פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:27 pm

יא, פּלענטי וויזשניצער וואס איך קען האבן אויסגעדרייט די הוט און פּלענטי בעלזער וואס איך קען האבן אויסגעטוהן די זאקן. (איך רעד דווקא נישט פון די קילע סארט.) די זאכן ווענדן זיך אין קאלטוראלע דינאמיקס וואס נעמט אין באטראכט פילע אייגנשאפטן פון א מענטש'ס פערזענלעכע מצב. למשל א מעסיגע בעלזער בחור וואס וואוינט נישט אין א בעלזער געגנט און לערנט נישט אין די בעלזער ישיבה וועט אפט אפלאזן די זאקן....

סאטמאר האט פיל מער מענטשן, און אויך פיל מער וואס זענען נישט אנגעשלאסן אינעם סאטמארער מאשין. דערפאר איז עס מער נפרץ דארט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2634
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2090 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

הודעהדורך צפור בודד » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:50 pm

די זאכן איז שווער צו אנאליזירן סייענטיפיש און אפשר ביסטו גערעכט. מיר זעט עס אויס אז אין סאטמאר איז עס סיי ביי די סארט וואס אויף אן אנדער פלאץ וואלטן זיי לכאורה נישט משנה געווען און סיי אז דער דיזיין פון דער הוט אליין ווערט פארוואנדלט. סאטמאר איז דאך נישט דאראג אדער קרעטשניף און איך וואלט עס ביי זיי ווייניגער ערווארטעט.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 405
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:56 pm

ב''ה מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער קוטשמע.
מוצאי שמחות תורה נעמען מיר דאס ארויס פון שאכטעל, און ערב פסח נאך שריפות חמץ שטעלן דאס מיר צוריק.

לעבען זאל די קוטשמע...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2254
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2942 מאל

Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

הודעהדורך צפור בודד » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 4:00 pm

וויווא!

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 405
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

הודעהדורך סעגאל » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 5:29 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:ב''ה מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער קוטשמע.
מוצאי שמחות תורה נעמען מיר דאס ארויס פון שאכטעל, און ערב פסח נאך שריפות חמץ שטעלן דאס מיר צוריק.

לעבען זאל די קוטשמע...

מיט וואס גייסטי פין שרפת חמץ ביז חצות??
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 7:17 pm

מחצה''ק האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע


מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פארוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויסציהויכענען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קהל'ס נער אום דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:58 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך אדונינו » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:09 pm

א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:38 pm

אדונינו האט געשריבן:א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.

א פלאכע הוט ווענד זיך אויף וועם ס'ליגט אין ווי ניי ס'איז
למשל די צוויי סאטמאר רביס די צוויי קלויזענבורג'ע רביס וואלטן אויסגעקיקט שלעכט מיט א הויכע הוט
מחצה''ק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:41 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע


מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פררוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויציהויכענען.

ער איז געגאנגען א שטאפענע
מחצה''ק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:58 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:ב''ה מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער קוטשמע.
מוצאי שמחות תורה נעמען מיר דאס ארויס פון שאכטעל, און ערב פסח נאך שריפות חמץ שטעלן דאס מיר צוריק.

לעבען זאל די קוטשמע...

קאך לעפל: אפילו נאך פסח אויב ס'איז א קילער, ווינטיגער טאג וועלל איך נאכאלץ אנטון די קוטשמע. איך האב א יעדן (פאטענציאנאלן קריטיקירער) פארפאקט. נישט די קוטשמע...לאל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:04 pm

מחצה''ק האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.

א פלאכע הוט ווענד זיך אויף וועם ס'ליגט אין ווי ניי ס'איז
למשל די צוויי סאטמאר רביס די צוויי קלויזענבורג'ע רביס וואלטן אויסגעקיקט שלעכט מיט א הויכע הוט

מחצה"ק: ס'איז נישט מיאוס. ס'זעהט אויס פאני. 90% פו די מענטשן פאסט נישט קין פלאכע ביבער הוט...!

איך האב צומאל אזא מחשבה'לע/פאנטזיע כאילו. אויף רבנים וואס איך קען. זיי טראגן א הויכע הוט. וואס וואלט געווען. וויאזוי וואלטן זיי אויסגעקוקט ווען זיי גייען א פלאטשיגס...ס'קומט מיר אייביג צו לאכן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:30 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע


מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פארוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויסציהויכענען.

קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. נאר די קשיא איז פארוואס, אויב ר' לייבוש גייט א האויעכן הוט, גייען זיינע קינדער פלאטשיגע...?!

אויך דעם איז אויך דא א תירוץ. הר"ר לייבוש שליט"א גייט א הויכען הוט ווייל זיין טאטע הרה"צ ר' יאנקעלע איז געגאנגען א הויכע. אבער פארוואס גייען זיינע אנדערע בנים (אויסער שולם. ער גייט שוין גארנישט. אדערווייל.) מיט פלאטשיגע היטן...?! אויף דעים איז אויך דא א תירוץ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:36 pm

סתם פאר די רעקארד, די פלאטשיגע הוטן איז אן אונגארישע סטייל. צאנזער רב איז אמאל געווען אין אונגארן און ס׳איז איהם געפאלן דעם סטייל האט ער עס אנגעטוהן און פאר זיינע קינדער איז עס שוין געווען א מסורה. אין ירושלים איז אמאל געווען א תקופה וואס מ׳האט אריינגעברענגט הוטן פון אונגארן און דעמאלטס האבן זיך די טשאלמערס אנגעטוהן דעם ״סופער״, מיין עלטער זיידע וואס האט געוואוינט אין ירושלים אין יענע צייטן איז געגאנגען מיט אן אלטן אויסגעריבענעם הויעכן הוט פאר יארן לאנג ווייל ער האט נישט געוואלט משנה זיין צו די אונגארישע סטיייל און ס׳נישט געווען צו באקומען עפעס אנדערש.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4850
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4720 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4673 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:42 pm

אונטער חכם האט געשריבן:איך טוה אן וואס דער הוטנמאכער געט מיר, פארוואס ער מאכט יעדעס יאר העכערע היטן דארפסטו עם פרעגן.

אונטער חכם: די הוטנמאכער ווידער טענה'ן אז זיי טוען וואס די קאסטומער פארלאנגען. און וואס ס'איז די סטייל. און ס'פארקויפט זיך בעסער...!

די טשולנטאפ היטן ווערן א יעדעס יאר שמאלער און העכער. זיי זעהען שוין באלד אויס ווי דער איזהו מקומן/קוימען (טשימני, בלע"ז) פון א שיף. דער טיטאניק (ע"ה) האט געהאט עטליכע הויכע קוימענס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך טאהש'ער אייניקעל » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 9:04 pm

צפור בודד האט געשריבן: איך הער. דרייען וויזניצער אויס זייערע היט? טוען בעלזער אויס שווארצע זאקן? איך רעד דא לאו דווקא פון קילע יונגעלייט וואס ווילן נישט ווערן געלעיבלט נאר פון אזוינע וואס וואלטן לכאורה געדארפט טראגן דער לבוש ביד רמה, און דאך אפילו ביי זיי זענען דא אישוס. הלא דבר הוא, נישט?

איך האב טאקע א שכן א בעלזער א בנש"ק וואס גייט מיט גאנצע הויזן
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך כמיעוט » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:06 am

עס איז צייט אפצושטעלן די מנהגים פון היטן, עס דארף יעדער איד האבן אפאר היטן אינדערהיים,
און זיך אנטוהן באותו זמן ובאותו מקום ווי אזוי עס שמעקט אים,
פונקט ווי מען אפאר געבלימטע בעקטשעס אדער רעקלעך מיט אנדערע סארט מוסטערן,

רבותי דאס איז נישט קיין ווערטל, עס איז צייט צו ווערן אריינגעברענגט ביים חסידישן אידנטום, מען דארף עס אנהייבן אויף א קלוגע וועג.
כמיעוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:16 am

כמיעוט: דאס וועט אבער שאפן אנדערע פראבלעמען. נעם למשל מיין חבר דער וויזשניצער.היינט גייט ער מיט דעם באנד אויף די רעכטע זייט. מארגן וועט ער עס איבערדרייען. ווען איך וועלל וועללן רעדן צו איהם וועלל איך מיינען אז איך רעד צו איהם פנים אל פנים. דערווייל רעד איך צו זיין רוקן. און ער הערט מיך נישט...! אויך ווען איך וועל זעהן מיין רבי אדער זיין זוהן אריינקומען אין ביהמ"ד מיט א פלאטשיג'ס וועלל איך (בעל כורחי) אויספלאצן אין א געלעכטער. אינמיטן דאווענען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך כמיעוט » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:28 pm

דאס אלעס איז ווערטלעך.

עס איז קלאר אז מען דארף דאס איינפירען עס האט נישט קיין שום זוהן אז א מענטש זאל זיין ארפגעבינדען צו איין סארט היט ווען עס איז דא עטליכע סטיילס כולם אהובים וברורים וחסידיש.
כמיעוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך בן נון » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:04 pm

כמיעוט האט געשריבן:דאס אלעס איז ווערטלעך.

עס איז קלאר אז מען דארף דאס איינפירען עס האט נישט קיין שום זוהן אז א מענטש זאל זיין ארפגעבינדען צו איין סארט היט ווען עס איז דא עטליכע סטיילס כולם אהובים וברורים וחסידיש.

נאר נישט דאס ווען איעדער גייט זיין הוט איז כאטש פארהן אלע מיני קאלירן אלע חסידית’ן עס איז דא א ווערייעטי שטעל דיר פאר אז אלע חסידים גייען די זעלבע עס וואלט געווען נישט צום אויסהאלטן נאך ערגער ווי די ליטאים און לעקוואד
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך כמיעוט » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:19 pm

עס וועט יעדער גיין די היט וואס ער וויל, עס וועט אין יעדע קהלה/ חסידות זיין קאלירפול, אסאך שענער ווי עס איז בי היינט.
כמיעוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך Nanach » זונטאג אקטאבער 24, 2021 8:55 am

איך פארשטיי נישט פארוואס יעדער אפאר הוטן? פארוואס נישט פלעין טשואויס אזויווי עס איז געווען לכתחילה, יעדער זאל גיין מיט וועלכע הוט/דאטשיק/קוטשמע.... עס שמעקט אים
Nanach
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך תרמב » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 2:51 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.

א פלאכע הוט ווענד זיך אויף וועם ס'ליגט אין ווי ניי ס'איז
למשל די צוויי סאטמאר רביס די צוויי קלויזענבורג'ע רביס וואלטן אויסגעקיקט שלעכט מיט א הויכע הוט

מחצה"ק: ס'איז נישט מיאוס. ס'זעהט אויס פאני. 90% פו די מענטשן פאסט נישט קין פלאכע ביבער הוט...!

איך האב צומאל אזא מחשבה'לע/פאנטזיע כאילו. אויף רבנים וואס איך קען. זיי טראגן א הויכע הוט. וואס וואלט געווען. וויאזוי וואלטן זיי אויסגעקוקט ווען זיי גייען א פלאטשיגס...ס'קומט מיר אייביג צו לאכן...!

סאיז פשוט ווייל דו ביזט נישט צוגעוואוינט ווען ס'וואלט געווען פארקערט וואלסטו פונקט אזוי געלאכט, קענסט זיך פארשטעלן ווי די רביס גייען אפגעגאלט די מארדע און די פאליטישאנס מיט לאנגע ווייסע בערד....... אדער רביס מיט קורצע זשעקעטס און באס דרייווערס מיט זילבערנע בעקיטשעס......
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 789
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 835 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:26 pm

איה"נ: א יעדער מענטש האט אן אימעדזש אין אנדערע מענטשנ'ס זיכרון. וויאזוי ער זעהט אויס. און ער גייט געקליידעט. אויב עפעס טוישט זיך ראדיקאל ציעט עס די אטענשאן פון אנדערע. און ס'איז אויך פאני.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:31 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:איה"נ: א יעדער מענטש האט אן אימעדזש אין אנדערע מענטשנ'ס זיכרון. וויאזוי ער זעהט אויס. און ער גייט געקליידעט. אויב עפעס טוישט זיך ראדיקאל ציעט עס די אטענשאן פון אנדערע. און ס'איז אויך פאני.


למשל ווען מען פאקט בערל דרייוון א באס און נישט קיין וואגן...
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:36 pm

קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. איך ווייס נישט וואס דו טוסט פאר פרנסה. אפשר ביסטו א שליח בי"ד צו געבן מלקות פאר מענטשן וועים די התאחדות פסקנ'ט אפ אז ס'קומט זיך זיי קלעפ...! אדער אפשר ביי וועם מ'דארף אויסברעכן די שויבן פון די פענצטער...! לאל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און איין גאסט