ווי איז רבי בנימין לאנדא??

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ווי איז רבי בנימין לאנדא??

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:29 am

דאס איז נישט א וואקסין דעבאטע אשכול. איינמאל די פארשטייסט אז וואקסינס זענען וויכטיג און ראטעווען לעבענס, איז מיין שאלה ווי זענען די רבנים וואס האלטען אויך אזוי אבער זענען שטיל??

רבי בנימין לאנדא איז רעספעקטירט ביים עולם אז ער פארשטייט צו מעדעצין. און ס'איז נישט קיין ספק אז אויב ער וואלט ארויסגעקומען מיט א קלארע צעטיל אז מ'דארף זיך וואקסינירן וואלט עס געמאכט א רושם. און ווער עס פרעגט אים פריוואט זאגט ער אז מ'זאל זיך וואקסינירן. איז פארוואס טוהט ער נישט עפעס למען ה' צו שרייבן א קלארע צעטיל אז מ'זאל זיך וואקסינירן. כאטש די וואס האבן נאך נישט געהאט קאראנא אדער כאטש די וואס האבן נישט קיין אנטי באדיס.

די זעלבע זאך מיט סקווערע רבי און סאטמאר רבי פון ק''י וואס עפ''י השמועה האבן זיי זיך אליינס וואקסינירט. פארוואס קומען זיי נישט ארויס קלאר מיט א קלארע הוראה?? וואס טראכטען זיי?

נאך מער פון דעם. אונז האמיר דאך נישט געפאלגט די דאקטוירים די לעצטע 18 חדשים, איז יעצט אז מ'דארף זיך וואקסינירן קען מען נישט פשוט זיך פארלאזן אז מ'וועט שוין פאלגן די דאקטוירים. מ'דארף קלאר אויפםאדערן אז דאס מאל איז עס נישט קיין וויץ נאר פיקוח נפש ממש.
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 220 מאל

Re: ווי איז רבי בנימין לאנדא??

הודעהדורך טמיר » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:32 am

אפשר איז ער נישט 100% זיכער, און וויל נישט נעמען די אחריות? (ווען איינער פרעגט איז אנדערש)

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 805
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 4205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 627 מאל

Re: ווי איז רבי בנימין לאנדא??

הודעהדורך פערינא » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:52 am

למעשה האט דאך אונזער עולם די מערסטע אנטי באדיס, איז די וואקסינאציע קאמפיין אביסל משום נתת דבריך לשיעורין. איז שווער צו בעטן א דיין וואס פסק'נט לכאורה פאר זיך פשוט פשט אויף די ווערטער אתם קרויין אדם אז ער זאל טון משום טובת יענע כלל א זינלאזע קאמפיין. וד"ל.

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 11:04 am

קריינא דאיגרתא: ווען איך האב געליינט דאס קעפל האביך מיך א ביסל דערשראקן. כ'האב געוואלט אויפהייבן א טעלעפאן און רופן די פאליציי אז מ'זאלל אנהייבן זוכן ר' בנימן לאנדא. אבער שפעטער ווען כ'האב געליינט דעם תוכן פון דיין תגובה האביך מיר א ביסל בארואיגט. דו האסט איין שטארקע נקודה. אז ר' בנימן לאנדא, אויסער וואס ער איז א גאון אין הלכה פארשטייט ער אויך וויאזוי צו פסק'נען שאלות פון מעדיצין. אבער בדרך כלל צו פרעגן פון א רב א מיינונג איבער א מעדיצינישע שאלה איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל פרעגן ביי א דאקטער וואס ער וואלט געפסקנ'ט איבער א שאלה אין הלכה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 11:26 am

כפי ידיעתי האלט זיך נישט ר' בנימין פאר כלל ישראל'ס דיין, נאר ער האלט אז ער איז נאר אחראי פאר זיין אייגענע מתפללים אין מעמבער'ס פון זיין קאנגרעגאציע. ער איז אין די היסטאריע קיינמאל נישט ארויסגעקומען מיט סיי וועלכע רוף צו כלל ישראל, און איך וואלט נישט ערווארטעט אז דא זאל זיין אנדערש. (איבערהויפט אין די נושא ווי די צד שכנגד איז זייער שטארק, איר קענט מאכן א צווייטער אשכול פאר די קאוויד וואקסין דעבאטע)

בכלל, רבנים זענען גייסטליכע פירער, און זענען געווענליך איליטערעט ווען ס'קומט צו מעדיצין, דעריבער פארשטיי איך נישט וואס ס'קען העלפן....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2634
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2090 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 1:59 pm

קורקלענד: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. זיכער. די מערסטע רבנים זענען נישט באהאוונט אין שאלות וועלכע האבן צו טון מיט מעדיצין. אדער טעכנאלאגיע. אבער געוויסע גרויסע פוסקים, סיי פונ'ם פריער'דיגן דור און סיי פונ'ם היינטיגן דור זענען גוט אינפארמירט מיט די הלכה זייט און אויך מיט די מעדיצינישע און טעכנאלאגישע זייט פון די שאלות וועלכע ווערן געפרעגט.

ר'משה האלבערשטאם, און ר' שלמה זלמן אויערבאך. און זיכער דער חזון אי"ש זצ"ל האבן געענטפערט שאלות סיי איבער מעדיצין און סיי איבער טעכנאלגיע מיט גרויס קאמפעטענץ. אויך האבן זיי זיך שואל עצה געווען מיט דאקטוירים און אנדערע טעכנישע עקספערטן פאר זיי האבן געענטפערט א קאמפליצירטע שאלה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 3:25 pm

בערל: די אלע פוסקים האבן גע'ענפערט שאלות אין הלכה וואס האבן צוטוען מיט מעדעצין, צ.ב. פיקוח נפש, הפלת עובר, פצוע דכה, פערטיליטי שאלות וואס האבן צוטוען מיט הוז''ל, יוחסין וכו', הל' חולה בשבת ויוה''כ, און אזוי ווייטער.
ריין מעדעצינישע שאלות וואס האט גארנישט מיט הלכה, ווי וואקסינען, קומען נישט רבנים אריין.
פארשטייט זיך אז געוויסע דעמעגאגן וועלן אייביג זאגן אז ס'איז אסור אדער מחוייב עפ''י הל' אבער יעדע בר דעת פארשטייט אז ס'איז האוקוס פאוקעס. ווי ס'האט מיר איינער נאכגעזאגט פון עפעס א באקאנטן אדמו''ר, אז ווען מ'פרעגט איהם שאלות אין רפואה ענטפערט ער ''גיי פרעג א דאקטאר''..
''מעיד אני עלי שמים וארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 220
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 308 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 4:17 pm

לייבל שטילער: ביי וואקסינען קענען אויך זיין ריין הלכה'דיגע אימפליקאציעס. למשל, אויב מ'איז עפ"י הלכה מחוייב זיך צו וואקסינירן. ווייל מ'קען אמאל האב דעם דין פון א רודף. אדער אויב די וואקסינען זענען א ספק סכנה. אויב מ'מעג להלכה איינשטעללן און נעמען די וואקסינען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 8:17 pm

@קריינא דאיגרתא, איך וויל פארשטיין, אויב האלט איר אז ר' בנימין איז טאקע אזא מומחה אין מעדיצין, וואקסין און פאנדעמיע אז זיין מיינונג איז א מיינונג וואס יעדער מוז אפקויפן. דאן וואו זענט איר קריינא געוועזן בשעת די לאקדאון'ס? איר האט דאן געשימפט און געשאלטן אויף אפענע שולן בשעת הרב לאנדא'ס שול האט פונקציאנירט געהעריג. און אויב איז זיין מיינונג דעמאלט גארנישט ווערט געווען דאן פארוואס איצט יא?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2634
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2090 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 8:50 pm

סקווירא רבי איז געווען די ערשטע רבי ארויסצוקומען ברבים אז מען זאל זיך וואקסענירן אין א שמועס וואס איז אפגעשריבן געווארן אין די בחצר הקודש.

פריוואט האט די רבי גערעדט נאך שטארקער און ארויסגעברענגט אז רבנים האבן אפילו נישט וואס אריינצורעדן דא.

און פריוואט שטופט ער זיינע חסידים עס צו נעמען, און דארט ווייסט יעדער אז די רבי האט עס גענומען, און ווער עס ווייסט אז די אמונת צדיקים אין סקווירא איז אזוי שטארק אז דאס עצם וויסן אז ער האט עס גענומען איז גענוג.
היכי דמי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 8:56 pm

היכי דמי: לפי זה קומט אויס אז די (אמת'ע) חסידים פונ'ם העיליגן רעבי'ן דארפן שוין נישט נעמען די וואקסין. זיי זענען זיך מקשר מיט די וואקסין וואס די רבי האט גענומען. און דאס געט זיי שוין אימיוניטי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:14 pm

קורקלענד האט געשריבן:@קריינא דאיגרתא, איך וויל פארשטיין, אויב האלט איר אז ר' בנימין איז טאקע אזא מומחה אין מעדיצין, וואקסין און פאנדעמיע אז זיין מיינונג איז א מיינונג וואס יעדער מוז אפקויפן. דאן וואו זענט איר קריינא געוועזן בשעת די לאקדאון'ס? איר האט דאן געשימפט און געשאלטן אויף אפענע שולן בשעת הרב לאנדא'ס שול האט פונקציאנירט געהעריג. און אויב איז זיין מיינונג דעמאלט גארנישט ווערט געווען דאן פארוואס איצט יא?

איך געדענק נישט אז איך זאל שימפען, אבער כ'האב הנאה אז די האלטסט קאפ אויף וואס איך האב לאנג צוריק יא געשריבן אדער נישט.

פארשטייט זיך אז מיין נקודה האט גארנישט צו טוהן צו הרב לאנדא איז טאקע אזא מומחה אדער נישט, נאר ס'האט צוטוהן מיט די פאקט אז טויזענטער אידן גלייבן אזוי און דערפאר קען ער ראטעווען לעבענס.
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 220 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:17 pm

פערינא האט געשריבן:למעשה האט דאך אונזער עולם די מערסטע אנטי באדיס, איז די וואקסינאציע קאמפיין אביסל משום נתת דבריך לשיעורין. איז שווער צו בעטן א דיין וואס פסק'נט לכאורה פאר זיך פשוט פשט אויף די ווערטער אתם קרויין אדם אז ער זאל טון משום טובת יענע כלל א זינלאזע קאמפיין. וד"ל.

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

כ'האב דאך קלאר געשריבן "פארוואס טוהט ער נישט עפעס למען ה' צו שרייבן א קלארע צעטיל אז מ'זאל זיך וואקסינירן. כאטש די וואס האבן נאך נישט געהאט קאראנא אדער כאטש די וואס האבן נישט קיין אנטי באדיס."

אפילו אויב זאל מען אננעמען אז אונזער עולם האט אסאך אנטיבאדיס איז נישט קיין סוד אז ס'איז נאך אלץ דא אסאך עלטערע אידן וואס האבן נישט קיין אנטי באדיס און האבן נאך בכלל נישט געהאט קיין קאראנא. מיין עיקר זארג איז פאר די אידן, און מ'דארף נישט זיין קיין נביא צו וויסן אז בדרך הטבע גייען ליידער זיין קרבנות פון קאראנא צווישן די אידן וואס וואלטען זיך געקענט ראטעווען דורך וואקסין.
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 220 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 11:10 pm

איך זעה אז די רבנים הייסן יא.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20211004-WA0017.jpg
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2634
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2090 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מאנטאג אקטאבער 04, 2021 11:57 pm

ביסט דא צו זיין א טראל?? כ'האב דיר עפעס געטוהן?
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 220 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 05, 2021 1:22 am

קורקלענד האט געשריבן:כפי ידיעתי האלט זיך נישט ר' בנימין פאר כלל ישראל'ס דיין, נאר ער האלט אז ער איז נאר אחראי פאר זיין אייגענע מתפללים אין מעמבער'ס פון זיין קאנגרעגאציע. ער איז אין די היסטאריע קיינמאל נישט ארויסגעקומען מיט סיי וועלכע רוף צו כלל ישראל, און איך וואלט נישט ערווארטעט אז דא זאל זיין אנדערש. (איבערהויפט אין די נושא ווי די צד שכנגד איז זייער שטארק, איר קענט מאכן א צווייטער אשכול פאר די קאוויד וואקסין דעבאטע)

ריכטיג.
די קשיא דארף זיין געצילט אויף התאחדות וועלכע האלטן זיך אלץ פארזארגער פון די יהדות החרדית דארה"ב וקנדא. פארוואס הערט מען נישט פון זיי דעם דבר ד'? זיי וואלטן געדארפט אויפנעמען עטליכע עקספערטן זאלן דורכטון די נושא און איבערגיין מיט די רבנים אלע פרטים און דערנאך זאלן די רבנים מפרסם זיין המעשה אשר יעשון.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2863
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3008 מאל

הודעהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אקטאבער 05, 2021 4:14 am

שמעון וואלף האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:כפי ידיעתי האלט זיך נישט ר' בנימין פאר כלל ישראל'ס דיין, נאר ער האלט אז ער איז נאר אחראי פאר זיין אייגענע מתפללים אין מעמבער'ס פון זיין קאנגרעגאציע. ער איז אין די היסטאריע קיינמאל נישט ארויסגעקומען מיט סיי וועלכע רוף צו כלל ישראל, און איך וואלט נישט ערווארטעט אז דא זאל זיין אנדערש. (איבערהויפט אין די נושא ווי די צד שכנגד איז זייער שטארק, איר קענט מאכן א צווייטער אשכול פאר די קאוויד וואקסין דעבאטע)

ריכטיג.
די קשיא דארף זיין געצילט אויף התאחדות וועלכע האלטן זיך אלץ פארזארגער פון די יהדות החרדית דארה"ב וקנדא. פארוואס הערט מען נישט פון זיי דעם דבר ד'? זיי וואלטן געדארפט אויפנעמען עטליכע עקספערטן זאלן דורכטון די נושא און איבערגיין מיט די רבנים אלע פרטים און דערנאך זאלן די רבנים מפרסם זיין המעשה אשר יעשון.

אויף אזופיל וויפיל זיי האבן דורכגעטאן די שבת עליוועיטער, האבן זיי שוין זיי זיך דורכגעטאן די וואקסינס, טא וואס נישט ארויס געבן א פסק הלכה,
טשאדעלע באדעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:09 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל

Re: ווי איז רבי בנימין לאנדא??

הודעהדורך פערינא » דינסטאג אקטאבער 05, 2021 6:51 am

אויב וויל מען די דעת תורה פון די התאחדות דארף מען זיי אנפרעגן. סאיז פשוט אז זיי לאזן זיך נאר הערן ווען מ'פרעגט זיי אן. כאין ס'שטייט געשריבן ביי די שבת עלעוועטער "נתבקשנו לחוות דעתינו דעת תורה"
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג אקטאבער 05, 2021 9:23 am

קריינא דאיגרתא האט געשריבן:ביסט דא צו זיין א טראל?? כ'האב דיר עפעס געטוהן?

ניין איך בין זייער ערנסט. האסט געמאכט א אשכול ווייל האסט געוואלט וויסן פארוואס די רבנים זענען שטיל. האב איך אייך געטראפן א קול קורא. ווייל ס'איז פונקט ס'פארקערטע פון וואס איר ווילט הערן, ווער איך א טראלל?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2634
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2090 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 05, 2021 9:31 am

פערינא האט געשריבן:אויב וויל מען די דעת תורה פון די התאחדות דארף מען זיי אנפרעגן. סאיז פשוט אז זיי לאזן זיך נאר הערן ווען מ'פרעגט זיי אן. כאין ס'שטייט געשריבן ביי די שבת עלעוועטער "נתבקשנו לחוות דעתינו דעת תורה"

פערינא: דו ביסט נאך אזוי נאאיוו און דו גלייבסט אלעס וואס ס'שטייט אין צעטל.

די התאחדות איז אזא מין ארגאניזאציע וואס זיי באטראכטן צוערשט אויב ס'לוינט זיך אנצורופן אדער נישט. נאכדעם קומען אלע אנדערע זאכן אין באטראכט.
דארט וואו זיי קענען ארויסווייזן זייער קנאות אדער זייערע אנדערע אינטרעסן וועללן זיי זיך אנרופן אן דעם וואס מ'וועט זיי בעטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

Re: ווי איז רבי בנימין לאנדא??

הודעהדורך פערינא » דינסטאג אקטאבער 05, 2021 9:37 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:אויב וויל מען די דעת תורה פון די התאחדות דארף מען זיי אנפרעגן. סאיז פשוט אז זיי לאזן זיך נאר הערן ווען מ'פרעגט זיי אן. כאין ס'שטייט געשריבן ביי די שבת עלעוועטער "נתבקשנו לחוות דעתינו דעת תורה"

פערינא: דו ביסט נאך אזוי נאאיוו און דו גלייבסט אלעס וואס ס'שטייט אין צעטל.

די התאחדות איז אזא מין ארגאניזאציע וואס זיי באטראכטן צוערשט אויב ס'לוינט זיך אנצורופן אדער נישט. נאכדעם קומען אלע אנדערע זאכן אין באטראכט.
דארט וואו זיי קענען ארויסווייזן זייער קנאות אדער זייערע אנדערע אינטרעסן וועללן זיי זיך אנרופן אן דעם וואס מ'וועט זיי בעטן...!
אבער דא זאגען זיי דאך קליפ און קלאר אז זיי זאגען די דעת תורה נאר ווייל מ'האט זיך איינגעבעטען ביי זיי. איך בין נאאיוו אז איך האלט נישט די חשובע רבנים פאר פאלנע שקרנים?
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 05, 2021 9:54 am

פערינא: די רבנים טאקע נישט אבער (די אנפיהרערס פון די) ארגאניזאציע, יא...!

די רבנים שרייבן נאר אונטער וואס מ'פרעשורט זיי אונטערצושרייבן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:46 pm

קורקלענד האט געשריבן:איך זעה אז די רבנים הייסן יא.

דער הלברשטאם איז פון די פיינעפעל אין תכלת
מחצה''ק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט