בלאט 1 פון 1

קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:12 pm
דורך היכי דמי
אין מאנסי טוט זיך טישן אויף בענק די לעצטע וואכן ווען הרב יחזקאל ווייס פירט אן מיט א העפטיגע קאמפיין קעגן די מאנסי פייער דעפארטמענט. ער שרייט אויף די חילול שבת און חילול השם וואס קומט דארט פאר.

ער האט אנגעהויבן די קאמפיין נאכדעם וואס די פייער דעפארטמענט האט אפאלירט צום היימישן ציבור זיך אנצושליסן אין די אגענטור.

ער שרייט אז זיין אנגעשלאסן אין די דעפארטמענט ברענגט ערענסטע פראבלעמען אין שמירת שבת און צניעות.

ער ארבעט צו איבערדרייען די דעפארטמענט צו א גענצליך אידישע פייער סטאנציע וואס וועט זיך פירן פולקאם ע״פ דרך התורה.