בלאט 2 פון 3

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 11:52 pm
דורך yn.NY
ריכטיג האט געשריבן:ר' יחזקאל ווייס איז טאקע אביסל א קוריאזע פערזענליכקייט, אבער "טיפיקל אישו פון א טישו" איז לאו דווקא עפעס וואס קלעבט צו איהם. קענסט אפשר מפרט זיין וואס דו מיינסט?

כ'האב נישט געמיינט אראפצורייסן ר' חזקל (וועלכע קוקט אויס צו זיין א וואוילע איד מיט גוטע רצונות), מיין שאלה איז נאר אויב ווען מ'פארפירט אויף "חילול שבת" מיינט עס אז מ'עסט חלילה די פיש מיט א גאפל אדער אז ס'ליגט נישט קיין ווייסע טישטוך אויפ'ן טיש בשעת'ן עסן פאפקארן וכדו'...

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 3:34 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם אז מ׳רעדט שוין וועגן מצילי אש, וואס איז פשט פון דעם מאדנעם נאמען, זיי ראטעווען פייערס אדער זיי ראטעווען מענטשן פון פייערס?

רביה"ק זי"ע: אזוי ווי מ'האמיר שוין געשמועסט. ..."מכבי אש"... אדער ..."כבאים"...קענמען זיי נישט אנרופן. ווייל דאס איז דאך ליידער, בעוה"ר ציוניסטיש. אזוי הייסן זיי נעבעך אין די (טמא'נע) מדינה הציונית, רחמנא ליצלן מהאי דעתא (ומדעתא בכלל)... נאר איך בין זיכער אז דער גרעסטער קנאי און מבני היואל'ים אויב האט ער ח"ו א פייער אין זיין הויז וועט ער זאגן און שנעלל...!...נישט קיין חילוק וויאזוי עטץ רופטס ענק. נאר קומטס

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 12:44 am
דורך כפתור
איך האב געמיינט אז מצילי אש האט עפעס מיט א שניצל סענדוויטש.

איך שטעל מיך פאר אז זיי האבן גענומען א פאוקוס גרופ און זיי האבן מציע געווען די נאמען..

אגב: זיי פארדינען שוין צו ווערן אנגערופן א "הייליגע" ארגענעזאציע?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:09 am
דורך berlbalaguleh
כפתור: יא. וויבאלד זיי הייסן נישט א ציוניס'טישן נאמען זענען זיי שוין הייליג. כל הכופר בעבודה זרה, זאגט די גמרא. נקרא יהודי...!וועגן דעם האט מרדכי הצדיק געהייסן איש יהודי...!

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 24, 2021 12:06 pm
דורך היכי דמי
E8EF1689-EF95-44FE-9138-71E8C5BF5B70.jpeg


57996BA1-BBF3-478C-B5CC-12D1FEE95361.jpeg


11B35D8E-A7BA-485E-9270-FCA9A5252926.jpeg


F9FFBFB7-8568-47C3-BE70-4A41BD55E4D4.jpeg

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 2:10 pm
דורך אלבערט איינשטיין
עס טוהט זיך היינט אין מאנסי וועגן וויילן פאר א וויזניצער יונגערמאן יאנקי פליגמאן פאר א פייער קאמישענער. האט ער מיט די יחזקאל ווייס סומאכטע מיט די פייער דעפארטמענט?בילד

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 2:40 pm
דורך הוגה
ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 4:24 pm
דורך תרמב
ער האט אויסגערופן ווי די אייער ליגט און מ'זאל נישט ווארפן....?

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 4:55 pm
דורך yn.NY
לויט די וועג וויזאזוי די צעטל איז אויסגעשטעלט, קוקט עס אויס אז ס'האט מיט איהם

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 4:58 pm
דורך chosen people

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 5:13 pm
דורך yn.NY

ווער איז די בעל ה'אינטערוויו?

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 6:31 pm
דורך צפור בודד
הוגה האט געשריבן:אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...


כאש תבער עיר וכלהבה תלהט ערים. כן תרדפם בטראקעך ובפלעי מאביל תבהלם

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 6:33 pm
דורך נפה
הוגה האט געשריבן:ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 6:43 pm
דורך chosen people
נפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6


מצילי אש ווייס איך נישט צו ער איז געווען, אבער דעם זעקסטן איז ער געווען. קענסט טרעפן אפילו א בילד פון איהם אויף די געוועב.

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 6:54 pm
דורך הוגה
נפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6


די מצילי אש חלק האב איך געזעהן אויף אייוועלט. די בילד האב איך געזעהן בשעתו. דו ווייסט קראנט אז ס'נישט אמת? (נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 7:47 pm
דורך וואלווי
הוגה האט געשריבן:(נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)


מ'קען טאקע נישט זאגעןַ "טאר נישט", אבער ס'קען ווייזען אויף poor judgement, און strong bias, וואס איז נישט קיין גוטע qualities. ס'האט גארנישט מיט די מענטש פערזענליך, און אפי' נישט מיט די job description, נאר ס'איז נישט קיין plus .

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 7:51 pm
דורך נפה
הוגה האט געשריבן:
נפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6


די מצילי אש חלק האב איך געזעהן אויף אייוועלט. די בילד האב איך געזעהן בשעתו. דו ווייסט קראנט אז ס'נישט אמת? (נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)

די בילד ווייס איך נישט איבער מצילי אש ווייס איך אויף קראנט אז ער האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 7:52 pm
דורך ליב צו וויסן
וואלווי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:(נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)


מ'קען טאקע נישט זאגעןַ "טאר נישט", אבער ס'קען ווייזען אויף poor judgement, און strong bias, וואס איז נישט קיין גוטע qualities. ס'האט גארנישט מיט די מענטש פערזענליך, און אפי' נישט מיט די job description, נאר ס'איז נישט קיין plus .


Pure nonsense.

הודעהפורסם: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 7:49 am
דורך מאך זיכער
yn.NY האט געשריבן:

ווער איז די בעל ה'אינטערוויו?

ר' מאיר טויבער פון מעטרעקס ריעלטי

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:18 am
דורך בן תורה
הוגה האט געשריבן:
נפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ער האט עקספיריענס מיט פייער, זייענדיג א וואלונטיר אין די קרית יואל מצילי אש אין די פארגאנגנהייט. אויך איז ער באקאנט געווארן אלץ א גרויסע עסקן, נאכדעם וואס ער איז אידענטפיצירט געווארן אין די בילדער פונעם גרויסע עצרת, פאריאר יאנואר דעם זעקסטן...

יענקי פליגמאן האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קרית יואל. וואו אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען זיין בילד יאנואר 6


די מצילי אש חלק האב איך געזעהן אויף אייוועלט. די בילד האב איך געזעהן בשעתו. דו ווייסט קראנט אז ס'נישט אמת? (נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)

איך מיין אז דו מישט אויס לגבי זיין א מצילי אש וואלונטיר, זיין קעגנער דאכט זיך ער הייסט אונגער איז געווען א מצילי אש וואלונטיר.

סאיז דא אסאך בילדער און ווידיא'ס פון פליגמאן ווי ער איז ל"ע לוחם מלחמת השם אויף יאנואר דעם זעקסטן....

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:52 am
דורך היסטאריע
רבינו הקדוש פרעגט א באמבע קשיא, דער גאנצע שטאט איז פארנומען מיט דער קשיא. הלמאי, וואס איז פשט? ווי איז דער שכל? אזא עמיראצות? מצילי אש? וועלכע פייער ראטעווען זיי? דער פייער פין דער בוילער? דער נועם אלימלך זאגט טאקע אש שורף אש מחמם, אבער ווען ברויך מען ראטעווען א פייער? אפשר פרייטאג ביינאכט ווען דער בלעך פייער האלט ביים אויסגיין. אבער א גאנצע חברה ברויך מען אויף דעם?
ויש ליישב, מצילי מיינט נישט ראטעווען!! עס איז פין דער לשון וינצלו את מצרים, זיי ליידיגען אויס, נוצען אויס דער פייער!! אויף וואס? וואס הייסט אויף וואס!! צו זיין פעסט!!! והכל מיושב בס"ד.

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 9:47 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:(נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)


מ'קען טאקע נישט זאגעןַ "טאר נישט", אבער ס'קען ווייזען אויף poor judgement, און strong bias, וואס איז נישט קיין גוטע qualities. ס'האט גארנישט מיט די מענטש פערזענליך, און אפי' נישט מיט די job description, נאר ס'איז נישט קיין plus .

וואלווי: ווייל דעמאקראטן און ליבעראלן האבן אפגעפסק'נט אז יאנואר 6 איז די גרעסטע אומגליק וואס האט באטראפן אמעריקע אין איהר היסטאריע, מיינט נאכנישט אז ס'איז טאקע אזוי...! פון די ראיאטן וואס זענען זיך פארלאפן א גאנצן זומער, אנגעפיהרט דורך די שווארצע און ווייסע ליבעראלן רעדן זיי בכלל נישט...!

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 3:50 am
דורך וואלווי
אביסל היסטאריע. זייט די ענגלישע האבן פארברענט די ווייט האוז אין די מלחמה פון 1812 איז נאך נישט געווען קיין שום אטאקע אויף די seat of government. די חילוק איז אבער, אז די ענגלישע זענען די געווען די שונאים פון אמעריקא, און דא רעדט מען פון די פרעזידענט גופא. ס'נישט געבליבען אנדערש ווי צוזאגן אז דאס איז די גרעסטע אומגליק פאר די אינסטיטושען. מ'דארף נישט די דעמאקראטן דאס צו פסק'ענען, ופרשו את השמלה איז פונקט גענוג.

אינטערעסאנט צו זעהן אז די טראמפייטערס געבן נישט אויף.

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 9:54 am
דורך berlbalaguleh
ניין. אונז געמיר נישט אויף. מ'קען נישט טוישן די פאקטן אז די דעמאקראטן האבן אוועקגעגנב'ט די עלעקשן... דורך דעם נייעם טריק... עבסענטי בעלאטס...! זיי האבן אנגעברענגט מער (עבסענטי) בעלאטס ווי ס'איז דא איינוואוינערס אין אמעריקע...!

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:25 pm
דורך וואלווי
אין 1812, האבן די בריטישע אויך גע'טענה'ט אז מ'האט זיי אוועקגענומען דאס לאנד. א ברירה האבן זיי געהאט? זיי האבן געמוזט ראטעווען אמעריקא, איז ווי אזוי האבן זיי געקענט נישט פארברענען דאס ווייסע הויז? טאקע וועגען דעם פייערט מען יעדעס יאר די טאג וואס אמת איז אוועקגעשטעלט געווארן, און אמעריקא האט זוכה געווען צו זיך צו לאזן פארברענען למען האמת והצדק...