיוו פריי צו זיין אידן אין די עפנטליכקייט און מיט שטאלץ.

דער צענטראלער 'וויזיע' פון אונזערע מנהיגים נאכ'ן קריג איז געווען צו "צוריקבויען" – זיי זענען געווען ווי דאקטוירים וואס שטעלן אפ דאס בלוט און פארהיילן די וואונדן נאך אן עקסידענט. זייער ציל איז געווען צו אוועקשטעלן א געזעלשאפט וואו מען קען זיין שטאלץ מיט אידישקייט, צו פרעזערווירן דעם הייליגן און ערליכן לעבן פון אונזערע עלטערן און אור-עלטערן אין די שטעט און שטעטלעך פון מזרח אייראפע. צו אוועקשטעלן ישיבות און כוללים וואו עס זאלן אונטערקומען א נייע דור פון מנהיגים. און זיי האבן מצליח געווען אויף אן אומגלויבליכן פארנעם.

אויף צו דערגרייכן דעם ציל האבן זיי זיך פארלייגט מיט אויסטערלישע כוחות צו באקעמפן די סכנות וועלכע האבן באדראעט דעם וויזיע. זיי האבן פארלייגט כוחות צו בויען קלארע מויערן צווישן דעם שארית הפליטה און די דרויסנדיגע גאס. אסאך ענערגיע און כוחות זענען אוועקגעגעבן געווארן אויף צו פארזיכערן אז דער שארית ישראל ווערט נישט אויסגעמישט און פארבלענדעט אין די גרויסע וועלט ולא ייזכר שם ישראל עוד. די יסודות וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט דינען אונז נאך היינט ב"ה.

אבער מיר האלטן יעצט זיבעציג יאר שפעטער - רוב פון די איבערלעבער זענען שוין נישט מיט אונז און אזוי אויך רוב פון די ארגינעלע מנהיגים. מיר לעבן היינט אין א נייע מציאות און אין א גאר אנדערע וועלט ווי אונזערע עלטערן האבן געלעבט. עס איז א 'דור תהפוכות' און די וועלט טוישט זיך מיט א שנעלקייט וואס מען קען נישט באגרייפן. דער ציבור וואקסט און בליהט ב"ה, אבער עס שפירט זיך א וואקום אין הנהגה, די מנהיגים וואס מיר האבן זענען נישט קיין דרייסטע מענטשן וואס האבן א וויזיע נאר רבי'שע און רבני'שע קינדער וועלכע חזר'ן איבער סלאגאנען וועלכע זענען געווען רעלעוואנט מיט זיבעציג יאר צוריק און איז כמעט גענצליך באזירט אויף די זעלבע געדאנקענגאנג פון "בויען אידישקייט" און פון היטן אויף די מויערן.


צו מיינט 'חדש אסור מן התורה' אז מען דארף לעבן אינעם נעכטיגן טאג?


א טייל פון דעם 'עטאס' פון די שארית הפליטה הנהגה איז געווען 'חדש אסור מן התורה' – א סלאגאן וועלכע האט אנגעדייטעט אן אפשיי פון די רעפארמער וועלכע האבן פרובירט צו טוישן אידישקייט מן היסוד. אבער דאס ווערט גענוצט אין כמעט יעדע קאנטעקסט ווען עס קומט ארויף פרישע פראבלעמען מיט וועלכע מען דארף זיך ספראווען. עס איז א באקוועמע סלאגאן פאר מנהיגים וועלכע ווייסן נישט וואס מיינט הנהגה – מען קען זיך איינוויקלען אינעם פעלץ און לייגן די הענט אויף די אויגן ווי א בת היענה און זיך נאך איינרעדן אז מען טוט דעם רצון ה'.

דער חזון איש האט אמאל געזאגט אלס משל איבער די וועלכע נוצן 'חדש אסור מן התורה' אז עס איז אזוי ווי א מיליטער וועלכע גלייבט נישט אין היינטיגע טעכנאלאגיע און גייט דעריבער אין קריג מיט פייל און בויגן. – מען קען זאגן 'חדש אסור מן התורה' ביז איבערמארגן, אבער דער מציאות איז אז מיר לעבן אין א וועלט פון 'חדש' און אויב וועלן מיר בלייבן פאר'עקשנ'ט זענען מיר ווי דעם מיליטער און עס איז אן קיין ספק אז מיר וועלן פארלירן דעם מלחמה.

דער מציאות איז אויך אז אונזערע מנהיגים נאכ'ן קריג האבן אין פאקט זיך גאנץ ווייניג געקימערט מיט 'חדש אסור מן התורה' ווען זיי האבן פארשטאנען אז די וועלט האט זיך געטוישט און מען דארף איינפירן געוויסע שינויים, צו איז דאס ווען דער סאטמאר רב ז"ל האט געעפנט א מיידל שולע טראץ וואס ער איז געווען אויסגעשפראכן דערקעגן פאר'ן קריג, און אזוי אויך אין צענדליגע אנדערע זאכן וואס ער האט געטוישט פון אמאל. אדער ווען די גדולים אין ארץ ישראל האבן פארשטאנען אז מען דארף האבן דעפוטאטן אינעם כנסת טראץ וואס זיי זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן ציונות. דאס איז דער צענטראלער טאלאנט פון א מנהיג: ער ווייסט ווען עס פאדערט זיך צו טוישן עפעס.

באין חזון יפרע עם - דער סיסטעם איז צובראכן

נאכדעם וואס דער ערשטער דור פון מנהיגים זענען אוועק האט זיך אנטוויקלט אן אלטערנאטיוו צו הנהגה וואס רופט זיך 'סיסטעם' – דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז אונזער געזעלשאפט איז מער נישט קאנצענטרירט ארום עטליכע כאריזמאטישע יחידים נאר א געוועב פון הונדערטער קהלות און אזוי אויך טויזנטער יחידים וועלכע באלאנגען נישט צו קיין שום ספעציפישע קהלה נאר זענען א טייל פונעם 'סיסטעם' – דער סיסטעם איז דער היימישער לעבנסשטייגער וואס פארמאגט א פארצווייגטע נעץ פון מוסדות און ישיבות אבער גאר ווייניג אמת'ע מנהיגים וואס קענען אדרעסירן פראבלעמען מיט א ברייטע און ווייטע בליק.

איבער'ן סיסטעם פארפיגן עטליכע סארטן מנהיגים. געוויסע חשוב'ע פיגורן וועלכע זענען ארויפגעקוקט צוליב זייער פאזיציע אלס אדמו"ר אדער רבי פון ריזיגע קהלות וואס זיי האבן גע'ירשנ'ט, (דארונטער עטליכע נארסיסיסטן וואס זייערע הויפן זענען ליידער מער ענליך צו א קולט) דאן פארשידענע כאריזמאטישע רבנים וועלכע האבן אנטוויקלט קלענערע חצרות. רוב פון זיי זענען וואוילע גוטע אידן וואס זענען שוין אליין 'פראדוקטן' פונעם סיסטעם און האבן גאנץ ווייניג קוראזש צו אנערקענען ווען דער סיסטעם איז צובראכן און צו נעמען א זעלבסטשטענדיגע שטעלונג קעגן דעם שטראם.

דער דע-צענטעראליזירטע הנהגה האט געפירט דערצו אז יעדער רב און רבי'לע האט מורא פונעם אנדערן, יעדער עסקן וואס קומט אויף מיט א פירצה אדער חומרא דארף בלויז ארומגיין צו א טוץ פון רבי'לעך וואס וועלן אים גערן אונטערשרייבן אויף סיי וועלכע קול קורא. און רוב פון די אדמורי"ם זענען פארנומען – אין בעסטן פאל – צו העלפן יחידים מיט פראבלעמען און פארשטאפן די לעכער פונעם שיף, אבער קיינער איז נישט קיין קאפיטאן מיט א וויזיע פאר דעם שיף וואס וואקלט זיך אין די שטורעמישע וואסערן פון אונזער תקופה.


דער סיסטעם ארבעט אדער דער שיף איז געלעכערט?


פון אויבן אויף קוקט אויס אז "דער סיסטעם ארבעט" ווי מען הערט אפט פון אסאך מענטשן. אבער דאס איז אן אילוזיע: אויב כאפט מען אביסל א טיפערע בליק זעט מען אז אונזער סיסטעם איז ליידער צובראכן אויף א פארנעם וואס עס איז שווער מודה צו זיין. אבער דער פראבלעם איז אז אסאך מענטשן זענען באמת איינגערעדט אז אלעס פונקציאנירט ווי עס דארף צו זיין און מען דרייט זיך ארויס פון אנערקענען דעם ריינעם און ווייטאגליכן אמת. דעריבער כדי צו קענען באמת דן זיין אויף א סיסטעם צו עס ארבעט יא אדער נישט פעלט זיך אויס אן אביעקטיווער 'באראמעטער' צו אנטשיידן אויב א סיסטעם ארבעט אדער נישט.

אן אנגענומענע כלל אין סאציאלאגיע איז: "א געזעלשאפט ווערט געמאסטן לויט וויאזוי זי באנעמט זיך מיט אירע שוואכסטע מיטגלידער" – כמעט יעדער סיסטעם ארבעט פאר געוויסע מענטשן. למשל, א מאנארכיע ארבעט זייער גוט פאר'ן אריסטאקראטישן קלאס, מען ווארפט צו ברעקלעך פאר'ן פאלק און דער אריסטאקראטישער קלאס קלאפט זיך אויף די פלייצע ווי געלונגען דאס לאנד איז, און אויב דאס פאלק איז פארביטערט פיטערט מען זיי מיט פאטריאטיזם אדער מען גייט ארויס אין קריג מיט'ן שכנות'דיגן לאנד זיי צו איבערצייגן אז אן דעם גרויסן און מעכטיגן קעניג זענען זיי אין געפאר. דעריבער איז אן אנגענומענער כלל אז א סיסטעם ווערט געמאסטן לויט וויאזוי זי פארנעמט זיך מיט די שוואכסטע און ארימסטע אינעם באפעלקערונג.

לאמיר אצינד צוריקגיין צום אריינפיר – דער שמועס איבער 'קא-דיפענדענסי' און זען וועלכע סארט געזעלשאפט מיר פארמאגן און אין וועלכע קאטאגאריע דאס ווערט אריינגערעכנט. – צו טוט אונזער סיסטעם ארויסגעבן געזונטע, שטאנדהאפטיגע, זעלבסטשטענדיגע און צופרידענע אינדיווידועלן וועלכע טרעפן זיך זייער פלאץ אין די וועלט, אדער האבן מיר אנטוויקלט א געזעלשאפט אין וועלכע מיר זענען כסדר אנגעוויזן אויפ'ן קאלעקטיוו און מיר האבן אנטוויקלט א סטרוקטור פון אילוזיע אין וועלכע די פראבלעמען ווערן אריינגעבעזימט אונטער'ן טעפיך און מיר אדרעסירן פראבלעמען נאר ווען עס באדראעט אונז אלס א געמיינדע אנשטאט צו אדרעסירן דעם געברויך און וואוילזיין פון יחידים?

יא, עס זענען דא אזעלכע ביי אונז וואס זענען צופרידן. מעגליך אפילו דער רוב. אבער דער שיף איז געלעכערט. הונדערטער בחורים און מיידלעך ווערן אויסגעשפיגן פון ישיבות און טרעפן זיך אויף די גאס און ווערן דערקייקלט צו דראגס. הונדערטער יונגעלייט דרייען זיך אין די נידריגסטע קלאבס און פירן א דאפלטע לעבן. טויזנטער ספראווען זיך מיט גייסטישע און עמאציאנעלע קרענק וואס נעמען זיך פון די אנגעשטרענגטע לעבנסשטייגער. טויזנטער פאמיליעס זענען אנגעוויזן אויף הילף צו קענען מאכן שבת אדער חתונה מאכן. (יא, מען העלפט זיי אבער צו קען מען בויען א סיסטעם וואו מענטשן דארפן נישט אנקומען צו אזויפיל הילף?)

אבער דאס זענען פראבלעמען וועלכע די אפיציעלע הנהגה וועט גאר זעלטן אדרעסירן, און אויב יא וועט דאס זיין מיט נאך ארגאניזאציעס און נאך קא-דיפענדענסי אנשטאט באמת פארשטיין וויאזוי מען קען אנטוויקלען א געזונטערע סיסטעם וואו אינדיווידועלן קענען בליען און וואקסן. א סיסטעם ווי א בחור אדער מיידל קען אייביג טרעפן א מסגרת וואו זיי געפונען זיך אינדערהיים. א סיסטעם וואו יחידים שפירן זיך פריי צו זיך אויסדריקן און טרעפן זייער תפקיד אויף דער וועלט. א סיסטעם וואו יעדעס קינד קריגט די מינימום עדיוקעישן צו קענען טרעפן א פאך אדער מקצוע וועלכע רעדט צו זיין נשמה. א סיסטעם צו וועלכע מען באלאנגט צוליב ליבשאפט און נישט צוליב פחד.

דער ערשטער שטאפל אין פארריכטן דעם געלעכערטן שיף איז צו אנערקענען די פראבלעמען און נישט אריינשארן אונטער'ן טעפיך.

המשך יבא.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר